שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מײַן באָבע איז עובֿר־בטל. במשך פֿון די לעצטע 6—7 יאָר האָט זיך איר מוח אַזוי פֿאַרערגערט, אַז זי קען קיינעם מער נישט דערקענען, ווער עס זאָל נישט זײַן. זי געדענקט נאָך די נעמען פֿון אירע קינדער, אָבער זי ווערט פֿאַרמישט און געדענקט שוין נישט ווער ס׳האָט חתונה געהאַט מיט וועמען. זי זעט אויס צופֿרידן צו זען אירע אייניקלעך, אָבער ווייסט נישט ווער מיר זענען. זי איז פּונקט אַזוי צופֿרידן ווען זי עסט צוקערלעך און זעט טעלעוויזיע.

איך דאַרף פֿאָרן אָנדערט־האַלבע שעה צו זען מײַן באָבען און נאָך דעם ווי איך קום אָן, ווערט שווער פֿאַר מיר צו בלײַבן מער ווי אַ האַלבע שעה. זי פֿרעגט די זעלבע פֿראַגעס נאָך אַ מאָל און איבער אַ מאָל. מײַן פֿרוי האָט נישט קיין הנאה ווען מיר באַזוכן זי און וויל מיר איבעררעדן, אַז מע זאָל נישט פֿאָרן, ווײַל די באָבע דערקענט מיך סײַ־ווי־סײַ נישט און וועט מיך נישט געדענקען נאָך אונדזער באַזוך. איך בין נישט מסכּים. ווער איז גערעכט?

גוטער אייניקל


טײַער גוטער אייניקל,

מע קען קיין מאָל נישט וויסן, ווען אַ ביסל שׂכל וועט דורכברעכן אײַער באָבעס קרענק. ווי טרויעריק וואָלט געווען, ווען זי פֿאַרשטייט ווי פֿאַרלוירן זי איז, אַפֿילו פֿאַר אַ מאָמענט. אַפֿילו ווען זי געדענקט נישט אײַערע באַזוכן, אפֿשר האָט זי הנאה, ווען מע צעקושט זיך מיט איר, אָדער ווען מע נעמט זי אַרום, אָדער ווען מע פֿאַרברענגט מיט איר. אײַער פֿרוי דאַרף נישט מיטפֿאָרן מיט אײַך, ווײַל איר זענט דאָך דער וואָס האָט די זיסע חלומות פֿון אײַער באָבען. גייט ווײַטער אָן ווי אַ גוט אייניקל!


טײַערע חזנטע,

איך האָב גוטע באַציִונגען מיט מײַן פֿרײַנדלעכן, וווּנדערלעכן באַלעבאָס, און בכלל, זענען מיר נאָענטע גוטע־פֿרײַנד. מיר עסן אָפֿט וועטשערע איינער בײַ דעם אַנדערן אין שטוב, פֿאַרברענגען די יום־טובֿים צוזאַמען, און אונדזערע משפּחות קענען זיך גוט. איך האָב באַמערקט, אַז ער טרינקט אַ סך אַלקאָהאָל לעצטנס. מיר זענען געווען צוזאַמען אויף אַ קאָנפֿערענץ און יעדן אָוונט האָט ער זיך אָנגעשיכּורט. נאָך ערגער איז, וואָס ער פֿירט זיך נישט אויף לײַטיש ווען ער איז שיכּור, און מײַנע מיטאַרבעטער פֿרעגן בײַ מיר וואָס טוט זיך מיט אים? איך זאָרג זיך וועגן אים, אָבער איך ווייס נישט, צי עס פּאַסט, איך זאָל רעדן מיט אים וועגן דעם. וואָס איז אײַער עצה?

פֿאַרזאָרגטע אַרבעטאָרין


טײַערער פֿאַרזאָרגטע אַרבעטאָרין,

איך מיין, אַז איר דאַרפֿט יאָ רעדן מיט אים וועגן דעם. עס קען זײַן, אַז ער ווייסט אַליין נישט ווי ווײַט ער איז אַוועק פֿון זײַן געוויינטלעכער אויפֿפֿירונג; אָדער ער האָט פֿאַרלוירן דעם קאָנטראָל איבער דעם וויפֿל ער טרינקט. עס וואָלט נישט געשאַדט, ער זאָל וויסן, אַז אַנדערע אַרבעטער באַמערקן עס. אפֿשר הייבט איר אָן אַן אַלגעמיינעם שמועס מיט אים וועגן דער קאָנפֿערענץ און אין מיטן פֿונעם שמועס זאָגט איר — "איך האָב זיך געזאָרגט וועגן אײַך, ווײַל איך האָב קיין מאָל נישט געזען איר זאָלט אַזוי פֿיל טרינקען". אויב איר וועט זיך אַזוי אויסדרוקן, האַלט איך, וועט ער זיך נישט באַליידיקן. אויב ער איז אין אַן עת־צרה, דאָס הייסט, האָט גרויסע פּראָבלעמען, וועט ער זײַן געטרייסט, וואָס איר זאָרגט זיך וועגן אים.


* * *

איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com

אָדער

Cantors Office

10400 Wilshire Blvd

Los Angeles, CA 90024