- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער ייִדישער קינאָ — אַמאָל און הײַנט (פֿילם 4)
History of Yiddish Cinema – Film 4
אייגנטלעך, האָט ער זיך קיינמאָל נישט איבערגעריסן, דער "דרײַפֿוס־פּראָצעס". עס האָבן זיך געביטן די תּקופֿות, עס האָבן זיך געביטן די ריכטער, די באַשולדיקער און די פֿאַרטיידיקער, אָבער דער באַשולדיקטער, דער ייִד, איז געבליבן. אַוודאי איז געבליבן נישט דער קאַפּיטאַן אַלפֿרעד דרײַפֿוס גופֿא; ער איז געשטאָרבן אין 1935 און ווייניק ווער אין דער וועלט האָט עס אַפֿילו באַמערקט. ב׳ ווי נאָר דער רוסישער חייל, כּמעט נאָך גאָר אין אָנהייב פֿון דער מלחמה, האָט אָנגעהויבן פֿאַרנעמען גאַליציע, — אַזוי אַז אין משך פֿון צוויי־דרײַ חדשים איז עס דערגאַנגען אויף מערבֿ ביז פּראָג און אויף דרום ביז אונגאַרן, — האָבן אָנגעהויבן אָנקומען נישט קלאָרע, ווי פֿאַרשטיקטע, ידיעות וועגן גרויזאַמע גוואַלדטאַטן, וואָס דאָס רוסישע מיליטער, דערהויפּט קאָזאַקן און טשערקעסן, באַגייען אַנטקעגן דער דאָרטיקער, אומבאַשיצטער ייִדישער באַפֿעלקערונג. "שונד", דער פֿילם פֿון יעל לייבאָוויטש־זאַנד און עידאָ זאַנד, איז געוויזן געוואָרן אין דער "סינעמאַטעק" פֿון תּל־אָבֿיבֿ כּמעט בײַם סוף פֿון דעם אָקאָרשט דורכגעפֿירטן אינטערנאַציאָנאַלן דאָקומענטאַרן פֿילם־פֿעסטיוואַל. "וואָס מיינט עס, דאָס דאָזיקע וואָרט?" — האָט זיך געהערט פֿון אַלע זײַטן פֿון זאַל, וווּ מ׳האָט געוויזן דעם פֿילם. דער פֿילם גיט נישט קיין שום אויפֿקלערונג לגבי דעם דערמאָנטן וואָרט.
Abigail Green.
סיר משה־חיים מאָנטעפֿיאָרע (1784—1885) איז געווען דער ערשטער ייִדישער "סעלעבריטי" פֿון דער מאָדערנער תּקופֿה. דער דאָזיקער טעזיס ווערט אַנטוויקלט אין דער נײַער ביאָגראַפֿיע פֿון דעם דאָזיקן סאַמע באַרימטן ייִד פֿונעם נײַנצנטן יאָרהונדערט. דאָס בוך איז אָנגעשריבן פֿון זײַנער אַ קרובֿה, פּראָפֿעסאָרין פֿון געשיכטע אינעם אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט, אַביגיל גרין. די פֿאָרשערין און אירע באַהעלפֿער האָבן דורכגעאַקערט טויזנטער אַרכיוואַלע מקורים אויף נײַן שפּראַכן אין עלף לענדער, הגם דער וויכטיקסטער מקור, מאָנטעפֿיאָרעס פּריוואַטער אַרכיוו, איז פֿאַרניכטעט געוואָרן אין עטלעכע יאָר אַרום נאָך זײַן טויט, צוליב אַ סיבה, וואָס בלײַבט עד־היום ניט קלאָר. אין דער געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר האָבן זיך באַוויזן געניטע זאַמלערס פֿון פֿאָלקסלידער, איבערגעגעבן דעם ציל צו "ראַטעווען די אוצרות איידער זיי פֿאַרשווינדן". אין די ערשטע יאָרן האָבן די זאַמלערס נאָר פֿאַרשריבן די ווערטער פֿון די לידער, ווײַל זעלטן ווען, האָט איינער געקענט שרײַבן נאָטן. י. ל. כּהן, למשל, האָט נישט געקענט שרײַבן מוזיק, אָבער ער האָט געפֿונען אַ מוזיקער, מיר דאַכט, ה. רוסאָטאָ, און כּהן האָט פֿאַר אים פֿירגעזונגען די לידער, און רוסאָטאָ האָט זיי פֿאַרשריבן. קורח, אַ ייִד פֿונעם שבֿט לוי, איז נישט געווען צופֿרידן מיט דעם, וואָס משה רבינוס ברודער, אַהרן, איז געוואָרן דער כּהן־גדול. זײַענדיק פּונקט אַזאַ מיוחסדיקער לוי, ווי אַהרן, האָט קרח געהאַלטן, אַז ער האָט אויך דאָס רעכט צו ברענגען קרבנות אינעם משכּן. אַחוץ דעם, איז ער געווען אומצופֿרידן מיט דעם, וואָס משה רבינו האָט געשאַפֿן אַ היעראַרכיע פֿון דיינים, נאָך דער עצה פֿון זײַן שווער, יתרו. מיט אַ צײַט צוריק איז מיר אויסגעקומען צו זײַן אויף אַ לעקציע פֿון אַ ישׂראלדיקן היסטאָריקער, וואָס האָט גערעדט, בפֿרט, וועגן אַזאַ אינטערעסאַנטן פֿענאָמען פֿון די ערשטע עליות: ס׳רובֿ אָנגעקומענע ייִדן קיין ארץ-ישׂראל זײַנען געווען גאַנץ ווײַט פֿון ציוניזם, אָבער די וואָס זײַנען לסוף פֿאַרבליבן אין לאַנד זײַנען, בדרך-כּלל, געוואָרן הייסע אָנהענגער פֿון דער ציוניסטישער אידעאָלאָגיע. עפּעס ענלעכס זעט מען אויך איצט צווישן מײַנע באַקאַנטע, וועלכע זײַנען געקומען קיין ישׂראל אין די לעצטע צוואַנציק יאָר. ווען איך שרײַב וועגן אַ מענטש, וועלכן איך האָב קיין מאָל ניט געזען און וועגן וועלכן איך קען שאַפֿן אַ מיינונג נאָר אויפֿן סמך פֿון דעם וואָס דער מענטש אַליין האָט אָנגעשריבן צי וואָס מע האָט אָנגעשריבן וועגן אים, סטאַרע איך זיך ניט נוצן אַזעלכע אָפּשאַצונגען ווי "גוט" און "שלעכט". מיר דאַכט זיך, אַז אַ היסטאָריקער טאָר ניט אַראָפּרײַסן אָדער גלאָריפֿיצירן — דאָס איז שוין, בכלל, ניט קיין אַקאַדעמישער זשאַנער. נישקשה, איך בין כאָטש צוריקגעקומען פֿון ישׂראל קיין אַמעריקע מיט אַ טוץ מעשׂיות און געשעענישן, וואָס זײַנען מיר געבליבן שטעקן אין זכּרון. דאַכט זיך, איך האָב אײַך שוין דערציילט, אַז מיר האָבן דאָרט געוווינט אין אַ שטעטעלע וואָס האָט געהייסן הרצליה־פּיתּוח. כ׳האָב אַפֿילו אין די צען יאָר נישט געוווּסט, אַז די באַוווּסטע פּאָעטעסע, רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, איז געווען אונדזערס אַ שכנטע, און דאָס איז אַ שאָד. דאָס שטעטעלע האָט מען, אין מײַן צײַט, גערופֿן די "אַמעריקאַנער קאָלאָניע". איינע פֿון די ערשטע פֿאָרשאַרבעטן מײַנע איז געווען אַ שטודיע וועגן די אופֿנים ווי מיכל גאָרדאָנס באַרימט ליד "די באָרד" האָבן זיך פֿאָלקלאָריזירט, געענדערט אין טעקסט און ניגון. הײַנט גיבן מיר צו אינפֿאָרמאַציעס צו דעם געדרוקטן אַרטיקל אין די "ייִוואָ־בלעטער" אין 1951. אַ פֿריִערדיקער אַרטיקל וועגן פֿאָלקלאָריזאַציע איז געווען ש. ז. פּיפּעס אַרבעט וועגן דוד עדעלשטאַטס ליד "דער אַרבעטער" אין דובֿ און מאיר נויס בוך וועגן לידער פֿון גאַליציע, געזאַמלט פֿון עוזר און ש. ז. פּיפּע. אַן אַנדער אַרטיקל אין מאַנוסקריפּט פֿון פּיפּע האָב איך געזען וועגן מיכל גאָרדאָנס ליד "די משקה" אין די 80ער יאָרן. טײַערע חזנטע, מײַן באָבע איז עובֿר־בטל. במשך פֿון די לעצטע 6—7 יאָר האָט זיך איר מוח אַזוי פֿאַרערגערט, אַז זי קען קיינעם מער נישט דערקענען, ווער עס זאָל נישט זײַן. זי געדענקט נאָך די נעמען פֿון אירע קינדער, אָבער זי ווערט פֿאַרמישט און געדענקט שוין נישט ווער ס׳האָט חתונה געהאַט מיט וועמען. זי זעט אויס צופֿרידן צו זען אירע אייניקלעך, אָבער ווייסט נישט ווער מיר זענען. זי איז פּונקט אַזוי צופֿרידן ווען זי עסט צוקערלעך און זעט טעלעוויזיע. |