ליטעראַטור

Abigail Green.
Moses Montefiore: Jewish Liberator, Imperial Hero.
Harvard University Press, 2010.

סיר משה־חיים מאָנטעפֿיאָרע (1784—1885) איז געווען דער ערשטער ייִדישער "סעלעבריטי" פֿון דער מאָדערנער תּקופֿה. דער דאָזיקער טעזיס ווערט אַנטוויקלט אין דער נײַער ביאָגראַפֿיע פֿון דעם דאָזיקן סאַמע באַרימטן ייִד פֿונעם נײַנצנטן יאָרהונדערט. דאָס בוך איז אָנגעשריבן פֿון זײַנער אַ קרובֿה, פּראָפֿעסאָרין פֿון געשיכטע אינעם אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט, אַביגיל גרין. די פֿאָרשערין און אירע באַהעלפֿער האָבן דורכגעאַקערט טויזנטער אַרכיוואַלע מקורים אויף נײַן שפּראַכן אין עלף לענדער, הגם דער וויכטיקסטער מקור, מאָנטעפֿיאָרעס פּריוואַטער אַרכיוו, איז פֿאַרניכטעט געוואָרן אין עטלעכע יאָר אַרום נאָך זײַן טויט, צוליב אַ סיבה, וואָס בלײַבט עד־היום ניט קלאָר. פֿון דער דאָזיקער אַרומנעמיקער אַרבעט איז אַרויס אַ פֿאַרכאַפּנדיקע לעבנס־געשיכטע פֿון מער ווי איין הונדערט יאָר, וואָס איז איבערגעפֿלאָכטן מיט אַלע וויכטיקסטע היסטאָרישע געשעענישן פֿון יענער תּקופֿה.

מאָנטעפֿיאָרע איז קודם־כּל געווען אַ מאַן פֿון געשעפֿטן, אָבער אינעם זין, וואָס איז גאַנץ אַנדערש פֿונעם הײַנטיקן באַגריף פֿון "ביזנעסמאַן". אייגנטלעך, האָט ער זיך אָפּגעגעבן מיט געשעפֿטן בלויז ביזן עלטער פֿון פֿערציק יאָר. דערנאָך איז ער אַוועק פֿון דער פּראַקטישער קאָמערץ, און האָט געווידמעט דאָס רעשט פֿון זײַן לעבן דער פֿילאַנטראָפּישער און פּאָליטישער טעטיקייט לטובֿת דעם ייִדישן פֿאָלק. ער האָט גענומען פֿאַר אַ מוסטער דעם טראַדיציאָנעלן מאָדעל פֿון שתּדלנות. אַ רײַכער ייִד, וואָס איז קרובֿ למלכות, האָט ער אויסגענוצט זײַן כּוח און השפּעה צו העלפֿן זײַנע ברידער. מאָנטעפֿיאָרע איז אַוועק פֿון דער וועלט אויפֿן שוועל פֿון דער נײַער תּקופֿה אין דער ייִדישער געשיכטע, דער תּקופֿה פֿון מאַסן־פּאָליטיק, ווען בראָש פֿון די נײַע באַוועגונגען זײַנען געשטאַנען כאַריזמאַטישע פּאַרטיי־פֿירער.

מאָנטעפֿיאָרע שטאַמט פֿון דער ספֿרדישער עליט, וואָס האָט דאָמינירט אין דער מערבֿ־אייראָפּעיִשער ייִדישער וועלט ביזן 18טן יאָרהונדערט. ער איז געבוירן געוואָרן אין דער איטאַליענישער פּאָרט־שטאָט ליוואָרנאָ, אָבער זײַן משפּחה האָט געהאַט נאָענטע פֿאַרבינדונגען מיט די רײַכסטע ספֿרדישע באַנקירן און סוחרים אין לאָנדאָן, וווּ ער איז אויפֿגעוואַקסן. זײַן פֿרוי יהודית־באַרנעט כּהן איז געווען פֿונעם אַשכּנזישן אָפּשטאַם, וואָס איז גאָר ניט קיין טיפּישע זאַך פֿאַר די ספֿרדים. דורך איר איז מאָנטעפֿיאָרע אַרײַן אין שותּפֿות מיט אירע קרובֿים, די ראָטשילדן. אָבער צווישן זײַנע שותּפֿים זײַנען געווען ניט נאָר ייִדן, נאָר אויך קריסטלעכע "דיסענטער", דאָס הייסט, מיטגלידער פֿון כּלערליי ניט־אַנגליקאַנישע קירכן און סעקטן, וואָס האָבן נאָך ניט געהאַט פֿולע רעכט אינעם דעמאָלטיקן ענגלאַנד. דווקא דאָס איז געווען איינע פֿון די סיבות פֿון זײַן דערפֿאָלג, האַלט אַביגיל גרין.

אין 1827 האָבן משה מאָנטעפֿיאָרע און זײַן פֿרוי באַזוכט ארץ־ישׂראל, און די דאָזיקע דערפֿאַרונג האָט געענדערט זייער לעבן. בײַ רחלס קבֿר האָבן זיי געבעטן, גאָט זאָל זיי געבן קינדער — אָבער דאָס האָט ניט געהאָלפֿן, און דאָס פּאָרפֿאָלק האָט באַשלאָסן אָפּצוגעבן זייער לעבן צו צדקה און מעשׂים־טובֿים. דאָס ערשטע עפֿנטלעכע שליחות, וואָס מאָנטעפֿיאָרע האָט גענומען אויף זיך, איז געווען דער קאַמף פֿאַר דער פּאָליטישער עמאַנציפּאַציע פֿון ייִדן אין ענגלאַנד. אין משך פֿון פֿערציק יאָר איז ער געשטאַנען בראָש פֿונעם "באָאַרד אָף דעפּיוטיס", דעם העכסטן קהילה־אָרגאַן פֿונעם ענגלישן ייִדנטום.

אָבער באַרימט איז מאָנטעפֿיאָרע געוואָרן אַ דאַנק זײַן טעטיקייט אויף דער וועלט־בינע. ער האָט זיך אָנגענומען פֿאַר די ייִדן אין פֿאַרשידענע טיילן פֿון דער וועלט, בפֿרט אין מאַראָקאָ, אין דער טערקישער און אין דער רוסישער אימפּעריע. בעת זײַן רײַזע קיין רוסלאַנד אין 1846 האָט ער זיך געטראָפֿן מיטן צאַר ניקאָלאַי דער ערשטער. פּאָליטיש האָט זײַן שליחות ניט זייער אויסגענומען, ווײַל ער האָט ניט געקאָנט ענדערן די אַנטי־ייִדישע שטימונג, וואָס האָט געהערשט אין די רוסישע הויכע פֿענצטער. אָבער דער סימבאָלישער עפֿעקט פֿון זײַן רײַזע איז געווען גרויס, בפֿרט אין די אויגן פֿון די רוסישע ייִדן.

מאָנטעפֿיאָרע האָט באַזוכט ארץ־ישׂראל זיבן מאָל און האָט אַרײַנגעלייגט אַ סך געלט און כּוחות אין דער עקאָנאָמישער און קולטורעלער אַנטוויקלונג פֿונעם ייִדישן ייִשובֿ. אין די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן, וועלכע ער האָט פֿאַרבראַכט אין זײַן מאַיאָנטעק אין דרום־ענגלאַנד, איז משה מאָנטעפֿיאָרע געוואָרן אַ סימבאָלישע פֿיגור פֿאַר דער גאַנצער ייִדישער און ניט־ייִדישער וועלט.

אַביגיל גרינס ביאָגראַפֿיע איז ניט די ערשטע שטודיע פֿון מאָנטעפֿיאָרעס לעבן. אָבער זי איז די ערשטע פֿאָרשערין, וואָס איז געווען בכּוח אָפּצושאַצן מאָנטעפֿיאָרעס טעטיקייט אינעם קאָנטעקסט פֿון זײַן תּקופֿה. די מחברין דערווײַזט, אַז מאָנטעפֿיאָרע, דער סימבאָל, און מאָנטעפֿיאָרע, דער פּאָליטיקער, זײַנען גאַנץ אָפֿט געווען צוויי פֿאַרשידענע פֿיגורן. אַ מענטש פֿון קאָנסערוואַטיווע השׂגות, איז ער ניט געווען פֿרום, אָבער זייער באַהאַוונט אין די קליינע אותיות. ער איז ניט געווען קיין טאָלעראַנט צו רעליגיעזע ראָפֿאָרמען, בפֿרט ווען די רעפֿאָרמיסטישע באַוועגונג האָט זיך באַוויזן אין ענגלאַנד.

הײַנט צו טאָג בלײַבט מאָנטעפֿיאָרע אַ וויכטיקער סימבאָל פֿאַר גאָר פֿאַרשידענע ייִדישע גרופּעס, וואָס האָבן גאָר ניט צו טאָן איינע מיט דער אַנדערער. זײַן קבֿר איז געוואָרן אַן אָרט פֿאַר עולה־רגל בײַ די סאַטמאַרער חסידים, וועלכע האַלטן אים פֿאַר אַ צדיק. ניט ווייניקער כּבֿוד באַקומט זײַן נאָמען בײַ די ציוניסטן, וועלכע האַלטן אים פֿאַר אַ שטיצער פֿון די ערשטע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס אין ארץ־ישׂראל. אין רוסלאַנד האָט מען אים אַ מאָל געהאַלטן שיִער ניט פֿאַר אַ משיח. פֿאַרשטייט זיך, קיין חסיד, קיין ציוניסט, און אַוודאי קיין משיח איז משה־חיים מאָנטעפֿיאָרע ניט געווען. ער איז פּשוט געווען און פֿאַרבליבן דער סאַמע באַרימטער ענגלישער ייִד.