פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

איינע פֿון די ערשטע פֿאָרשאַרבעטן מײַנע איז געווען אַ שטודיע וועגן די אופֿנים ווי מיכל גאָרדאָנס באַרימט ליד "די באָרד" האָבן זיך פֿאָלקלאָריזירט, געענדערט אין טעקסט און ניגון. הײַנט גיבן מיר צו אינפֿאָרמאַציעס צו דעם געדרוקטן אַרטיקל אין די "ייִוואָ־בלעטער" אין 1951. אַ פֿריִערדיקער אַרטיקל וועגן פֿאָלקלאָריזאַציע איז געווען ש. ז. פּיפּעס אַרבעט וועגן דוד עדעלשטאַטס ליד "דער אַרבעטער" אין דובֿ און מאיר נויס בוך וועגן לידער פֿון גאַליציע, געזאַמלט פֿון עוזר און ש. ז. פּיפּע. אַן אַנדער אַרטיקל אין מאַנוסקריפּט פֿון פּיפּע האָב איך געזען וועגן מיכל גאָרדאָנס ליד "די משקה" אין די 80ער יאָרן. עטלעכע קלענערע אַרטיקלען האָט ז. סקודיצקי אויך פֿאַרעפֿנטלעכט וועגן דעם ענין. מײַן אַרטיקל, געשריבן אין 1948 פֿאַר די קורסן אין לאָס־אַנדזשעלעסער־אוניווערסיטעט מיט ד״ר מאַקס ווײַנרײַך, איז געווען געדרוקט אַ פּאָר יאָר שפּעטער, אין 1951.

אַ גילגול פֿון מיכל גאָרדאָנס "די באָרד"

דאָס ערשטע מאָל האָב איך געהערט זינגען דאָס ליד "די באָרד" פֿון מ. קליגסבערג, זומער 1948, אין ניו־יאָרק. דער טעקסט און ניגון האָבן געקלונגען ווי אַ פֿאָלקסליד, און סײַ איך און די אַנדערע צוהערערס, סײַ דער זינגער גופֿא, האָבן געמיינט, אַז דער מחבר פֿון דעם ליד איז אומבאַקאַנט. צופֿעליק האָב איך שפּעטער באַמערקט אין דער ליטעראַטור "די באָרד" ווי דעם טיטל פֿון מיכל גאָרדאָנס אַ ליד. דער ענין האָט מיך פֿאַראינטערעסירט, און איך האָב אָנגעהויבן צו פֿאָרשן די געשיכטע פֿונעם ליד דורך זאַמלען און פֿאַרגלײַכן די וואַריאַנטן.

אָט איז דאָס ליד ווי איך האָב עס געהערט זינגען צום ערשטן מאָל:

אַז טשיפּע־טריינע איז אין שטוב אַרײַנגעקומען

האָט זי איר אייגענעם מאַן ניט דערקענט —

די גאַנטשיטשקע באָרד אַרונטערגענומען.

האָט זי געמאַכט אַ יאָמערלעך געוואַלד

צוזינג:

די באָרד, די באָרד, די באָרד זאָל מיר זײַן,

די באָרד, די באָרד, אין טאַטן אַרײַן!

צי איז דאָס אַ מאַן, צי איז דאָס אַ בחור,

צי איז דאָס אַ נקבֿה, צי איז דאָס אַ זכר,

צי זאָל איך דאָס טראַכטן, צי זאָל איך דאָס קלערן,

אַז מײַן מאַן זאָל זיך די באָרד גאָר אָפּשערן?

צי האָט דיר די באָרד געטאָן אַ רעה?

צי האָט זי דיר געקאָסט אַ ספּעציעלע הוצאה?

צי האָט זי פֿון דיר גאָר געמאָנט עסן?

אוי געוואַלד געשריגן, איך קען דאָס נישט פֿאַרגעסן.

נעכטן בײַ נאַכט איז מיר געקומען צום חלום

די גאַנטשיטשקע באָרד עליה־השלום.

אַ האָר אַהין און אַ האָר אַהער —

און לעבן דער באָרד איז געלעגן אַ שער. (מוזיק אַפּגעדרוקט)

דאָס דאָזיקע ליד האָב איך שפּעטער אויסגעפֿונען פּונקט ווי אַנדערע לידער פֿון מיכל גאָרדאָן, דעם משׂכּילישן פֿאָלקסדיכטער (1823—1890) איז שוין אַלט קנאַפּע הונדערט יאָר (איבער 170 יאָר, לויט דינעזאָן שפּעטער). במשך פֿון דער דאָזיקער צײַט זײַנען די לידער געווען שטאַרק פֿאַרשפּרייט אין פֿאָלק, די מערהייט ליטעראַטור־קריטיקער, וואָס האָבן אין פֿאַרשיידענע צײַטן געשריבן וועגן גאָרדאָנען, האָבן שטענדיק אונטערגעשטראָכן די אויסערגעוויינטלעכע פּאָפּולערקייט און פֿאַרשפּרייטקייט פֿון זײַנע לידער. אין 1888 האָט דינעזאָן געשריבן:

עס זײַנען שוין באַקאַנט און מיט ליבע אָנגענומען געוואָרן די לידער פֿון אונדזער עלטסטן און ערלעכסטן פֿאָלקסדיכטער, החכם הישיש ה׳ מיכל גאָרדאָן, און ווער געדענקט זיי נישט עד־היום, כאָטש זיי לעבן שוין פֿערציק יאָר?

און ליטווין האָט פֿאַרצייכנט:

ער האָט פֿאַרפֿאַסט אַ ליד, צוגעפּאַסט דערצו אַ ניגון, פֿאָרגעלייענט בײַ זיך אין שטוב אין דעם קליינעם קרײַז פֿון תּלמידים און פֿרײַנד, און דאָס ליד איז דעם זעלבן טאָג געוואָרן דאָס אייגנטום פֿונעם פֿאָלק.

איז עס נישט אַזאַ וווּנדער, אַז בשעת מיר האָבן געהערט זינגען דאָס ליד צום ערשטן מאָל האָבן מיר ניט געהאַט קיין באַגריף וועגן דעם ווער עס איז דער מחבר. גאָרדאָן האָט קיין מאָל ניט באַקומען די געהעריקע אָנערקענונג צווישן די ליטעראַטור־פֿאָרשער, ווי עס שרײַבן דינעזאָן און ש. ניגער צוו״אַנד, און צווישן די מאַסן איז זײַן נאָמען געווען אין גאַנצן אומבאַקאַנט. עס ווערן געגעבן פֿאַרשיידענע סיבות: ער איז געווען צו עניוותדיק, צו שטאָלץ; די ווירקונג פֿון דעם השׂכּלה־פּעריאָד. (פּרץ שרײַבט: "ווײַל אונדזערע העברעיִשע, פּוילישע און רוסישע שריפֿטשטעלער מאַכן שטענדיק אַ שווײַג איבערן טון און ווירקונג פֿון זשאַרגאַן)".

ווי עס זאָל ניט זײַן, גאָרדאָנס לידער ווערן עד־היום געזונגען זעכציק יאָר נאָך זײַן טויט. (איצט איז עס שוין 120 יאָר נאָך זײַן טויט). זיי האָבן אָנגענומען, ווײַזט אויס, אַלע אייגנשאַפֿטן פֿונעם פֿאָלקסליד און ווערן באַטראַכט ווי אַנאָנים.

לאָמיר דאָ למשל דערמאָנען דאָס פּאָפּולערע ליד "די משקה" ("משקה לאָמיר טרינקען ברידער") פֿון גאָרדאָנען. אָט דאָס ליד, נאָר אין אַ געביטענער פֿאָרעם, געפֿינען מיר אין מ. קיפּניסעס זאַמלונג "80 פֿאָלקסלידער", צווייטער טייל, וואַרשע, ווי אַ פֿאָלקסליד "אויפֿגענומען בײַ פּרץ מאַרקישן" (מיט דער מוזיק).

אויך אין אַ געביטענער פֿאָרעם געפֿינט זיך "די משקה" אין ש. באַסטאָמסקיס זאַמלונג "בײַם קוואַל", ווילנע, 1923 (פֿריִער געדרוקט אין ווילנער "פּינקס" 1922). דאָס ליד געזונגען פֿון מיישקע אַלפּערט קען מען איצט הערן אויף דעם נײַעם וועבזײַטל פֿון דער מלאָטעק־משפּחה.

בײַ מ. ווײַנרײַכן איז פֿאַרצייכנט פֿון מיטאַווע, קורלאַנד, אַ פֿאָלקסליד וואָס הייבט זיך אָן "אויפֿן בית־הקבֿרות אונטער אַ מצבֿה". ווײַנרײַך שרײַבט: "ס׳איז קאָנטיק אַן אויסטערלישע איבעראַרבעטונג פֿון מיכל גאָרדאָנס אַ ליד ('די שטיפֿמוטער’). זײַנע ווערק זײַנען געווען אַזוי פּאָפּולער, אַז זיי האָבן אָנגעשפּאַרט אַזש ביז מיטאַווע". אַנדערע וואַריאַנטן פֿון "די שטיפֿמוטער" געפֿינען זיך אין דעם צווייטן באַנד "פֿאָלקלאָר־לידער" פֿון מ. בערעגאָווסקי־ווינער, מאָסקווע, 1936. ווידער אַ מאָל בײַ באַסטאָמסקי און בײַ ז. ראָזנטאַל "שירי־עם", רשימות ב, תּרפ״ז, ז׳ 374. "די שטיפֿמוטער" איז געווען צווישן די ערשטע לידער וואָס די לייענערס האָבן אַרײַנגעשיקט צו די "פּערל" אין "פֿאָרווערטס" אין 1970.

אַנדערע לידער פֿון מיכל גאָרדאָן, וואָס זײַנען אַרײַן אין פֿאָלקס־רעפּערטואַר און געפֿינען זיך פֿאַררעקאָרדירט ווי אַנאָנימע, אין אַ געביטענער פֿאָרעם, אין פֿאָלקסלידער־זאַמלונגען, זײַנען: "ז־דע פֿאַר דעם גט" אין גינזבורג־מאַרעק "ייִדישע פֿאָלקסלידער אין רוסלאַנד", פּעטערבורג, 1901, נומ׳ 285; "מײַן תּשובֿה" ("אוי־וויי רביניו איך שטיי און ציטער און אין האַרצן ברענט אַ פֿײַער") אין "פֿאָלקלאָר־לידער" ב׳ 2, ז׳ 137; "מײַן דעה", אין באַסטאָמסקיס "בײַם קוואַל", ז׳ 66; "שלאָף מײַן קינד" (גאָרדאָנס סטראָפֿעס זײַנען איבערגעשטעלט; און דעם אָנהייב זינגט מען: "אַז כ׳וואָלט געהאַט דעם קיסרס אוצרות מיט זײַן גאַנצער מלוכה") בײַ גינזבורג־מאַרעק נומ׳ 65 און בײַ י. ל. כּהן, ייִדישע פֿאָלקסלידער, ב׳ 2, ,1912, ז׳ 99. (דאָס ליד איז געדרוקט אין גאָרדאָנס ערשטן באַנד פֿון 1868 און ניט אין דעם גרעסערן באַנד פֿון 1889). אין ליד איז די שורה "מיין איך אַז די גאַנצע וועלט איז מײַן", און דובֿ סדן האָט דעמאָלט געשריבן, אַז מיר האָבן אַנטדעקט אַז מאָריס ראָזענפֿעלד האָט געבאָרגט די שורה אין זײַן באַרימט ליד "מײַן ייִנגעלע": "אַז איך דערזע אים דאַכט זיך מיר, די גאַנצע וועלט איז מײַן". אין "לעקסיקאָן פֿון דער ליטעראַטור" שטייט געשריבן, אַז ראָזענפֿעלד פֿלעגט זינגען מיכל גאָרדאָנס לידער און אַז ס׳קען זײַן אַז די שורה איז געקומען צו אים פֿון גאָרדאָן. די פּעטערבורגער געזעלשאַפֿט פֿון ייִדישער פֿאָלקס־מוזיק האָט אויך געדרוקט דאָס ליד אַנאָנים. נאָך לידער זײַנען פֿאַרצייכנט בײַ פּיפּע אין די "ייִוואָ־בלעטער", 14, 1939.

(נאָטן צו אַ טייל פֿון גאָרדאָנס לידער געפֿינען זיך, אַגבֿ, אין אַרכיוו פֿון ייִוואָ, אין דער א. ליטווין־קאָלעקציע, און אין דער י. ל. כּהן־קאָלעצקיע®

(המשך קומט)