מוזיק, ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן (‫אַמעריקע)
יאָסעלע ראָזענבלאַט
יאָסעלע ראָזענבלאַט

די וואָך האָט מען מודיע געווען, אַז דעם דעקאַן פֿון דער באַקאַנטער חזנות־שול בײַם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר" האָט מען אָפּגעזאָגט פֿון זײַן פּאָסטן. אויפֿן אָרט פֿון חזן הענרי ראָזענבלום, אַ באַליבטער לערער און אַדמיניסטראַטאָר שוין 12 יאָר, וועט מען קאָמבינירן די חזנות־שול מיט דער ראַבינער־שול אונטער איין דאַך, און דער נײַער אַדימיניסטראַטאָר פֿון די חזנים־סטודענטן וועט זײַן אַ רבֿ, נישט קיין חזן. די איבערראַשנדיקע נײַעס האָט אויפֿגערודערט די סטודענטנשאַפֿט פֿון דער "ה. ל. מילער־חזנות־שול", וועלכע ווייסט שוין נישט מער, וואָס דער מאָרגן וועט ברענגען.

קיין גרויסער סורפּריז, אָבער, וואָלט די ידיעה נישט געדאַרפֿט זײַן, ווײַל די פֿינאַנציעלע צרות פֿונעם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר", די הויפּט־אַקאַדעמישע אינסטיטוציע פֿון דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג, זענען גוט באַקאַנט. פֿאַר אַ יאָרן האָבן די אָנגעשטעלטע פֿונעם "סעמינאַר" נאָר געאַרבעט 4 טעג אַ וואָך, כּדי אײַנצושפּאָרן 20% פֿון זייערע שׂכירות. מיט אַ דעפֿיציט פֿון 3.8 ביז 5 מיליאָן דאָלאַר האָט דער סעמינאַר געדאַרפֿט עפּעס נייטיק טאָן צו שנײַדן דעם בודזשעט. דער קאַנצלער פֿונעם "סעמינאַר", אַרנאָלד אײַזען, האָט אָפּגעוואָרפֿן די עצה פֿון אַ קאָנסולטאַנט, מע זאָל אין גאַנצן שליסן די חזנות־שול, און האַלט, אַז דער געדאַנק, אַז די סטודענטן אין דער ראַבינער־שול און חזנות־שול זאָלן זיך לערנען צוזאַמען איז אַ געראָטענער.

35 סטודענטן לערנען זיך הײַנט אין דער דאָזיקער חזנות־שול, די קלענסטע פֿון די שולן בײַם "טעאָלאָגישן סעמינאַר". זי איז, אַגבֿ, נישט די איינציקע חזנות־שול אין "ישיבֿה־אוניווערסיטעט", אַן אָרטאָדאָקסישע אינסטיטוציע אין ניו־יאָרק, לערנט מען זיך חזנות אין דער "בעלזער שול פֿון ייִדישער מוזיק". אינעם "היברו־יוניאָן־קאַלעדזש" פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג, לערנען זיך די חזנים־סטודענטן אין דער "שול פֿון הייליקער מוזיק". במשך פֿונעם יאָר, האָבן זיך אַרומגעטראָגן קלאַנגען, אַז די חזנות־שולן פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג און די "ה. ל. מילער־חזנות־שול", ביידע מיט אַ גוטן שם אין דער וועלט פֿון ייִדישער מוזיק, וועלן זיך פֿאַראייניקן, אָבער קאַנצלער אײַזען האָט די שמיעה געלייקנט.

דער חזן ווי אַ באַצאָלטער אָנגעשטעלטער אין דער קהילה, איז אויפֿגעקומען אַן ערך אינעם 7טן יאָרהונדערט. אין אַ ייִדישער באַפֿעלקערונג וואָס האָט דעמאָלט שוואַך געקענט לייענען די תּפֿילות, האָט מען גענומען אַ שליח־ציבור, ער זאָל בעטן פֿאַרן גאַנצן מנין. מיט דער צײַט האָט דער מענטש אָנגעהויבן שאַפֿן אייגענע פּיוטים, ניצנדיק די טעמעס פֿון די תּפֿילות, און דער שליח־ציבור איז געוואָרן דער ערשטער חזן. אינעם 19טן יאָרהונדערט האָט דער סטיל פֿון חזנות זיך געביטן, ווען מען האָט אײַנגעפֿירט כאָרן אין די גרעסערע טעמפּלען.

ווען די "גאָלדענע תּקופֿה" פֿון חזנות, צווישן די וועלט־מלחמות, האָט געבליט האָט מען געקענט הערן יאָסעלע ראָזענבלאַט (1882 — 1933), גרשן סיראָטאַ (1874 — 1943), און ייִדן אין יעדן שטעטל און שטאָט האָבן אויסגעדריקט זייער מבֿינות וועגן "זייער" באַליבטן חזן. נאָכן חורבן האָט מען נאָך געקענט הערן אָנגעזעענע חזנים ווי די קוסעוויצקי־ברידער, און זינגערס, ווי משה אוישער און יאַן פּירס האָבן גוט פֿאַרדינט ראָש־השנה און יום־כּיפּור, ווי חזנים אין גרויסע שילן.

דער מצבֿ פֿון חזנים, בכלל, סײַ אָרטאָדאָקסישע, סײַ קאָנסערוואַטיווע, סײַ פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג האָט זיך נישט פֿאַרבעסערט בשמך פֿון די לעצטע יאָרן. מנינים, אי קלענערע, אי גרעסערע, ווילן הײַנט הערן אַ ווייניקער אויסגעשולטע שטים; שוין גיכער אַ היימישן בעל־תּפֿילה פֿונעם אייגענעם מנין. דערצו איז די מאָדע הײַנט, אַז דער גאַנצער מנין זאָל זינגען אין איינעם, ווי אַ חבֿרישער זשעסט. בפֿרט אין די פֿרומע קרײַזן איז די פּאָזיציע פֿונעם חזן אַ סך קלענער געוואָרן. דעריבער ווערן לאַנגיאָריקע חזנים (סײַ מענער, סײַ פֿרויען — חזנטעס), אָפּגעזאָגט פֿון זייערע פּאָסטנס, און קיין גרייטע שטעלעס וואַרטן נישט אויף זיי אין אַנדערע שילן.

אין ייִדישן פֿאָלקלאָר, האָבן חזנים אַן אייגנאַרטיקן שם — סײַ גרויסע קינסטלער, סײַ נישט קיין גרויסע חכמים. מע זאָגט דאָס ווערטל "'חזן’ מאַכט — חזנים זענען נאַראָנים", אָבער אויך דאָס ווערטל "איינער איז אַ מבֿין אויף אַ פּשטל, דער צווייטער אויף חזיר־האָר, אָבער אַלע זענען מבֿינים אויף אַ חזן"; אַ סימן, אַז די ייִדישע געזעלשאַפֿט האָט תּמיד ליב געהאַט אַ גוטן חזן. לאָמיר האָפֿן, אַז די לעצטע נײַעס וועגן דער חזנות־שול בײַם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר" איז אַ צײַטווײַליקע, ווײַל "אַלע ייִדן קענען זײַן חזנים, נאָר דאָס רובֿ זענען זיי הייזעריק".

(פּרטים וועגן דער חזנים־שול געשריבן מיט דער הילף פֿון דבֿורה־נוסבוים־כּהן, פֿונעם Forward.)