- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווי מע רעדט שוין אַ גאַנצע וואָך, זײַנען פֿון ציפּערן אָפּגעשוווּמען 9 שיפֿן מיט 750 פּאַסאַזשירן און הומאַניטאַרער הילף פֿאַר די אײַנוווינער פֿון עזה. דאָס דאָזיקע שליחות, וואָס האָט זיך אַ נאָמען געגעבן "פֿרײַהייט־פֿלאָטיליע" איז איניציִיִרט געוואָרן דורך דער איסלאַמישער אָרגאַניזאַציע IHH, ווי אויך אַנדערע אינטערנאַציאָנאַלע גרופּעס, וואָס זייער הויפּט־ציל איז דורכצורײַסן די עקאָנאָמישע בלאָקאַדע פֿון עזה. די באַטייליקטע מאַכן אַליין נישט קיין סוד, אַז זייער שליחות טראָגט בפֿירוש אַ פּאָליטישן, אַנטי־ישׂראלדיקן כאַראַקטער, איידער באמת אַ הומאַניטאַרן ציל. פֿאַראַן אין ישׂראל אַ מוטיקער און געוואַגטער זשורנאַליסט, זײַן נאָמען איז — בועז ביסמוט — און זײַן געוואַגטקייט באַשטייט אין דעם וואָס ער שרעקט זיך נישט צו באַזוכן די אַראַבישע לענדער און קומען אין באַריר מיט ייִדן. ווי אַזוי טוט ער עס? ער האָט מסתּמא צוויי פּאַספּאָרטן: איינעם אַ ישׂראלדיקן וואָס ער האָט מסתּמא אויף אַ זיכער אָרט מען זאָל אים נישט זען, און דעם צווייטן — פֿון אַן אייראָפּעיִשער מדינה. מיט דעם לעצטן האָט ער שוין באַזוכט אַ גאַנצע ריי אַראַבישע לענדער און געשריבן וועגן די ייִדן. איצט איז געקומען די ריי אויף תּימן, וווּ עס זענען נאָך געבליבן 130 פֿון אַחינו־בני־ישׂראל, וועלכע האָבן בשעתּו נישט געוואָלט עולה זײַן, און איצט — ווען דער מצבֿ איז דאָרט געוואָרן אומדערטרעגלעך ווײַל מען הרגעט ייִדן — בעטן זיי מען זאָל זיי העלפֿן. אין אויגוסט וועט דער פּיאַניסט אוירווינג פֿילדס ווערן 95 יאָר. במשך פֿונעם לעצטן יאָרצענדליק איז ער אויפֿגעטראָטן עטלעכע מאָל בײַם יערלעכן באַנקעט פֿון די ייִדישע אַקטיאָרן אין ניו־יאָרק, און אַלע האָבן באַוווּנדערט ווי אַ ייִד אין אַזאַ עלטער קען נאָך שפּילן אַזוי פֿלינק און צונויפֿשטעלן אַזוי שאַפֿעריש אַ "פּאָפּורי" פֿון פּאָפּולערע טעאַטער־לידער. דעם אמת געזאָגט, האָב איך בײַ זיך געטראַכט, אַז ער שפּילט בעסער פֿון די הײַנטיקע יונגע קלעזמער־פּיאַניסטן, וואָס ווערן געלויבט אומעטום. בײַם עלטערן דור האָט מען אים געדענקט פֿון די 1950ער יאָרן, ווען ער האָט לאַנצירט דעם זשאַנער פֿון שפּילן ייִדישע מעלאָדיעס מיט "טראָפּישע" ריטמען. אין יענע יאָרן האָבן די "מאַמבאָ"־ און "רומבאַ"־טענץ געהערשט אויף שׂימחות, און זײַנע קאָמפּאָזיציעס און אַראַנזשירונגען זענען גאָר פּאָפּולער געוואָרן אויף ייִדישע חתונות און קערמעשלעך. דעם 15טן יולי 1921 האָט ב. צבֿיון (בן-ציון האָפֿמאַן, 1874—1954), איינער פֿון די פֿירנדיקע זשורנאַליסטן פֿון "פֿאָרווערטס", געשריבן אין דער צײַטונג וועגן דער קולטור-ליגע: יעדער, וואָס אינטערעסירט זיך מער אָדער ווייניקער מיט דעם ייִדישן לעבן אין אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד, פּוילן, ליטע און לאַטוויע (לעטלאַנד), האָט געוויס געהערט וועגן דער ייִדישער קולטור-ליגע. [...] די קולטור-ליגע איז געגרינדעט געוואָרן אין חודש אַפּריל 1918, און אין אַ גאַנץ קורצער צײַט האָט זיך איר טעטיקייט פֿאַרשפּרייט איבער גאַנץ אוקראַיִנע. אַרום דער קולטור-ליגע האָבן זיך אָנגעפֿאַנגען קאָנצענטרירן די פֿאַרשידנאַרטיקסטע קרעפֿטן פֿון דער ייִדישער ראַדיקאַלער אינטעליגענץ, וועלכע זײַנען געווען פֿאַראינטערעסירט אין דער בויונג פֿון די ייִדישע פֿאָלקס-מאַסן און אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער קולטור. [...] זונטיק, דעם 16טן מײַ, האָבן די קרובֿים און פֿילצאָליקע פֿאַרערער פֿון שעפֿערישן עזבֿון פֿונעם גרויסן ייִדישן שרײַבער, שלום-עליכם, אָפּגעמערקט זײַן 94סטן יאָרצײַט אינעם בנין פֿון דער "ברודערשאַפֿט"-סינאַגאָגע אין מאַנהעטן. די הײַיאָריקע פֿאַרזאַמלונג פֿונעם "עלטסטן לעבעדיקן עולם אין ניו-יאָרק" (ווי עמעצער האָט אָנגערופֿן אַמאָל די אָנטיילנעמער-סבֿיבֿה פֿון שלום-עליכמס יאָרצײַטן), האָט געעפֿנט איינער פֿון זײַנע אוראייניקלעך, קענעט קאַופֿמאַן. די פֿראַגמענטן פֿונעם שרײַבערס צוואה, אויף ייִדיש און ענגליש, האָבן פֿאָרגעלייענט דער באַקאַנטער אַקטיאָר, בינע-רעזשיסאָר און מוזיקאַנט, זלמן מלאָטעק, און שלום-עליכמס אייניקל, שערווין קאַופֿמאַן (מיט עטלעכע וואָכן צוריק, איז ער געוואָרן 90 יאָר אַלט). אַ גרויסער טייל פֿון די פֿריִערדיקע צוויי פּרשיות איז געווידמעט די חשבונות פֿון ייִדישע שבֿטים, ווי אויך די קרבנות, וואָס די נשׂיאים פֿון יעדן שבֿט האָבן געבראַכט, כּדי צו הייליקן דעם משכּן. ווי מיר האָבן באַהאַנדלט מיט אַ וואָך צוריק, ווען די מענטשן לעבן באחדות, ווערט דאָס באַזונדערע חשיבֿות פֿון אַ געוויסער גרופּע מענטשן אָדער אַ געוויסן יחיד אָפּגעשפּיגלט אין אַלעמען. למשל, ווען אַ חבֿרה מענטשן בויען צוזאַמען אַ הויז, פֿרייט זיך יעדער פֿון זיי מיט די המצאות פֿון זײַנע חבֿרים, וואָס גיבן מער חשיבֿות צו זייער אַלגעמיינער שאַפֿונג. ס׳איז באַוווּסט, אַז אין די ערשטע פֿינף יאָר פֿון דער "פֿאָרווערטס"-געשיכטע האָט אַב. קאַהאַן פֿאַרבראַכט ווייניק צײַט אין דער צײַטונג. ער איז ניט געווען צופֿרידן מיט דעם טרוקענעם נוסח פֿון זשורנאַליזם, וואָס האָט קוים-קוים-געהאַלטן דעם "פֿאָרווערטס" אויף דער אייבערפֿלאַך. קאַהאַן האָט געגלייבט, אַז אַ צײַטונג עקזיסטירט ניט צוליב איבערחזרן טאָג-אײַן טאָג-אויס די אידעען פֿון קאַרל מאַרקס. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס קאַהאַן האָט פֿאַרשטאַנען סאָציאַליזם ווי אַ וועג צו אַ בעסערן לעבן, אַ בעסערן אָרט אין דער געזעלשאַפֿט. דער "לאַנגער" 20סטער יאָרהונדערט אין דער ייִדישער געשיכטע האָט זיך אָנגעהויבן מיט דער מאַסן־עמיגראַציע פֿון דער רוסישער אימפּעריע אין די 1880ער יאָרן און איז געקומען צום סוף מיט דער לעצטער כוואַליע פֿון דער פּאָסט־סאָוועטישער עמיגראַציע. יעדע כוואַליע פֿון רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטן האָט פֿאַרמאָגט אַן אייגנאַרטיקן קולטורעלן פּרצוף און האָט מיטגעבראַכט קיין אַמעריקע באַשטימטע השׂגות פֿון דער אַלטער היים. די אימיגראַנטן פֿון די 1990ער יאָרן זײַנען געווען אַנדערש פֿון זייערע פֿאָרגייער, וואָס זײַנען געקומען קיין אַמעריקע אין די 1970ער יאָרן. די "קאַלטע מלחמה" איז שוין געווען פֿאַרבײַ און די רוסישע ייִדן האָבן זיך מער ניט געפֿילט ווי חשובֿע שפּילער אין דער וועלט־פּאָליטיק. נאָכן סוף פֿון דער סאָוועטישער מאַכט האָט מען געקאָנט פֿאָרן אַהין און צוריק אָן שום מניעות, אַבי געלט. אינטערנעץ און ביליקע טעלעפֿאָנישע פֿאַרבינדונג האָבן דערמעגלעכט טעגלעכע קאָנטאַקטן צווישן דער אַלטער און דער נײַער היים. אַ וויכטיקע דראַמאַטישע ירושה האָט איבערגעלאָזט דער ייִדיש־אַמעריקאַנער דראַמאַטורג אַרטור מילער (1915—2005). צווישן זײַן ווערטפֿולער שאַפֿונג געפֿינען זיך צוויי טראַגעדיעס, מעגלעך די וואָגיקסטע מוסטערן פֿון זײַנע ווערק: "דער טויט פֿון אַ האַנדל־רײַזנדער" און "די פּאַנאָראַמע וואָס מ’זעט פֿון בריק". אפֿשר מער פֿון יעדן אַנדערן דראַמאַטורג אין 20סטן יאָרהונדערט האָט מילער געפּרוּווט זיך צו פֿאַרמעסטן מיטן זשאַנער פֿון דער קלאַסישער טראַגעדיע: אין "דער טויט פֿון אַ האַנדל־רײַזנדער", זײַן וויכטיקסטע טעאַטער־שאַפֿונג, האָט ער דערפֿונדן פֿון דאָס נײַ דעם טראַגישן העלד, נישט אָבער ווי אַ דערהויבענער פֿון פֿאָלק, אַ קעניג צי אַן אַנדער מעכטיקער פֿירער, ווי ס’פֿירט זיך אין דער קלאַסישער טראַגעדיע, ("עדיפּוס" פֿון סאָפֿאָקלעס, צום בײַשפּיל), נאָר ווי אַ קליינער נעבעכדיקער מענטש, וועלכער פֿאַרמעסט זיך אָן דערפֿאָלג מיטן קאַפּיטאַליסטישן אַמעריקאַנער חלום; די דאָזיקע פּיעסע, וואָס אויך הײַנט ווערט זי פֿאָרגעשטעלט אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן מיט גרויס דערפֿאָלג, איז אין די 80ער יאָרן פֿון פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט געשפּילט געוואָרן איבער דער גאַנצער וועלט. הײַיאָר, דעם 25סטן אָקטאָבער, ווערט פֿערציק יאָר זינט די רובריק אין "פֿאָרווערטס" "די פּערל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע" האָט זיך אָנגעהויבן דרוקן. אין אָנהייב זײַנען די מחברים פֿון דער רובריק געווען פֿאַרצייכנט "אַ. פֿאָרשער", ביז וואַנען דאָס בוך מיט די ערשטע אַכצן אַרטיקלען איז דערשינען אין תּל־אָבֿיבֿ אין 1974. דעמאָלט האָט דער רעדאַקטאָר, שמעון וועבער, אַנטפּלעקט צום ערשטן מאָל ווער אַ. פֿאָרשער איז — יאָסל און חנה מלאָטעק. אין 2000 איז יאָסל מלאָטעק ע״ה געשטאָרבן און זינט דעמאָלט פֿירט די רובריק זײַן אַלמנה חנה. במשך פֿון די פֿערציק יאָר האָבן זיך געדרוקט איבער טויזנט אַרטיקלען, מיט אַן ערך דרײַ טויזנט לידער וואָס לייענערס האָבן אַרײַנגעשיקט. אַחוץ די הונדערטער לידער וואָס מיר האָבן אָפּגעדרוקט ווי מוסטערן. הײַיאָר, האָט די מלאָטעק־משפּחה באַצייכנט יאָסל מלאָטעקס צענטן יאָרצײַט סײַ מיט אויסטיילן דעם יערלעכן מלאָטעק־פּרײַז פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור, סײַ מיט אַ פֿילם וועגן אים און מיט אַ בוך פֿון איבערזעצונגען פֿון העכער 30 אַרטיקלען, געמאַכט פֿון ד״ר בערל זומאָף, רעדאַקטירט פֿון משה מלאָטעק, מיט אַ הקדמה פֿון שמואל נאָריך, פֿאַרלעגען פֿון "פֿאָרווערטס". די טעג איז אַוועק אין איר אייביקער רו חיים גראַדעס אַלמנה — אינאַ גראַדע. פֿאַרשטייט זיך, אַז עס איז נישט קיין סיבה צו שטעלן זיך קלאָגן און אויך נישט אַרײַנפֿאַלן אין אַ הינערפּלעט פֿון אַנטציקונג. איציק גאָטעסמאַן האָט אין זײַן פֿאָריקן אַרטיקל אָנגעגעבן אַ סך פּרטים פֿון אינאַס כאַראַקטער, איר מאָדנע באַציִונג מיט דער ייִדישער וועלט, אירע אַמביציעס און צערודערטן צושטאַנד. און אַזוי ווי חיים גראַדע איז געווען אונדזער שכן אין דער בראָנקס, איז ער מיר געווען באַקאַנט און אַלץ וואָס איך האָב געזען און געהערט פֿון אים האָט זיך נישט גאָר געלייגט אויפֿן שׂכל, נאָר זײַן גרויסקייט האָט געשטעקט אין יעדן זאַץ זײַנעם. מיט איין וואָרט, ער איז געווען אַ קלוגער ייִד. טײַערע חזנטע,
איך פֿלעג זײַן אַ רויִקער מענטש, אָבער איצט, אַז איך אַרבעט אַ גאַנצע וואָך, פֿאַרליר איך אָפֿט מײַן געדולד. איך ווייס נישט פֿון וואַנען דאָס האָט זיך גענומען! איך שרײַ אויף מײַן מאַן, אויב ער האַלט נישט ריין, אַנשטאָט אים צו בעטן רויִק דאָס אויפֿצוראַמען. אַפֿילו מיט מײַן 3־יעריק טעכטערל האָב איך נישט קיין געדולד. לעצטנס האָב איך אַ שלײַדער געטאָן מײַן שוך אין דער וואַנט אינעם אַרבעט־צימער, ווען קיינער האָט נישט געזען, ווײַל איך בין געוואָרן אַזוי אין כּעס, אַז כ׳האָב עפּעס געדאַרפֿט טאָן. איך הייב נישט אָן צו וויסן פֿון וואַנען עס קומט צו מיר אַזאַ כּעס, אָבער איך ווייס יאָ, אַז עס געפֿעלט מיר נישט. ווי קען איך אויסמײַדן דעם בײַט אין מײַן כאַראַקטער? בייזער מאָנסטער טײַערער בייזער מאָנסטער, דעם ערשטן טראָט אין דער ריכטונג האָט איר שוין געמאַכט, ווײַל איר אָנערקענט די פּראָבלעם, און איר ווילט עפּעס טאָן וועגן דעם. איר האַלט, אַז דער כּעס האָט זיך אָנגעהויבן מיט אײַער פֿולער שטעלע; און אַז דער דרוק אויף אײַך בײַ דער אַרבעט האָט אַ שײַכות מיט דער עמאָציע. אַפֿילו ווען אײַער אַרבעט איז נישט שולדיק אין אײַער כּעס, איז דער נײַער דרוק גורם אײַער אומגעדולד. ווען מע האָט געדולד, קען מען טאַקע אויסמײַדן דעם כּעס, ווײַל מיט דער צײַט שעפּט זיך אויס דער כּעס און מע קען באַטראַכטן אַ סיטואַציע מער אָביעקטיוו. איך האָב צוויי פֿאָרלייגן פֿאַר אײַך. דער ערשטער — איר זאָלט אָפֿט גיין אין אַ ספּאָרטזאַל, און דאָרט מאַכן גימנאַסטיק. די ענערגיע וואָס מע לאָזט אַרויס, וועט אויך העלפֿן אַרויסלאָזן די פֿרוסטרירונג. דער צווייטער פֿאָרלייג — ווען איר פֿילט, אַז ס'וועט בײַ אײַך אַרויסשיסן אַ בייזע באַמערקונג, זאָלט איר ציילן אין דער שטיל ביז צען איידער איר רעאַגירט. אויף ייִדיש זאָגט מען "זאָל מײַנס איבערגיין" — בעסער צו רעאַגירן רויִק. טײַערע חזנטע, אַ גוטע בשׂורה — מײַן זון וויל ווערן אַ חזן. ער איז לעצטנס געוואָרן בר־מיצווה און בײַם צוגרייטן זיך איז אים יעדער מאָמענט געפֿעלן געוואָרן. ער האָט געלייענט די גאַנצע סדרה און אַפֿילו געדאַוונט שחרית פֿאַרן עמוד. דער חזן, זײַן לערער, האַלט, אַז ער איז שוין גאַנץ אַוואַנסירט. מײַן זון וויל שוין לייענען יעדן שבת. ער גייט אין שיל יעדע וואָך און איז באמת גליקלעך דאָרטן. די שלעכט בשׂורה איז — זײַן קול טויג נישט — טאַקע אַ סך ערגער ווי דער געוויינטלעכער בר־מיצווה בחור. מײַן זון האַלט, אַז ער קלינגט גוט, אָבער ער זינגט אין גאַנצן פֿאַלש. זאָל איך אים זאָגן, אַז ער טויג נישט? איך וויל אים נישט מוטיקן צו ווערן אַ חזן ווען איך ווייס, אַז דאָס איז אוממעגלעך. אַ ליבע מאַמע טײַערע ליבע מאַמע, לאָזט אים צורו דערווײַל. ער האָט ליב צו גיין אין שיל, לייענען פֿון דער תּורה און איז דאָרטן גליקלעך. אפֿשר בײַט זיך זײַן קול איצט און ער וועט קענען בעסער זינגען אין אַ יאָר, צוויי, אַרום. אויב נישט, וועט ער עס סוף־כּל־סוף אַליין פֿאַרשטיין. אפֿשר וועט ער באַשליסן צו ווערן אַ רבֿ? דערווײַל זאָל ער הנאה האָבן און זיך לערנען וויפֿל ער קען. אַ ייִשר־כּוח, וואָס איר האָט אַזאַ אויסנעמיקן זון! טײַערע חזנטע, דער זיבעטער קלאַס פֿאָרט אויף אַ קלאַס־נסיעה, אָבער מײַן זון וויל נישט מיטפֿאָרן. ער איז פֿויל און וויל בעסער פֿאַרברענגען אין דער היים. זאָל איך אים לאָזן בלײַבן אין שטוב? מאַמע טײַערע מאַמע, ניין, אַבסאָלוט נישט. סײַדן ער האָט אַ גוטן תּירוץ, פֿאַר וואָס ער דאַרף בלײַבן אין דער היים, זאָל ער מיטפֿאָרן. אויף אַזאַ קלאַס־נסיעה קען מען זיך עפּעס לערנען און געפֿינען נײַע חבֿרים. ווײַזט אײַער פֿויליאַק דעם וועג אַרויס פֿון שטוב!
* * *
|