קורח, אַ ייִד פֿונעם שבֿט לוי, איז נישט געווען צופֿרידן מיט דעם, וואָס משה רבינוס ברודער, אַהרן, איז געוואָרן דער כּהן־גדול. זײַענדיק פּונקט אַזאַ מיוחסדיקער לוי, ווי אַהרן, האָט קרח געהאַלטן, אַז ער האָט אויך דאָס רעכט צו ברענגען קרבנות אינעם משכּן. אַחוץ דעם, איז ער געווען אומצופֿרידן מיט דעם, וואָס משה רבינו האָט געשאַפֿן אַ היעראַרכיע פֿון דיינים, נאָך דער עצה פֿון זײַן שווער, יתרו.
קורח האָט געטענהט, צוזאַמען מיט דתן און אַבֿירם, צוויי חשובֿע ייִדן פֿונעם שבֿט ראובֿן, אַז משה טאָר זיך ניט האַלטן העכער ווי אַנדערע ייִדן. "כּל העדה כּולם קדושים ובתוכם השם" — דאָס גאַנצע פֿאָלק איז הייליק, און ג־טלעכקייט אַנטפּלעקט זיך אין אַלעמען. ווי עס שטייט אינעם מדרש, האָבן די אויפֿשטענדלער פֿאַרזאַמלט אַ גרויסע גרופּע פֿון 250 בכּבֿודיקע תּלמידי-חכמים, כּדי צו דערווײַזן, אַז משה רבינו קען נישט פּסקענען די ריכטיקע הלכה.
די תּורה הייסט אַרײַנצופֿלעכטן אינעם טלית אַ הימל־בלויען פֿאָדעם, באַפֿאַרבט מיט תּכלת — אַ ספּעציעלער פֿאַרבשטאָף, וואָס מע פֿלעגט אַרויסבאַקומען פֿון אַ געוויסער ים־חיה. בערך מיט 120 יאָר צוריק, האָט דער ראַדזינער רבי, הרבֿ גרשון־הענעך לײַנער, אַן אָנגעזעענער חסידישער צדיק און אַן אָריגינעלער דענקער, דערקלערט, אַז ער האָט געלייזט דעם סוד פֿון דער דאָזיקער פֿאַרב.
דער ראַדזינער רבי איז געווען אַ ברייט־געבילדעטער מענטש, גוט באַקאַנט מיט כעמיע און מעדיצין, וועלכער האָט געקאָנט לאַטײַן און נאָך עטלעכע שפּראַכן. נאָך אַ לאַנגער פֿאָרשונג, האָט ער באַשלאָסן, אַז ער האָט געפֿונען אַ געוויסע ים־חיה, פֿון דער זעלבער משפּחה ווי דער אַכטפֿיסלער, וואָס האָט געדינט, לויט זײַן דעה, ווי דער קוואַל פֿונעם תּכלת. צוליב זײַנע פֿאָרשונגען אין אָט־דעם געביט, האָט דער ראַדזינער רבי באַקומען בײַם פֿאָלק דעם טיטל "בעל־התּכלת".
פֿונדעסטוועגן, האָט בלויז אַ קליינע גרופּע פֿון זײַנע נאָכפֿאָלגער, ווי אויך אַ טייל בראַצלעווער חסידים, אָנגענומען דעם ראַדזינער רבינס אַנטדעקונג. אַחוץ די טעכנישע ספֿקות, צי די פֿאַרב איז טאַקע די זעלבע, וואָס ווערט דערמאָנט אין דער תּורה, וואָרענען די קבלה־ספֿרים, אַז ס׳איז בכלל נישט כּדאַי צו טראָגן דאָס תּכלת הײַנט, ווײַל כּדי דאָס צו טאָן, מוז מען זײַן אויף אַ גענוג־הויכער גײַסטיקער מדרגה. די קריטיקער טענהן, אַז דאָס תּכלת איז בעצם אַ הימלישע, "יענוועלטיקע" פֿאַרב, וואָס געהערט צו די קומענדיקע גאולה־צײַטן. די תּכלת־טרעגער האַלטן אָבער פֿאַרקערט, אַז ס׳איז אַ גרויסע סגולה, וואָס דערנעענטערט די גאולה.
קורח האָט געפֿרעגט משה רבינו, צי מע מוז צובינדן ציצית צו אַ טלית, וואָס איז אינגאַנצן געמאַכט פֿון תּכלת. ווען משה האָט געענטפֿערט, אַז אַזאַ טלית פֿאָדערט אויף ציצית, האָט קורח געמאָלדן, אַז נישט. כּדי אָפּצושטעלן די קריגערײַ, האָט משה פֿאָרגעלייגט קורחן מיט זײַנע חבֿרים צו ברענגען אַ קטורת אינעם משכּן, כּדי צו זען, צי דער אייבערשטער וועט עס אָננעמען. ווען זיי האָבן דאָס געפּרוּווט צו טאָן, האָט די ערד זיך צעשפּאָלטן און אײַנגעשלונגען די הויפּט־אויפֿהעצער פֿונעם מחלוקת, בראָש מיט קורחן; די אַנדערע שולדיקע אינעם סיכסוך זענען פֿאַרברענט געוואָרן אין אַ הימליש פֿײַער.
די מעשׂה האָט אַרויסגערופֿן אַ מהומה בײַם פֿאָלק. עס האָט זיך אָנגעהויבן אַ שטאַרקע מגיפֿה, וועלכע האָט זיך אָפּגעשטעלט, ווען אַהרן הכּהן האָט געבראַכט זײַן קטורת אינעם משכּן. דערנאָך איז געשען אַ נס: אַהרנס שטעקן האָט זיך צעבליט. ערשט דעמאָלט האָט קורחס מחלוקת זיך אָפּגעשטעלט, און די ייִדן האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז אַהרן איז טאַקע דער ריכטיקער כּהן־גדול.
דער מדרש זאָגט, אַז קורח מיט זײַן חבֿרה האָבן זיך ספּעציעל אָנגעטאָן אין אומגעוויינטלעכע הימל־בלויע טליתים, געמאַכט אינגאַנצן פֿון תּכלת, כּדי אַרויסצוּווײַזן זייער קעגנערשאַפֿט צו משה רבינוס פֿירערשאַפֿט. ס׳זעט אויס, אַז תּכלת איז טאַקע אַן אומגעוויינטלעכער, "יענוועלטיקער" מאַטעריאַל, הגם אין דעם פֿאַל האָט די דאָזיקע "יענוועלטיקייט" זיך אויסגעשפּילט אויף אַ בפֿירוש נעגאַטיוון אופֿן — ווי אַן אויסטערלישע מיתה־משונה.
דער איזשביצער רבי, דער זיידע פֿונעם דערמאָנטן ראַדזינער רבין, דערקלערט אין זײַן ספֿר "מי השילוח", אַז הגם קורח איז באַשטראָפֿט געוואָרן, שטעקט אין זײַן טענה וועגן גלײַכקייט אַן עלעמענט פֿון אמת.
מיט זײַן "טלית שכּולו תּכלת", האָט קורח געוואָלט אַרויסווײַזן, אַז ער איז אינגאַנצן פֿאַרטאָן אין הייליקע כּוונות און יראת־שמים. ער האָט אָבער געמאַכט אַ טאָפּלטן טעות. הגם משה רבינו איז געווען אַ גרויסער נבֿיא און געפּסקנט הלכה פֿאַרן גאַנצן פֿאָלק, האָט ער עס געטאָן נישט צוליב מאַכט און כּבֿוד. להיפּוך, הגם קורח האָט געטענהט וועגן גלײַכקייט, האָט ער געוואָלט באַקומען די מאַכט.
קורח איז זיכער געווען אַ גרויסער תּלמיד־חכם מיט טיפֿע כּוונות, און זײַנע דעות וועלן, מעגלעך, מקוים ווערן אין משיחס צײַטן. אין זײַנע כּוונות האָט זיך אָבער אַרײַנבאַקומען אַ "וואָרעם" פֿון גאווה און זעלבסט־אינטערעס. הגם ער האָט געטעהנט, אַז דאָס גאַנצע פֿאָלק איז גלײַך און הייליק — און ער איז טאַקע געווען דאָ גערעכט — האָט ער געצילט צו באַקומען די פּאָזיציע פֿון אַ כּהן־גדול, און נישט קיין עכטע גלײַכקייט. און פֿאַרקערט: הגם משה און אַהרן האָבן אויסגעפֿירט אַ בכּבֿודיקע ראָלע, האָבן זיי נישט געגלייבט, אַז זיי זענען העכער און הייליקער, ווי די אַנדערע.
רבי קלונימוס־קלמן עפּשטיין, אַ באַרימטער חסידישער צדיק, ברענגט אין זײַן ספֿר "מאור ושמש" אַ בײַשפּיל פֿון אמתער גלײַכקייט, וואָס האָט זיך אַנטפּלעקט, ווען די ייִדן זענען אַרויס פֿון מצרים. ווי עס ווערט דערציילט אין דער פּרשה, האָט מרים אָנגעהויבן זינגען און טאַנצן אין קאָן מיט אַנדערע פֿרויען. אין דעם מאָמענט, האָט זי אַנטפּלעקט אַ הויכע מדרגה פֿון רוחניות, בײַ וועלכער עס ווערן בטל אַלע חילוקים און היעראַרכיעס.
משה רבינו אַליין האָט אָנערקענט, אַז זײַן שוועסטער האָט אַנטפּלעקט, דורך זינגען און טאַנץ, אַזאַ דערהויבענע רוחניותדיקע וועלט, וואָס אַפֿילו ער וואָלט נישט געקאָנט אַנטפּלעקן, הגם ער איז געווען דער גרעסטער נבֿיא אין דער וועלט. זײַן נבֿואה האָט געהערט צו דער וועלט פֿון סדר און באַשטימטע חילוקים. מרימס ספּאָנטאַנער טאַנץ האָט אָבער געהערט צו "עולם־העיגולים" — די העכערע וועלט פֿון ניט־היעראַרכישע באַציִונגען.