- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווען איך שרײַב וועגן אַ מענטש, וועלכן איך האָב קיין מאָל ניט געזען און וועגן וועלכן איך קען שאַפֿן אַ מיינונג נאָר אויפֿן סמך פֿון דעם וואָס דער מענטש אַליין האָט אָנגעשריבן צי וואָס מע האָט אָנגעשריבן וועגן אים, סטאַרע איך זיך ניט נוצן אַזעלכע אָפּשאַצונגען ווי "גוט" און "שלעכט". מיר דאַכט זיך, אַז אַ היסטאָריקער טאָר ניט אַראָפּרײַסן אָדער גלאָריפֿיצירן — דאָס איז שוין, בכלל, ניט קיין אַקאַדעמישער זשאַנער. דאָך, צו מאָל איז זייער שווער זיך אײַנצוהאַלטן, כאָטש שרײַ חי-וקים; ווײַל אַן אָפּשאַצונג שאַפֿט זיך אַליין און זי לאָזט זיך ניט אָפּגעטרייסלט צו ווערן. אַ נעגאַטיווע באַציִונג האָט זיך בײַ מיר געשאַפֿן, למשל, וועגן חיים ליבערמאַן (1890—1963), וואָס האָט זינט 1924 ביזן סוף פֿון זײַן לעבן געאַרבעט אין "פֿאָרווערטס". מײַן מיינונג איז אויסגעוואַקסן, דער עיקר, פֿון ליבערמאַנס שאַרפֿע און, לויט מײַן מיינונג, גאָר ניט באַרעכטיקטע אָנפֿאַלן אויף שלום אַשן; בפֿרט, אויף אַשס "קריסטלעכע" ראָמאַנען. מיר איז פּריקרע געווען צו לייענען זײַנע אַרטיקלען און זײַן בוך "שלום אַש און קריסטענטום" (1950). ליבערמאַן האָט געהאַט אַן אָנפֿאַלערישן סטיל און ניט איין מאָל אַטאַקירט אויך אַנדערע טוער פֿון דער ייִדישער קולטור. צוריק גערעדט, ווער האָט דעמאָלט געשריבן אַנדערש? ייִדישער זשורנאַליזם איז געווען זייער אַ פּערזענלעכער און זייער אַ מיליטאַנטישער. פֿאַרשווײַגן ליבערמאַנס נאָמען אין דער געשיכטע פֿון "פֿאָרווערטס" וואָלט אָבער געווען ניט ריכטיק. האָב איך באַשלאָסן צו געבן דאָס וואָרט אַ פֿרײַנד זײַנעם, דוד שובן, וועלכער האָט זיך וואַרעם אָפּגערופֿן וועגן ליבערמאַנען אין זײַנע זכרונות "פֿון די אַמאָליקע יאָרן":
אין יאָר 1924 איז חיים ליבערמאַן אָנגעקומען אין "פֿאָרווערטס". ער האָט דעמאָלט געשריבן נײַעס און "קליפּינג"-אַרטיקלען, דאָס הייסט, איבערגעגעבן דעם אינהאַלט פֿון געוויסע אַרטיקלען פֿון די ענגלישע צײַטונגען און זשורנאַלן וועגן פֿאַרשיידענע פֿראַגן. אַ קורצע צײַט איז ליבערמאַן אויך געווען דער רעדאַקטאָר, ריכטיקער געזאָגט — דער צוזאַמענשטעלער פֿון דעם זונטיק-"פֿאָרווערטס" (דער אמתער רעדאַקטאָר פֿון זונטיק-"פֿאָרווערטס" איז דעמאָלט געווען אַב. קאַהאַן אַליין). אין די יאָרן 1928—1929 האָט ליבערמאַן געלעבט אין פּאַריז. ער איז געווען דער קאָרעספּאָנדענט פֿון "פֿאָרווערטס" אויפֿן ציוניסטישן קאָנגרעס אין ציריך אין 1929 און פֿון ציריך איז ליבערמאַן אַוועקגעפֿאָרן קיין פּאַלעסטינע. דאָס איז געווען באַלד נאָך די אַראַבישע פּאָגראָמען אויף די ייִדן, וואָס די קאָמוניסטן האָבן באַצייכנט ווי אַ "פּראָלעטאַריש-פּויערישע רעוואָלוציע". חיים ליבערמאַנס קאָרעספּאָנדענציעס פֿון דעם ציריכער ציוניסטישן קאָנגרעס האָבן געצויגן צו זיך גרויס אויפֿמערקזאַמקייט אויך פֿון פֿיל ניט-ציוניסטן. אָבער מיט זײַנע בריוו פֿון פּאַלעסטינע וועגן די אַראַבישע פּאָגראָמען האָט ער זיך געשאַפֿן אַ נאָמען פֿון אַן ערשט-קלאַסיקן זשורנאַליסט. קיין אַמעריקע האָט ער זיך צוריקגעקערט גראָד דאַן, ווען איך בין געווען קראַנק און האָב אַ צוויי-דרײַ מאָנאַטן ניט געקענט שרײַבן קיין לייט-אַרטיקלען אין "פֿאָרווערטס". האָט ליבערמאַן געשריבן אַ פּאָר לייט-אַרטיקלען יעדע וואָך און פֿאַרשיידענע "קליפּינג"-אַרטיקלען. די טעמעס פֿאַר די לייט-אַרטיקלען פֿלעגט אים יעדעס מאָל געבן הלל ראָגאָף, דער פֿאַראַנטוואָרטלעכער רעדאַקטאָר. אָבער ליבערמאַן פֿלעגט יעדע טעמע גוט באַאַרבעטן, און אַ סטיל האָט ער שוין דעמאָלט געהאַט אַן אויסגעצייכנטן. ער פֿלעגט זיך פֿאַר מיר שטענדיק קלאָגן וואָס מען לאָזט אים ניט שרײַבן קיין ערנסטע אַרטיקלען אונטער זײַן אייגענעם נאָמען, אַנשטאָט די "קליפּינג"-אַרטיקלען, וואָס ער מוז שרײַבן פֿאַר ראָגאָפֿן. און איך האָב פֿיל מאָל געזאָגט אַב. קאַהאַנען, אַז, לויט מײַן מיינונג, וואָלט מען ליבערמאַנען באַדאַרפֿט לאָזן שרײַבן אין "פֿאָרווערטס" 5 טעג אין דער וואָך אַ פּובליציסטישן קאָלום אונטער זײַן אייגענעם נאָמען. קאַהאַן האָט מיר שטענדיק געענטפֿערט, אַז ראָגאָף מוז ליבערמאַנען האָבן פֿאַר די וויכטיקע "קליפּינג"-אַרטיקלען. ערשט אין יאָר 1939, ווען די מלחמה איז אויסגעבראָכן, האָט קאַהאַן מיר געזאָגט: "איך דענק, אַז איצט וועל איך אײַך פֿאָלגן און רעדן מיט ליבערמאַנען, אַז ער זאָל שרײַבן יעדן טאָג אויף דער ערשטער זײַט פֿון 'פֿאָרווערטס’ אַ קאָלום. אַ מין איבערזיכט פֿון די מלחמה-נײַעס." ליבערמאַנס קאָלום האָט טאַקע באַלד אָנגעהויבן זיך צו דרוקן אין "פֿאָרווערטס" און וואָס ווײַטער איז דער קאָלום געוואָרן אַלץ בעסער און אינטערעסאַנטער, און ליבערמאַן איז אַזוי מיט דער צײַט געוואָרן דער פּאָפּולערסטער און באַליבטסטער שרײַבער פֿון "פֿאָרווערטס". חיים ליבערמאַן איז אַלע מאָל געווען נאַציאָנאַל געשטימט. אָבער ער איז געווען אַ וועלטלעכער ייִד. רעליגיעז איז ער געוואָרן, גלייב איך, נאָך דעם ווי ער האָט פֿאַרלוירן זײַן איינציקן זון, וועלכער איז געווען אַ סטודענט אין וויסקאָנסין-אוניווערסיטעט. נאָך אונטער קאַהאַנס רעדאַקציע האָט ליבערמאַן אַ פּאָר מאָל געהאַט רעליגיעזע קאָלומס אין "פֿאָרווערטס". האָט קאַהאַן אים איין מאָל אַרײַנגערופֿן צו זיך אין צימער און אים געזאָגט, אַז ער דאַרף ניט פֿאַרגעסן, אַז דער "פֿאָרווערטס" איז ניט קיין רעליגיעזע צײַטונג. ערשט ווען קאַהאַן איז געוואָרן אויס אַקטיווער רעדאַקטאָר, האָט ליבערמאַן גענומען פּרעדיקן אָרטאָדאָקסישע ייִדישקייט אין "פֿאָרווערטס". חיים ליבערמאַנס פּאַפּירן ליגן אין דעם ייִוואָ-אַרכיוו. זײַנע ביכער קען מען געפֿינען אין אַ סך ביבליאָטעקן. אפֿשר וועט מען וועגן אים אַ מאָל אָנשרײַבן אַ פֿאָרש-אַרבעט. חיים ליבערמאַןSubmitted by sandler on Sat, 2010-06-12 22:53.
ליבערמאַן איז קיינמאָל ניט געווען קיין פֿרעמדער שטינקער ער איז אַלעמאָל געווען דער פֿאָרץ פֿונעם פֿינצטערן פֿאָרווערץ אפֿשר בעסערSubmitted by admin on Fri, 2010-07-09 17:52.
אפֿשר בעסער אויסצוקלײַבן בעסערע אויסדרוקן? איר אַליין... דערפֿרישט דאָך די לופֿט אויף דער וועבזײַט פֿונעם "פֿינצטערן פֿאָרווערץ".
|