|
בען סטאָנהיל מיט זײַנע צוויי זין |
|
אין דער געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר האָבן זיך באַוויזן געניטע זאַמלערס פֿון פֿאָלקסלידער, איבערגעגעבן דעם ציל צו "ראַטעווען די אוצרות איידער זיי פֿאַרשווינדן". אין די ערשטע יאָרן האָבן די זאַמלערס נאָר פֿאַרשריבן די ווערטער פֿון די לידער, ווײַל זעלטן ווען, האָט איינער געקענט שרײַבן נאָטן. י. ל. כּהן, למשל, האָט נישט געקענט שרײַבן מוזיק, אָבער ער האָט געפֿונען אַ מוזיקער, מיר דאַכט, ה. רוסאָטאָ, און כּהן האָט פֿאַר אים פֿירגעזונגען די לידער, און רוסאָטאָ האָט זיי פֿאַרשריבן.
כּהנס צוויי־בענדיקע זאַמלונג "ייִדישע פֿאָלקסלידער מיט מעלאָדיעס" פֿון 1910 איז געווען די ערשטע זאַמלונג פֿון ייִדישע לידער, אויף ייִדיש, אַרײַנצונעמען סײַ די מוזיק, סײַ די טעקסטן.
אָבער אין גיכן האָט די טעכנאָלאָגיע פֿון רעקאָרדיר־מאַשינען געגעבן אַ טראָט פֿאָרויס. מען האָט מער נישט געדאַרפֿט זײַן "פֿאַרשפּאַרט" אין אַ סטודיאָ צו רעקאָרדירן די וועלט; די רעקאָרדיר־מאַשינען זענען געוואָרן פּאָרטאַטיוו, כאָטש אַ סך שווערער און גרעסער ווי הײַנט. אויף אַנ־סקיס פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציעס פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט יואל ענגעל און אַנדערע געטאַסקעט דעם אַפּאַראַט און הײַנט קען מען טאַקע זיך צוהערן צו די אוצרות אויף קאָמפּאַקטלעך אַרויסגעגעבן פֿון דער קיִעווער "ווערנאַדסקי־ביבליאָטעק."
פֿאַרן פֿאָרשער פֿון פֿאָלקסמוזיק, און מוזיק בכלל, שטעלן מיט זיך פֿאָר די רעקאָרדירונגען פֿון זינגער אַ סך מער אַן אַרומנעמיק בילד פֿון אַ ליד ווי די פֿאַרשריבענע נאָטן צום ליד. אַ סך מער אינפֿאָרמאַציע ווערט איבערגעגעבן דורך אַ רעקאָרדירונג — און אַ ווידעאָ־רעקאָרדירונג איז, אַוודאי, אַפֿילו בעסער — ווי אַן אָפּשפּיגלונג פֿון אַ פֿאָרשטעלונג.
עס געפֿינען זיך געציילטע, אָבער וויכטיקע, גרויסע זאַמלונגען פֿון רעקאָרדירטע ייִדישע פֿאָלקסלידער אין פֿאַרשיידענע אַרכיוון אַרום דער וועלט. אין אַמעריקע, למשל, האָט איבערגעלאָזט די זינגערין, פֿאָרשערין און פֿאָלקלאָריסטקע, רות רובין, איר חשובֿע זאַמלונג אין פֿאַרשיידענע אינסטיטוציעס, און אַ געדרוקטן אויסקלײַב פֿון די לידער האָבן חנה מלאָטעק און פּראָפֿ׳ מאַרק סלאָבין אַרויסגעגעבן מיט עטלעכע יאָר צוריק.
איינע פֿון די וויכטיקסטע זאַמלונגען פֿון רעקאָרדירטע ייִדישע פֿאָלקסלידער האָט צונויפֿגעשטעלט בען סטאָנהיל און די געשיכטע ווי אַזוי ער האָט דאָס געטאָן איז אַ פֿאַרכאַפּנדיקע. סטאָנהיל איז געבוירן געוואָרן ווי בנימין שטײַנבערג אין סוּוואַלק, פּוילן, אין 1906, אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער משפּחה. ער עמיגרירט קיין אַמעריקע ווען ער איז נאָך געווען יונג און האָט געוווינט אין ראַטשעסטער, ניו־יאָרק. אין דער שטאָט ניו־יאָרק איז ער געקומען אין 1929 און אָנגעהויבן זײַן אייגן טעפּעך־געשעפֿט, מיט וועלכן ער האָט אָנגעפֿירט ביז זײַן טויט אין 1965.
בען סטאָנהיל איז געווען אַקטיוו אין דער ייִדישער קולטור אין ניו־יאָרק און האָט לאַנגע יאָרן געזאַמלט פֿאָלקסלידער. ער האָט צווישן אַנדערע אויפֿטוען, געהאָלפֿן גרינדן די ייִדישע שול אין סאָניסײַד, ניו־יאָרק, וווּ ער איז געוואָרן דער ייִדיש־לערער. נאָך דער מלחמה, ווען ער האָט געהערט אַז הונדערטער ייִדישע פּליטים וווינען צײַטווײַליק אינעם "מאַרסיי־האָטעל" אין מאַנהעטן, האָט ער פֿאַרשטאַנען וואָס פֿאַר אַ גאָלדענע געלעגנהייט דאָס וואָלט געקענט זײַן פֿאַרן פֿאָלקלאָריסט. לויט לאָרין סקלאַמבערג, דער קלאַנג־אַרכיוויסט פֿונעם ייִוואָ (און אויך זינגער פֿון דער קאַפּעליע "די קלעזמאַטיקס") האָט סטאָנהיל געפּועלט בײַ אַ פֿירמע, מע זאָל אים אָנשטעלן ווי אַ נישט־באַצאָלטן אַגענט צו "דעמאָנסטרירן" זייער נײַע רעקאָרדיר־מאַשין.
אינעם זומער פֿון 1948 האָט ער געשלעפּט די מאַשין און זי אויפֿגעשטעלט אינעם לאָבי פֿונעם "מאַרסיי־האָטעל", וואָס האָט זיך געפֿונען אויף ראָג בראָדוויי און 103טע גאַס. במשך פֿון עטלעכע וואָכן האָט ער אינטערוויויִרט עטלעכע הונדערטער ייִדן, ס׳רובֿ פּוילישע ייִדן, וואָס זענען אים פֿאַרבײַגעגאַנגען, און אַזוי אַרום געזאַמלט כּלערליי זשאַנערן לידער — ייִדישע פֿאָלקסלידער, חורבן־לידער, טעאַטער־לידער, פּאַרטיי־לידער, פּוילישע לידער, ניגונים און תּפֿילות. צווישן די זינגער האָט זיך אויך געפֿונען דער פּאָעט שמערקע קאַטשערגינסקי, און איך האָב אויך דערקענט דאָס קול פֿון דער שרײַבערין מאַשע לעאָן, ווי זי זינגט אַ ליד פֿון דער קינדער־אָפּערעטע "ליאַלקעס", וואָס מע האָט אויפֿגעפֿירט אין דער "מעדעם־סאַנאַטאָריע".
זי זאַמלונג איז געבליבן אין סטאָנהילס קעלער יאָרן לאַנג, און קורץ פֿאַר זײַן טויט, האָט ער זי איבערגעפֿירט אויף שפּולקעס און געשאָנקען קאָפּיעס פֿון דער זאַמלונג צום ישיבֿה־אוניווערסיטעט, צו דער קאָנגרעס־ביבליאָטעק אין וואַשינגטאָן און "ייִוואָ". מיט צוויי יאָר צוריק האָט די פֿאָרשערין יאַנינאַ וווּרבס איבערגעפֿירט די זאַמלונג אויף קאָמפּאַקטלעך, און אויב מע באַזוכט דעם קלאַנג־אַרכיוו אין ייִוואָ, קען מען זיי הערן.
עס איז אינטערעסאַנט זיך צוצוהערן צו סטאָנהילס זאַמלונג נישט נאָר צוליב די לידער, נאָר אויך צוליב דער גאַנצער פֿאָרשטעלונג, בעת וועלכער דער זינגער האָט אָפֿט געדאַרפֿט קאָנקורירן מיט די לאָבי־קלאַנגען אינעם האָטעל אַרום אים. איינס פֿון מײַנע באַליבטסטע לידער הייסט "קלעזמאָרים מײַנע", אַן אַלטע טויטן־באַלאַדע. מע קען עס הערן אויף דער וועבזײַט: