פּאָליטיק
פּראָ־פּאַלעסטינער דעמאָנסטראַנטן האַלטן טערקישע און פּאָלעסטינער פֿאָנען בעת אַ פּראָטעסט אין אַנקאַראַ, טערקײַ, דעם 6טן יוני 2010
פּראָ־פּאַלעסטינער דעמאָנסטראַנטן האַלטן טערקישע און פּאָלעסטינער פֿאָנען בעת אַ פּראָטעסט אין אַנקאַראַ, טערקײַ, דעם 6טן יוני 2010
Credit: Getty Images

מיט אַ צײַט צוריק איז מיר אויסגעקומען צו זײַן אויף אַ לעקציע פֿון אַ ישׂראלדיקן היסטאָריקער, וואָס האָט גערעדט, בפֿרט, וועגן אַזאַ אינטערעסאַנטן פֿענאָמען פֿון די ערשטע עליות: ס׳רובֿ אָנגעקומענע ייִדן קיין ארץ-ישׂראל זײַנען געווען גאַנץ ווײַט פֿון ציוניזם, אָבער די וואָס זײַנען לסוף פֿאַרבליבן אין לאַנד זײַנען, בדרך-כּלל, געוואָרן הייסע אָנהענגער פֿון דער ציוניסטישער אידעאָלאָגיע. עפּעס ענלעכס זעט מען אויך איצט צווישן מײַנע באַקאַנטע, וועלכע זײַנען געקומען קיין ישׂראל אין די לעצטע צוואַנציק יאָר. דער גרעסטער טייל פֿון זיי האָבן, קודם-כּל, געוואָלט זיך אַרויסרײַסן פֿון דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, און ישׂראל האָט דעמאָלט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט די איינציקע צוטריטלעכע ברירה, אָבער קיין אידעאָלאָגישן צוצי-כּוח האָט ישׂראל פֿאַר זיי ניט געהאַט. בינו-לבינו, אָבער, זײַנען אַ סך פֿון זיי געוואָרן הייסע, איבערגעגעבענע ישׂראלים, געוויינטלעך אָנהענגער פֿון די רעכטע פּאַרטייען.

כּמעט יעדעס מאָל, ווען איך רעד מיט די פֿרײַנד מײַנע, פֿיל איך, אַז איך האָב זיך מיט עפּעס פֿאַרזינדיקט. אָט בין איך אַוועק צו קוקן אַ פֿילם, וואָס מע האָט בשום-אופֿן ניט געדאַרפֿט קוקן, ווײַל דער רעזשיסאָר פֿון דעם דאָזיקן פֿילם האָט עפּעס אַ זאָג געטאָן, וואָס איז ניט צום האַרצן אַ גראָדליניקן פּאַטריאָט פֿון ישׂראל. אָט האָב איך געהאַט די נאַרישקייט צו דערמאָנען דעם נאָמען פֿון באַראַק אָבאַמאַ, וועמען זיי האַלטן פֿאַר אַ ביטערן שׂונא-ישׂראל. און אָט האָב איך, פֿאַראַיאָרן, זיך אַרײַנגעכאַפּט אויף עטלעכע טעג קיין איסטאַנבול. לאָזט זיך אויס, אַז שוין דעמאָלט האָט מען געדאַרפֿט זיך האַלטן וואָס ווײַטער פֿון טערקײַ. ווי איך פֿאַרשטיי, הײַנט האָט טערקײַ אַן אימאַזש פֿון אַ גאָר שרעקלעכן שׂונא.

אַ שאָד, ווײַל קיין בעסערן שותּף האָט ישׂראל אין דער מוסולמענישער וועלט ניט געהאַט, און מע וואָלט געדאַרפֿט טאָן אַלץ, כּדי די דאָזיקע באַציִונגען צו נאָרמאַליזירן. אַזאַ צוגאַנג לייגט זיך אויפֿן שׂכל. בפֿרט נאָך, אַז אומגעקומען זײַנען דאָך טערקישע בירגער, און קיין שום מדינה וואָלט אַזאַ זאַך ניט אַרײַנגעשלונגען זייער גרינג. בכלל, די רעטאָריק, וואָס מע הערט פֿון טערקײַ, איז שאַרפֿער אין דער פֿאָרעם, אָבער דער אינהאַלט אירער איז, אין תּוך אַרײַן, מער אָדער ווייניקער דער זעלבער, ווי די ווערטער, וועלכע מע הערט מצד די נאָענטסטע פֿרײַנד פֿון מדינת-ישׂראל.

די שלעכט אָרגאַניזירטע און שלעכט דורכגעפֿירטע אָפּעראַציע פֿאַר פֿאַרהאַלטן די "שלום-פֿלאָטיליע" (וואָס האָט, פֿאַרשטייט זיך, קיין שלום ניט געזוכט) איז נאָר אַ טייל פֿון דער גאַנצער פּראָבלעם אַרום עזה. די בלאָקאַדע געדויערט שוין פֿיר יאָר, אָבער קיין סך נחת ברענגט זי ניט, ווײַל מע זעט ניט, וווּהין זי קען פֿאַרפֿירן דעם פּראָצעס פֿון געפֿינען עפּעס אַ לייזונג אָדער, לכל-הפּחות, אַ שטיקל לייזונג. אָן אונטערהאַנדלונגען מיטן "כאַמאַס" וועט מען פֿון דעם טעמפּן ווינקל, אַ פּנים (און צום באַדויערן), ניט אַרויסגיין. אָבער ניט דאָס בין איך אויסן. וועגן דעם האָט מען שוין אָנגעשריבן אַ באַרג אַרטיקלען. מיך אינטערעסירט מער טערקײַ.

דער איצטיקער קריזיס — וואָס איז, בלי-ספֿק, אַ שאַרפֿער קריזיס — איז פֿאַרבונדן אויך מיטן אָרט, וואָס טערקײַ פֿאַרנעמט אין דער מערבֿדיקער וועלט. פֿון איין זײַט, האַלט מען דאָס לאַנד פֿאַר אַ כּמו-אייראָפּעיִשער מדינה, פֿאַר אַ מוסטער פֿון אַ "נאָרמאַלער" מוסולמענישער מלוכה. טערקײַ באַטייליקט זיך אין כּלערליי אייראָפּעיִשע אונטערנעמונגען. למשל, מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָבן טערקישע זינגער פֿאַרנומען דאָס צווייטע אָרט אין דעם פּאָפּולערן יערלעכן קאָנקורס אויף אַ בעסטן אייראָפּעיִשן ליד. טערקײַ איז אַ וויכטיקער מיטגליד פֿון "נאַטאָ". און מע קען פֿירן ווײַטער די רשימה פֿון מיליטערישע, פּאָליטישע, עקאָנאָמישע און קולטורעלע פֿאַרבינדונגען, וואָס טערקײַ האָט מיט דער מערבֿדיקער וועלט.

אין דער זעלבער צײַט, שטויסט מען אָפּ טערקײַ פֿון די רעכט צו האַלטן זיך פֿאַר אַן אייראָפּעיִשער געזעלשאַפֿט. קודם-כּל, גייט די רייד וועגן אַ מיטגלידערשאַפֿט אין דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג. טערקײַ שטופּט זיך אין דער פֿאַראייניקונג, חלשט ממש אַרײַנצוטרעטן אין איר. אָבער די פֿראַנצויזישע רעגירונג, אַ שטייגער, איז קאַטעגאָריש קעגן דעם, בעת שפּאַניע, איטאַליע און גרויס-בריטאַניע האַלטן, אַז פֿון אַזאַ מיטגליד וואָלט די פֿאַראייניקונג נאָר געוווּנען. אַזוי — ניט אַהין און ניט אַהער — האַלט מען טערקײַ שוין לאַנגע יאָרן, טעסטירנדיק די גאַנצע צײַט דאָס געדולד פֿון דער נאַציע.

טערקײַ האָט אַ לאַנגע געשיכטע, אָבער ווי אַ מאָדערנע נאַציע איז די טערקישע געזעלשאַפֿט גאַנץ יונג — פּונקט ווי די ישׂראלדיקע נאַציע איז יונג, ניט געקוקט אויף דער זייער לאַנגער ייִדישער געשיכטע. ס׳איז גוט (צי טרויעריק) באַקאַנט, אַז יונגע נאַציעס האָבן גרויסע פּראָבלעמען מיט געדולד. קיין חידוש ניט, אַז אָנהייב יאָר האָבן די טערקן אויפֿגענומען ווי אַ שפּײַ אין פּנים דעם עפּיזאָד, ווען דעם טערקישן אַמבאַסאַדאָר האָט מען אין ישׂראלדיקן אויסערן-מיניסטעריום בכּיוון, צי צוליב אַ טעות, אַוועקגעזעצט נידעריקער איידער מע האָט געדאַרפֿט. די טערקישע רעגירונג האָט זיך געברוגזט אויף ישׂראל פֿאַר דער מיליטערישער אָפּעראַציע אין עזה, וועלכע האָט געבראַכט צו נישט די באַמיִונגען פֿון טערקײַ צו ברענגען צום רונדן טיש ישׂראל מיט סיריע.

דאָך ווילט זיך גלייבן, אַז ביסלעכווײַז וועט מען פֿאַרגעסן די באַליידיקונגען און ווידער ווערן פֿרײַנד. פֿאַר ישׂראל איז דאָס זייער וויכטיק. אפֿשר וועט עס ווערן מעגלעך, ווען טערקײַ וועט האָבן אַ נײַע רעגירונג, ווײַל אייניקע קאָמענטאַטאָרן טענהן, אַז די איצטיקע רעגירונג נייטיקט זיך אין אַ קאָנפֿראָנטאַציע מיט ישׂראל, ווײַל דאָס קען אָפּשוואַכן די פּאָזיציעס פֿונעם וועלטלעכן סעקטאָר. אַזוי צי אַזוי, אָבער אַ קליינער עפּיזאָד בײַ די ברעגן פֿון עזה האָט פּראָוואָצירט געשעענישן, פֿון וועלכע עס האָבן געוווּנען אַ סך צדדים, און אָפּגעטאָן אויף טערקיש נאָר איין צד — ישׂראל.