קינאָ
לייבאָוויטש־זאַנד און דער אַקטיאָר קאַראָל פֿעלדמאַן
לייבאָוויטש־זאַנד און דער אַקטיאָר קאַראָל פֿעלדמאַן

"שונד", דער פֿילם פֿון יעל לייבאָוויטש־זאַנד און עידאָ זאַנד, איז געוויזן געוואָרן אין דער "סינעמאַטעק" פֿון תּל־אָבֿיבֿ כּמעט בײַם סוף פֿון דעם אָקאָרשט דורכגעפֿירטן אינטערנאַציאָנאַלן דאָקומענטאַרן פֿילם־פֿעסטיוואַל.

"וואָס מיינט עס, דאָס דאָזיקע וואָרט?" — האָט זיך געהערט פֿון אַלע זײַטן פֿון זאַל, וווּ מ׳האָט געוויזן דעם פֿילם. דער פֿילם גיט נישט קיין שום אויפֿקלערונג לגבי דעם דערמאָנטן וואָרט. אין קעגנזאַץ באַווײַזן זיך אויפֿן עקראַן כּמעט אַלע באַקאַנטע בינע־פּערזענלעכקייטן, וואָס זאָגן זיך אַרויס וועגן איין און איינציקער טעאַטער־געשטאַלט — דעם אַקטיאָר מיכאל קאַצאַפּ, וועלכער איז כּלומרש געווען אַ צענטראַלע פֿיגור פֿון ייִדישן טעאַטער אין די 60ער און 70ער יאָרן.

ס׳קומט אויס בלויז צו גלייבן. ווי קען מען דען נישט גלייבן אָט די באַקאַנטע טעאַטער־פֿיגורן, וואָס אַלע האָבן זיי בלויז לויבווערטער פֿאַר מיכאל קאַצאַפּ: "ער איז געווען טאַלאַנטפֿול ווי אַ טײַוול", זאָגט שׂרהלע פֿעלדמאַן, "ער איז געווען אַ פֿירנדיקער אַקטיאָר", גיט צו ליִאַ קעניג; "אַ גרויסער אַקטיאָר וועמען ס׳איז געווען אַ פֿאַרגעניגן צו זען אויף דער בינע", באַשטעטיקט יעקבֿ באָדאָ; "טאַלאַנט האָט ער געהאַט, אַ שיינעם אויסזען אויך און נישט געקוקט אויף דאָס אַלץ איז ער נישט מצליח געווען", באַצייכנט חנה ריווער.

אויב ס׳האָט זיך אַרײַנגעגנבֿעט אין האַרץ אַ צווייפֿל צי ס׳איז ווירקלעך געווען אַזאַ מין פּערסאָנאַזש, קומט דער פֿילם אַליין און ברענגט אויפֿווײַזן וועגן זײַן באַשײַמפּערלעכער עקזיסטענץ דורך סצענעס פֿון פֿאָרשטעלונגען, וווּ ער האָט אָנטייל גענומען; צווישן זיי אויך; אין "טבֿיה דער מילכיקער" פֿון שלום־עליכם; נאָר פּלוצעם, אין דער צײַט ווען די אויבן־דערמאָנטע בינע־קינסטלער האַלטן נאָך אין מיטן דערציילן וועגן אים, באַווײַזט זיך אויפֿן עקראַן אַ צײַטונג־אויפֿשריפֿט מיט אַזאַ טיטל: "אַ שווינדל אין נאָמען פֿון טעאַטער" — "אָנהייב 80ער יאָרן איז אויפֿגעדעקט געוואָרן אַ ריזיקע שווינדל־אַפֿערע" און נאָך דעם איז "דער ייִדיש־אַקטיאָר מיכאל קאַצאַפּ אַנטלאָפֿן פֿון לאַנד און פֿאַרשוווּנדן מיט 800 טויזנט שקל — די סומע וואָס ער האָט צונויפֿגעזאַמלט פֿון דעם בײַטראָג פֿאַר אַ פֿיקטיווער געזעלשאַפֿט, וואָס האָט זיך כּלומרשט פֿאַרנומען מיטן שאַפֿן אַ ייִדישן קונסט־טעאַטער".

כּמעט אַלע סצענעס אינעם פֿילם גיבן זיך אָפּ מיטן אויפֿווײַזן די רעאַלע עקזיסטענץ פֿון מיכאל קאַצאַפּ און אויב דאָס איז נאָך ווייניק, קומט יעל לייבאָוויטש־זאַנד אַליין, די רעזשיסאָרין פֿון פֿילם, און ברענגט צוגאָב־באַווײַזן. אין אַ געשפּרעך מיט איר דערציילט זי, אַז ווען זי איז געווען אַ קליין מיידעלע האָט זי געהערט פֿון דער באָבען פֿיל מעשׂיות, וואָס זײַנען אומגעגאַנגען וועגן דעם מאָדנעם מענטש, וועמען די שכנים האָבן אַ נאָמען געגעבן "שונד", איבער דער אויפֿשריפֿט אויף דער וואַנט פֿון זײַן הויז. די רכילות וועגן אים האָבן זיך נאָך מער פֿאַרשטאַרקט נאָך זײַן מיסטעריעזן פֿאַרשוווּנדן ווערן. ווי אַזוי קען אַזאַ גרויסער אַקטיאָר קומען צו אַזאַ סיטואַציע, האָבן זיך די שכנים געוווּנדערט. אויך יעל איז געווען נײַגעריק צו וויסן, וווּ געפֿינט זיך דער אמת פֿון די דאָזיקע אַלע מעשׂיות. "איך האָב געוווּסט, אַז כ׳וועל זיך אַמאָל אומקערן צו דער אויסטערלישער געשטאַלט, כּדי צו מאַכן אַ פֿילם וועגן אים", זאָגט מיט דער פֿולער זיכערקייט די קינאָ־רעזשיסאָרין.

ביז איצט האָט דער פֿילם באַוויזן זיך אָנצוהאַלטן אין די ראַמען פֿון דאָקומענטאַרן זשאַנער. ווער ס׳האָט אויפֿמערקזאַם נאָכגעפֿאָלגט די אַנטוויקלונגען אין דעם פֿילם, האָט טאַקע באַקומען דעם אײַנדרוק, ביז גאַנץ נאָענט צום סוף, אַז דער העלד איז באַשײַמפּערלעך אַ רעאַלער מענטש; אַן אַקטיאָר, וואָס איז געווען אַ צענטראַלע פֿיגור אויף דער היגער ייִדישער טעאַטער־בינע אין די 60ער און 70ער יאָרן. כאָטש אַ געניט אויג וועט באַמערקן, אַז אין דער פּראָגראַם פֿון פֿעסטיוואַל ווערט באַצייכנט, אַז דאָס איז אַ דאָקאָמאָקומענטאַרער פֿילם.

ס׳איז נייטיק אונטערצושטרײַכן, אַז אַ מאָקומענטאַרער פֿילם איז זייער ענלעך צו אַ דאָקומענטאַרן פֿילם מיטן אונטערשייד, אַז דער אינהאַלט פֿון אָט דעם לעצטן איז אַן אויסגעטראַכטער. "שונד" גייט נישט אַרײַן אין דער דאָזיקער דעפֿיניציע. די אויפֿפֿירערס פֿון דעם פֿילם, יעל און עידאָ זאַנד, האָבן דאָ געשאַפֿן אַ נײַעם זשאַנער, וועלכער האָט נאָך נישט באַקומען זײַן אייגענעם נאָמען, דעריבער ווערט ער אײַנגעשלאָסן צײַטווײַליק אין דער קאַטעגאָריע פֿון דאָקאָמאָקומענטאַרע פֿילמען. זייער פֿילם אין קעגנזאַץ, שליסט אײַן אמת און פֿיקציע, רעאַליטעט און פֿאַנטאַזיע.

"צי דערקענט מען אַז דאָס איז אַן אויסגעטראַכטע מעשׂה?" — פֿרעגט יעל, בעת דער באַגעגעניש; ס׳איז פֿאַר איר זייער וויכטיק דאָס פּובליקום זאָל פֿאַרשטיין, אַז מיכאל קאַצאַפּ איז נישט קיין רעאַלע פֿיגור. די פֿראַגע איז אָבער, וווּ געפֿינט זיך אין דעם פֿילם די צעשיידונגס־ליניע צווישן אמת און פֿאַנטאַזיע? "די גרענעץ איז אַ קלאָרע", ענטפֿערט יעל, "אַלץ וואָס האָט אַ שײַכות צום ספּעציפֿישן פּערסאָנאַזש איז אויסגעטראַכט. אַלץ אָבער וואָס איז פֿאַרבונדן מיט דער היסטאָרישער שילדערונג פֿון ייִדישן טעאַטער פֿון יענער תּקופֿה — דאָס איז אין גאַנצן אמת פֿון אָנהייב ביזן סוף".

ווי עס זאָל נישט זײַן, אמת צי פֿאַנטאַזיע, איז דער פֿילם "שונד" אַן אויסנעמלעכע אַרבעט. דורך די באַגעגענישן מיט פֿאַרשיידענע מענטשן, מערסטן טייל אַקטיאָרן פֿון ייִדישן טעאַטער, געלינגט דעם פֿילם פֿאָרצושטעלן אַ לעבעדיק באַלערנדיק בילד פֿון יענע צײַטן. די מעלאָדראַמאַטישע געשיכטע פֿון מיכאל קאַצאַפּ וועקט אויף די נײַגעריקייט און נישט ווייניקער פֿון דעם, פֿאַרכאַפּן די דראַמאַטישע געשעענישן וואָס האָבן כאַראַקטעריזירט דעם היגן ייִדישן טעאַטער.

דער פֿילם, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן מיט דער הילף פֿון נײַעם פֿאָנד פֿאַר קינאָ און טעלעוויזיע און דעם קאַנאַל 8, שילדערט וועגן פֿאַרבאָט, וואָס ס׳האָט דאַן געהערשט אין לאַנד ביזן יאָר 1951 אויפֿצופֿירן ספּעקטאַקלען אויף ייִדיש, ווײַל דאָס איז אויפֿגענומען געוואָרן ווי אַ דראָונג צו דער רעאַליזירונג פֿון לאַנג־געגאַרטן חלום צו פֿאַרוואַנדלען העברעיִש אין אַ הערשנדיקע שפּראַך אין ישׂראל. דער פֿילם דערמאָנט אויך די "גאָלדענע תּקופֿה" פֿון ייִדישן טעאַטער ווען אַ ריזיקער עולם האָט זיך געעפֿנט אַ וועג צו די קאַסעס און די פֿאָרשטעלונגען זײַנען אויפֿגעפֿירט געוואָרן פֿאַר פֿולע זאַלן. אויסער דעם שטרײַכט דער פֿילם אונטער, אַז דער ייִדישער טעאַטער האָט נישט באַקומען קיין שום אָפֿיציעלע שטיצע פֿון דער מדינה, ער האָט אַפֿילו געמוזט אָפּצאָלן אַ ספּעציעלן שטײַער פֿאַר דער דערלויבעניש אויפֿצוטרעטן. ער דערמאָנט די באַליידנדיקע באַציִונג פֿון העברעיִשן טעאַטער צו די אַקטיאָרן וואָס האָבן געשפּילט אויף ייִדיש און פֿאַררופֿט זיך, בעיקר, אויפֿן באַגריף "שונד" — אַ וווּלגאַר־פּאָפּולער טעאַטער, אַ פֿאַרווײַלנדיקער און מינערווערטיקער — די מיינונג, מיט וועלכער מען האָט גאַנץ אָפֿט "באַשאָנקען" דעם היגן ייִדישן טעאַטער.

לייבאָוויטש־זאַנד דערציילט, אַז זי אַליין רעדט נישט קיין ייִדיש, נאָר זי קען די שפּראַך, אַ דאַנק איר באָבען, וועלכע האָט געוווינט אין אַ קליין שטעטל נאָענט צו רחובֿות, אַן אמתע קאָפּיע פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע שטעטלעך. "דאָרטן רעדן אַלע אײַנוווינער ייִדיש", דערציילט יעל, "און ווי אַ קינד בין איך דאָרט געזעסן, זיך צוגעהערט צו זייער ריידן און גאָרנישט פֿאַרשטאַנען". נאָך יאָרן, ווען אירע עלטערן האָבן זיך צוריקגעקערט פֿון אַ באַזוך אין רומעניע און האָבן דערציילט, אַז זיי זײַנען דאָרט געווען אינעם ייִדישן טעאַטער, וווּ נישט די אַקטיאָרן און נישט דער עולם קענען די שפּראַך, האָט זיך בײַ איר דערוועקט יענער פֿאַרגעסענער אומעט. "פּלוצעם האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז יענע טעאַטער־וועלט דריקט אויס אין אַ געוויסער פֿאָרעם דאָס אויסגיין פֿון אַ שפּראַך". ווי אַן אייגנאַרטיקע קינאָ־רעזשיסאָרין, האָט יעל באַנומען די האַרצרײַסנדיקע דראַמע וואָס ליגט באַהאַלטן אין דעם ייִדיש־אונטערגאַנג און זיך אונטערגענומען צו דערציילן וועגן דעם ייִדיש־מצבֿ בײַם הײַנטיקן טאָג דורך אַ טעאַטראַלן קוקווינקל.

מיט זעקס יאָר צוריק האָט זי אָנגעהויבן אירע באַגעגענישן מיט מענטשן, אָנגעהעריקע צום ייִדישן טעאַטער, מערסטן טייל אַקטיאָרן, כּדי זיך אָנצונעמען מיט דער טעמע ווי אויך, כּדי צו געבן איר פֿילם אַ ריכטיקע אָריענטאַציע. אין אירע באַגעגענישן האָט זי אויסגעהערט אָן אַ שיעור מעשׂיות און צום סוף איז איר אײַנגעפֿאַלן דער געדאַנק אויסצוטראַכטן אַ פֿיקטיוון פּערסאָנאַזש און דאָס איבער דער נויטווענדיקייט צו דערציילן די אָנגעזאַמלטע העכסט אינטערעסאַנטע געשיכטעס, באַנוצנדיק אַ יונגן ממזרישן צוגאַנג; "ווי אויך אַרײַנצוטריפֿן אַ טראָפּ פֿון מיסטעריע", זאָגט זי.

"ביי דאָקומענטאַרע פֿילמען זעט מען שטענדיק עלטערע מענטשן דרימלען אויף זייערע בענקלען בעת די פֿאָרשטעלונגען אין ייִדישן טעאַטער", גיט צו עידאָ זאַנד, וועלכער האָט פֿאַטאָגראַפֿירט און געווען אַ פֿולער שותּף צו דער שאַפֿונג. "מיר האָבן געזוכט מיטלען, כּדי צו רעאַליזירן דעם פֿילם אויף אַ פֿאַרווײַלנדיקן צוציִענדיקן אופֿן. אויך די מענטשן וואָס מיר האָבן באַגעגנט, האָבן אונדז באַצויבערט, פֿילפּנימדיקע קינסטלער וואָס לעבן הײַנט, די אַמאָליקע באָהעמע".