פֿאַרשײדנס
פֿון רעכטס: חיים שמולעוויטש, מײַן טאַטע, און בנימעלע אין עלטער פֿון דרײַ — אין ארץ־ישׂראל אויפֿן וואָגן פֿון יהודה הירקן, דעם גרינצײַג פֿאַרקויפֿער
פֿון רעכטס: חיים שמולעוויטש, מײַן טאַטע, און בנימעלע אין עלטער פֿון דרײַ — אין ארץ־ישׂראל אויפֿן וואָגן פֿון יהודה הירקן, דעם גרינצײַג פֿאַרקויפֿער

נישקשה, איך בין כאָטש צוריקגעקומען פֿון ישׂראל קיין אַמעריקע מיט אַ טוץ מעשׂיות און געשעענישן, וואָס זײַנען מיר געבליבן שטעקן אין זכּרון. דאַכט זיך, איך האָב אײַך שוין דערציילט, אַז מיר האָבן דאָרט געוווינט אין אַ שטעטעלע וואָס האָט געהייסן הרצליה־פּיתּוח. כ׳האָב אַפֿילו אין די צען יאָר נישט געוווּסט, אַז די באַוווּסטע פּאָעטעסע, רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, איז געווען אונדזערס אַ שכנטע, און דאָס איז אַ שאָד. דאָס שטעטעלע האָט מען, אין מײַן צײַט, גערופֿן די "אַמעריקאַנער קאָלאָניע". עס האָבן דאָ געוווינט אַמעריקאַנער, ענגלענדער, אַרגענטינער — צווישן זיי, שמואל ראָזשאַנסקיס זון, אין ווינקל־גאַס. שמואל ראָזשאַנסקי, וועמענס הונדערט ווערק ער האָט געהאָלפֿן אַרויסצוגעבן מיט דער הילף פֿון "ייִוואָ" אין בוענאָס־אײַרעס, באַשײַנען מײַן שטוב. ראָזשאַנסקי איז, בדרך־כּלל, געקומען צו גאַסט צו זײַן זון, און מיר פֿלעגן זיך טרעפֿן.

אַנטקעגן מיר האָט געוווינט בובערס טאָכטער, און אָנשטאָט בירנבוים האָבן זיי געהייסן אַגסי (אַגאַסי). אויף די דערבײַיִקע גאַסן האָבן געוווינט אַבא איבֿן, משה דײַנס געגטע פֿרוי, קאָנסולאַט־מענטשן, אַמבאַסאַדאָרן און דאָס גלײַכן. הייסט עס, אַז מיר האָבן זיך געפֿונען אין אַ גוטער קאָמפּאַניע. בײַ מיר האָט עס נישט געשפּילט קיין גרויסע ראָלע, ווײַל איך האָב זיי נישט געקענט און נישט געחבֿרט זיך מיט זיי. נאָך אַלעמען, איך האָב געהאַט באַלד אַן עופֿהעלע, מײַן בנימעלען הייסט עס. איז ווער האָט געהאַט אַ קאָפּ צו שכנים.

ווי נאָר מיר האָבן זיך אַרײַנגעצויגן, האָט זיך באַוויזן אַ שכנטע מיט אַ בוקעט בלומען און אונדז באַגריסט בזה הלשון:

"ברוכים הבאים, איר געפֿינט זיך שוין מיט מזל אין דער אייגענער מדינה. פֿון הײַנט מאָל אָן קענט איר אויפֿהערן צו זײַן ייִדן און קענען אָנהייבן צו זײַן ישׂראלים".

פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס האָט מיר נישט שטאַרק אימפּאָנירט. איך האָב זי אָנגעקוקט סקאָס און נישט געבליבן איר שולדיק קיין ענטפֿער אויף ענגליש דווקא:

"גבֿרת שמואלי, אַ דאַנק פֿאַר די בלומען, אָבער מיר דאַכט זיך, אַז מיר זײַנען געקומען קיין ארץ־ישׂראל צוליב דעם, וואָס מיר זײַנען ייִדן, און רעכענען אַזוי צו פֿאַרבלײַבן ביזן לעצטן אָטעם".

פֿאַרשטייט זיך, אַז מײַן ענטפֿער איז איר בכלל נישט געווען צום האַרצן. און פֿון דעמאָלט אָן זײַנען מיר פֿאַרבליבן ייִדן: מיר האָבן גערעדט ייִדיש און די אַרומיקע וועלט — עבֿרית. אַגבֿ, האָט מײַן בנימעלע גערעדט אַ לאָדזשער ייִדיש ווי שמעון דזשיגאַן, און אַלע האָבן פֿון אים געלאַכט; ביזן הײַנטיקן טאָג איז ער געבליבן אַ שׂונא יענע, וואָס האָבן פֿון אים געלאַכט.

אָבער אַלע אונדזערע פֿרײַנד, באַקאַנטע און קרובֿים האָבן זיך מיט אונדז געפֿרייט. און דער עיקר, האָבן זיי הנאה געהאַט פֿונעם ייִדיש וואָס איז געפֿלאָסן אַזוי פֿראַנק און פֿרײַ פֿון אונדזער הויז, אין גאַס אַרויס. געווען דאָרט אַ ייִד מיטן נאָמען יהודה הירקן, וואָס דאָס באַדײַט דער גרינצײַג־מאַן. ער איז יעדן טאָג אָנגעקומען מיט זײַן פֿערדל, אַרויפֿגעזעצט בנימעלען אויפֿן וואָגן און אים דערלאַנגט די לייצעס. אַ מחיה געווען צוצוקוקן זיך צום היימישן ייִד מיט זײַן פֿערדל. יהודה, אַ היימישער ייִד, האָט אויך גערעדט מיט אונדז אויף ייִדיש. וואָס איך האָב אײַך געוואָלט דערציילן איז געווען אַ געשיכטע פֿון אַן אירלענדישער פֿרוי און איר קינד, אַ ביסל ייִנגער פֿון מײַן בנימעלען. זי איז געווען די פֿרוי פֿונעם אירלעדישן אַמבאַסאַדאָר אין ישׂראל. סײַ איר ייִנגעלע און סײַ מײַן בנימעלע זײַנען געגאַנגען אין דער זעלבער פֿאָרשול אַ פּאָר מאָל אַ וואָך. דאָרט האָבן זיי זיך געשפּילט און אַרומגעלאָפֿן ווי פֿרײַע פֿייגל. איר ייִנגעלע האָט גערעדט ענגליש און מײַנער — ייִדיש. אָבער זיי האָבן זיך פֿאַרשטאַנען. נישט איין מאָל האָבן מיר געפֿירט די וווּזיקעס צום ברעג ים און בעת־מעשׂה געשמועסט פֿון טעגלעכע געשעענישן. איר ייִנגעלע איז געווען גאָר באַלײַבט, מסתּמא געווויגן אַ פּוד מיט אַ פֿונט. און יעדעס מאָל, וואָס ער האָט געגעבן אַ גרעפּץ, האָט עס מיך דערמאָנט אין "נײַאַגראַ פֿאָלס", וואָס געפֿינט זיך צווישן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע. דאָרט איז פֿאַראַן אַ ריזיקער וואַסערפֿאַל פּונקט אין מיטן פֿונעם טײַך. און יעדעס מאָל ווען דאָס וואַסער קומט צו צום פֿליסיקן באַרג, גיט עס זיך אַ לאָז אַראָפּ מיט אַ האַסטיקן פֿאַל ווי אין אַן אָפּגרונט. דעריבער, ווען דאָס אירלענדישע קינד האָט געגרעפּצט, האָט עס מיך דערמאָנט אין יענעם רעש.

איין מאָל טרעף איך זיך מיט דער אירלענדישער פֿרוי און איר ייִנגעלע אין וווּזיקל, און איר פּנים איז פֿאַרחושכט, פֿול מיט פֿאַרדרוס. פֿרעג איך זי:

"טײַערינקע! וואָס האָט פּאַסירט?"— זאָגט זי מיר:

"לאָמיר כאַפּן אַ שפּאַציר צום ים און איך וועל אויסלאָדענען מײַן שווער האַרץ".

איך טראַכט בײַ זיך מי־יודע, וואָס קען איר אַזוי דאָקוטשען. קוים און צרות מיר האָבן זיך דערשלעפּט צום ים; נישט צום ברעג, ווײַל צום ברעג האָט מען געמוזט אַראָפּגיין אַ קימא־לן פֿון אַ הונדערט טרעפּ. מיר האָבן זיך אַוועקגעזעצט אויף אַ באַנק און זי האָט גרינגער אָפּגעדעכעט.

"נו!, נו!, איצט דערצייל וואָס ס׳דאָקוטשעט דיך?"

זי האָט זיך באַקוועם געמאַכט אויף דער באַנק, דערלאַנגט דעם קינד אַ פּאָר קיכעלעך און זיך גענומען קלאָגן:

"וועסטו זיך ניט גלייבן. שטעל זיך פֿאָר, אַז מיר האָבן געמוזט דאָ אַהערקומען קיין ארץ־ישׂראל איך זאָל הערן אַזעלכע דיבורים".

"וואָסערע דיבורים" — בין איך כּמעט אַרויס פֿון די כּלים.

"נעם זיך אין זינען, דאָס קליינוואַרג שלאָגט זיך. קיינער קוקט זיך נישט אום אויף זיי. פֿרעג איך די לערערין 'פֿאַרוואָס לאָזסטו זיי שלאָגן זיך אַזוי?’ ענטפֿערט זי מיר, אַז זיי דערציִען סאָלדאַטן. מיטאַמאָל הער איך ווי די קינדער שרײַען אויף מײַן אָוגין: 'נוצרי מלוחלך’!"

איך שטיי און שטוין. ווײַל איך האָב באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז נוצרי מלוחלך מיינט נישט מער און נישט ווייניקער ווי שמוציקער קריסט. און זי האָט זיך באַגאָסן מיט טרערן.

"ווי איז דאָס געהערט געוואָרן, אַז קינדער זאָלן שוין צו דרײַ יאָר וויסן, ווער ס׳איז אַ ייִד און, ווער ס׳איז אַ קריסט. וואָס־זשע וועט זײַן שפּעטער?".

איך האָב זיך אָפּגעווישט ס׳מויל. נישט געוואָלט באַלד אַרײַנשפּרינגען מיט מײַן פּסק. האָב איך איר פּאַוואָליע גענומען מסביר צו זײַן:

"הער מיך אויס ענדזשי. ס׳איז טאַקע אַ גרויסער פֿאַרדרוס און דערנידעריקונג, כאָטש איך מיין, אַז די קינדער ווייסן צומאָל נישט וואָס דאָס מיינט".

"איז פֿון וואַנען האָבן זיי דאָס גענאָסן?" — וויל זי וויסן.

"וואָס הייסט פֿון וואַנען? זיכער פֿון דער היים, וואָס איז נישט נאָר אומטאָלעראַנט, נאָר אויך פֿאַרגיפֿטעט מיטן סם וואָס זיי טראָגן זיך דערמיט אַרום דורות־לאַנג. לאָז עס אָפּ, דאָס קינד הייבט נישט אָן צו וויסן מיט וואָס מ׳עסט עס. אָבער טו צו וויסן דער לערערין. אפֿשר וועט זי זיך מער אומקוקן אויף די קינדער".

בײַ זיך האָב איך אָבער געטראַכט: געלויבט צו גאָט וואָס איך האָב דערלעבט צו הערן אַזאַ מיאוסן און פֿינצטערן אויסדרוק. וויפֿל דורות זײַנען מיר ייִדן אויסגעשטאַנען פֿון די קריסטלעכע גויים. זיי האָבן אונדז טויזנטער יאָרן גערופֿן: "פּאַרשיווי זשיד!", "פּאַרכאַטי זשיד!", "פֿאַרפֿלוכטע יודע!", "שמוציקער ייִד!" און דאָס גלײַכן. דאַכט זיך, צוויי טויזנט יאָר. און איצט, אַז מיר זײַנען דאָ אין דער אייגענער מדינה רעכנט מען זיך אָפּ. אָבער מיט וועמען, מיט אַ קליין אירלענדיש ייִנגעלע?.. אַ שאַנדע און אַ בושה.

און אויב דאָס איז נישט גענוג, האָב איך אויף טריט און שריט געהערט די פֿײַל־און־בויגן געצילט אין מײַן ריכטונג, און דווקאַ אין אייגענעם לאַנד. און אַלץ צוליב דעם, וואָס מיר רעדן אויף ייִדיש צווישן זיך און צו די קינדער. אַ נײַע עפּידעמיע אויף אונדזער קאָפּ — ייִד קעגן ייִד. שפּראַך קעגן שפּראַך. אַשכּנזים קעגן ספֿרדים. פֿרומע קעגן פֿרײַע און פֿאַרקערט. און כּמעט אַלע קעגן דער גלות־קולטור.

זעט אויס, אַז מיר זײַנען כּכל הגויים. אַבי מ׳קען חוזק מאַכן, אָפּשפּעטן און מאַכן צו קליין־געלט — אויב נישט די גויים, איז כאָטש די אייגענע. כּנראה, עס זעט אויס, אַז דאָס פֿאַרגיפֿטעטע ווערעמל פֿון האַס איז אַ געבורט־פֿעלער בײַ אַלע פֿעלקער; און מיר, זײַנען נישט קיין אויסנאַם. נישט אַנדערש ווי מיר זײַנען אין גלות בײַ ייִדן.