פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער עקאָנאָמישער קריזיס האָט זיך דערפֿילט אין אַלע ווינקלען פֿון אייראָפּע. אָבער אין אייניקע לענדער איז דער מצבֿ באַזונדערש אַ שווערער. אין דער דאָזיקער רשימה געפֿינט זיך אויך לעטלאַנד.

דעם 3טן פֿעברואַר האָט די צײַטונג "ניו-יאָרק טײַמס" פֿאַרעפֿנטלעכט אויסצוגן פֿון דער שקאַלע, וועלכע עס שאַפֿט Standard & Poor’s — די קאָמפּאַניע וועלכע שאַצט אָפּ אונטערנעמונגען און לענדער ווי אַן אָביעקט פֿון אינוועסטיציעס. אין דער שקאַלע זײַנען דאָ פֿיר גראַדאַציעס, AAA, AA, A, און BBB, וואָס באַשרײַבן פֿאַרשיידענע מדרגות פֿון אַ געשעפֿט צי אַ מדינה, אין וועכלע ס׳איז כּדי צו אינוועסטירן. אָבער אָנהייבנדיק פֿון דער גראַדאַציע BB גייט שוין אַן אַנדער קאַטעגאָריע: די עקספּערטן זײַנען סקעפּטיש וועגן אַזעלכע אינוועסטיציעס. מיט אַ BB ווערט טאַקע איצט באַצייכנט לעטלאַנד, ווײַל ס׳איז ניט קלאָר, אין אַ וועלכער ריכטונג וועט די עקאָנאָמיע פֿון דער מדינה זיך ווײַטער אַנטוויקלען.

דעם 1טן מײַ 2004 איז לעטלאַנד געוואָרן אַ טייל פֿון דער פֿאַראייניקטער אייראָפּע. די ערשטע צײַט האָט זיך געדאַכט, אַז די באַלטישע מדינה איז געוואָרן אַ פֿאַוואָריט פֿון דער קאָנטינענטאַלער אינטעגראַציע. זינט 2005 ביז די ערשטע חדשים פֿון 2008 איז די עקאָנאָמיע פֿון לעטלאַנד געוואַקסן ממש ווי אויף הייוון — גיכער ווי אין אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער. אייניקע עקספּערטן האָבן גערעדט וועגן אַ סכּנה פֿון "איבערהייצן" די עקאָנאָמיע, אָבער פֿון אַזאַ "פּעסימיזם" האָט מען זיך אויסגעלאַכט. מערבֿ-אייראָפּעיִשע בענק, בפֿרט פֿון שוועדן, האָבן מיט אַ ברייטער האַנט צעגעבן ביליקע הלוואָות אי פֿאַר יחידים אי פֿאַר געשעפֿטלײַט. די נאַציאָנאַלע וואַלוטע, לאַט, האָט מען פֿעסט צוגעבונדן צום יוראָ, כּדי שפּעטער ווערן מיט די יוראָ-לענדער גלײַך. הקיצור, אַלץ האָט מער אָדער ווייניקער איבערגעחזרט די געשיכטע פֿון אַרגענטינע, וווּ, ווי מיר געדענקען (און אין אַרגענטינע געדענקט מען עס נאָך בעסער), האָט אין יאָר 2001 גענומען פּלאַצן דער גאַנצער עקאָנאָמישער יסוד פֿון דער מלוכה.

אין לעטלאַנד איז עס פֿאָרגעקומען מיט אַ פּאָר יאָר צוריק. פֿאַר אָט דער צײַט האָט זיך די נאַציאָנאַלע עקאָנאָמיע פֿאַרקלענערט כּמעט אויף אַ פֿערטל. מע האַלט, אַז אַפֿילו אין אַ סאַמע בעסטן סצענאַר, מיט אַ האָליוווּדיש גליקלעכן סוף, וועט די עקאָנאָמיע פֿון לאַנד אַפֿילו אין זעקס יאָר אַרום זיך ניט אומקערן צום ניוואָ פֿון יאָר 2006.

עס האָבן זיך אָפּגעשטעלט די קראַנען אויף די בויונגען. עס שטייען ליידיקע דירות-הײַזער, כאָטש הײַנט קען מען קויפֿן אַ דירה פֿאַר אַ העלפֿט פֿון דעם פֿריִערדיקן פּרײַז. באַלעבאַטים פֿון 200,000 דירות און הײַזער (אין אַ לאַנד פֿון 2,250,000 תּושבֿים) האָבן הלוואָות אין יוראָס, אַזוי אַז מע האָט מורא זיך אָפּזאָגן פֿון דער פֿאַרבינדונג צווישן לאַט און יוראָ, מחמת אַ דעוואַלואַציע פֿון לאַט וואָלט פּשוט רויִנירט זייער אַ סך מענטשן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון אַ קאַטאַסטראָפֿע פֿאַר פֿינאַנציעלע אינסטיטוציעס אין לאַנד און אין אויסלאַנד.

וועגן דעם רעדט מען טאַקע די גאַנצע צײַט: צו דעוואַלויִרן צי ניט דעוואַלויִרן די נאַציאָנאַלע געלטער. אַ דעוואַלואַציע וואָלט סטימולירט דעם עקספּאָרט. אָבער מע טענהט, אַז פֿאַר לעטלאַנד שפּילט עס ניט קיין גרויסע ראָלע, ווײַל רוישטאָף קומט אָן, דער עיקר, פֿון אויסלאַנד, און דעוואַלואַציע וואָלט געמאַכט טײַערער דעם אימפּאָרט. די רעגירונג האָט אויך מורא פֿאַר בונטן, בפֿרט נאָך אַז מיט אַ יאָר צוריק זײַנען שוין צענדליקער טויזנטער לײַט אַרויס אויף די גאַסן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז דער אַלגעמיינער סאָציאַלער קלימאַט אין לאַנד איז ניט קיין גרינגער, בפֿרט צוליב די כראָנישע קאָנפֿליקטן צווישן די לעטן און די רוסיש-שפּראַכיקע. די לעצטע שאַפֿן כּמעט אַ דריטל פֿון דער גאַנצער באַפֿעלקערונג.

אַ סך מענטשן זײַנען אָן אַרבעט, אָבער עמיגראַציע העלפֿט צו לינדערן דעם מצבֿ. יונגע און אַקטיווע מענטשן פֿאָרן אין פֿאַרשיידענע לענדער. אין אויסלאַנד געפֿינט מען שוין אַ היפּשער חלק פֿון דער אַרבעט-פֿעיִקער באַפֿעלקערונג. איך האָב ניט געפֿונען קיין סטאַטיסטישע באַווײַזן פֿון מײַן "אימפּרעסיאָניסטישער" דערפֿאַרונג, וועלכע זאָגט מיר אונטער אַז די רוסיש-שפּראַכיקע תּושבֿים פֿון לעטלאַנד זײַנען מער מאָביל איידער די לעטן גופֿא.

דעמאָגראַפֿישע באַריכטן ווײַזן, אַז עמיגראַציע איז געוואָרן אַ צענטראַלער פֿאַקטאָר, צוליב וועלכן עס ווערט אַלץ קלענער די באַפֿעלקערונג פֿונעם לאַנד. ענגלאַנד און אירלאַנד זײַנען באַזונדערש פּאָפּולער פֿאַר עמיגראַנטן פֿון לעטלאַנד, ווי אויך פֿון פּוילן און ליטע. אויספֿרעגן ווײַזן, אַז 57 פּראָצענט פֿון לעטלענדישע בירגער זײַנען ניט צופֿרידן מיט זייער לעבן און אַז 45 פּראָצענט גלייבן, אַז זייערע קינדער וואָלטן געהאַט אַ בעסערע דאָליע, טאָמער מע פֿירט זיי אַרויס אין אויסלאַנד.

דערווײַל האָט זיך געשאַפֿן אַ פּאַראַדאָקסאַלע לאַגע, ווען אין אייניקע פֿאַכן איז שוין שווער צו געפֿינען אַן אַרבעטער אין לעטלאַנד גופֿא. מע קלײַבט זיך אײַנלאַדן מער גאַסט-אַרבעטער פֿון אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד און אַנדערע געוועזענע סאָוועטישע רעפּובליקן. אָן אַ גענוגנדיקער קאָנקורענציע אויפֿן אַרבעט-מאַרק האַלטן זיך גאַנץ הויכע שׂכירות, וואָס העלפֿט ניט צו מאַכן די פּראָדוקציע ביליקער, זי זאָל קענען גרינגער קאָנקורירן אין אינטערנאַציאָנאַלן מיסחר.

פֿון אַ בר-מזל פֿון דער אייראָפּעיִשער אינטעגראַציע איז לעטלאַנד געוואָרן איר שטיף-קינד און קען נאָר מקנה זײַן איר באַלטישן שכן, עסטלאַנד, וואָס איז אָפּגעשאַצט מיט אַן A, צי אַפֿילו רוסלאַנד, מיט אירע דרײַ B.