- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די הײַיאָריקע עפֿנטלעכע פֿאַרזאַמלונג לכּבֿוד דעם אָנדענק פֿון שלום־עליכמען איז פֿאָרגעקומען זונטיק, דעם 20סטן מײַ, אינעם בנין פֿון דער "ברודערשאַפֿט"-סינאַגאָגע אין מאַנהעטן. דערעפֿנט די פֿאַרזאַמלונג האָט איר באַשטענדיקער פֿאָרזיצער, איינער פֿונעם שרײַבערס אוראייניקלעך, קענעט קאַופֿמאַן. ער האָט פֿאָרגעשטעלט פֿאַרן עולם די בײַגעוועזענע מיטגלידער פֿון שלום־עליכמס קרובֿים־סבֿיבֿה און זייערע נאָענטע פֿרײַנד און אויסגעדריקט אַ יישר־כּוח פֿאַר אַלע, וועלכע האָבן געהאָלפֿן צוגרייטן די דאָזיקע אונטערנעמונג. אַ פֿראַגמענט פֿון שלום־עליכמס צוואה איז פֿאָרגעלייענט געוואָרן אויף ייִדיש פֿונעם באַקאַנטן ניו־יאָרקער אַקטיאָר, שיין בייקער, און אויף ענגליש פֿונעם שרײַבערס אייניקל, שערווין קאַופֿמאַן, וועלכער וועט אין חודש יולי ווערן 92 יאָר אַלט. די הײַיאָריקע עפֿנטלעכע פֿאַרזאַמלונג לכּבֿוד דעם אָנדענק פֿונעם גרויסן ייִדישן שרײַבער, דעם קלאַסיקער פֿון דער וועלט־ליטעראַטור, שלום־עליכם, אָרגאַניזירט דורך זײַנע קרובֿים בהסכּם מיט די וווּנטשן פֿון זײַן עטישער צוואה, איז פֿאָרגעקומען דעם 22סטן מײַ אינעם בנין פֿון דער "ברודערשאַפֿט"־סינאַגאָגע אין מאַנהעטן. זי איז געעפֿנט געוואָרן פֿון קענעט קאַופֿמאַן, דעם שרײַבערס אוראייניקל און דער באַשטענדיקער פֿאָרזיצער פֿון די יאָרצײַט־אונטערנעמונגען אין די לעצטע יאָרן. ער האָט איבערגעגעבן, צווישן אַנדערן, אַז דאָ אין זאַל געפֿינען זיך די געסט פֿון כינע — אַ גרופּע פּראָפֿעסאָרן, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט שלום־עליכם פֿאָרשונגען. מע האָט זיי באַגריסט מיט אַפּלאָדיסמענטן. נאָך דער אַרײַנפֿיר־רעדע, האָט דער פֿאָרזיצער פֿאַרבעטן צום מיקראָפֿאָן דעם אַקטיאָר פֿון ייִדישן טעאַטער, שיין בעקער, וועלכער האָט פֿאָרגעלייענט אויף ייִדיש אַ פֿראַגמענט פֿונעם שרײַבערס צוואה (אַגבֿ, שיין איז געקומען אין דער "ברודערשאַפֿט"־סינאַגאָגע גלײַך נאָך דער "פֿאָלקסבינע"־פֿאָרשטעלונג פֿון "הערשעלע אָסטראָפּאָליער", וווּ ער האָט געשפּילט די ראָלע פֿון בונים). דעם ענגלישן נוסח פֿון אָט דעם צוואה־פֿראַגמענט האָט רעציטירט אַן אייניקל פֿון שלום־עליכם, שערווין קאַופֿמאַן. זונטיק, דעם 16טן מײַ, האָבן די קרובֿים און פֿילצאָליקע פֿאַרערער פֿון שעפֿערישן עזבֿון פֿונעם גרויסן ייִדישן שרײַבער, שלום-עליכם, אָפּגעמערקט זײַן 94סטן יאָרצײַט אינעם בנין פֿון דער "ברודערשאַפֿט"-סינאַגאָגע אין מאַנהעטן. די הײַיאָריקע פֿאַרזאַמלונג פֿונעם "עלטסטן לעבעדיקן עולם אין ניו-יאָרק" (ווי עמעצער האָט אָנגערופֿן אַמאָל די אָנטיילנעמער-סבֿיבֿה פֿון שלום-עליכמס יאָרצײַטן), האָט געעפֿנט איינער פֿון זײַנע אוראייניקלעך, קענעט קאַופֿמאַן. די פֿראַגמענטן פֿונעם שרײַבערס צוואה, אויף ייִדיש און ענגליש, האָבן פֿאָרגעלייענט דער באַקאַנטער אַקטיאָר, בינע-רעזשיסאָר און מוזיקאַנט, זלמן מלאָטעק, און שלום-עליכמס אייניקל, שערווין קאַופֿמאַן (מיט עטלעכע וואָכן צוריק, איז ער געוואָרן 90 יאָר אַלט). מיט אַריבער צוויי וואָכן צוריק איז געוואָרן 93 יאָר זינט דער פּטירה פֿונעם קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, שלום-עליכם. ער איז ניפֿטר געוואָרן דעם 13טן מײַ 1916 אין די בראָנקס. אין דרײַ טעג אַרום, דעם 16טן מײַ, האָט די צײַטונג "The New York Times" מודיע געווען, צווישן אַנדערן: "...אַ הונדערט טויזנט מענטשן פֿון דער ׳איסט-סײַד', מיט טרויעריקע פּנימער, זײַנען געשטאַנען נעכטן אויף די טראָטואַרן בעת דער לוויה-פּראָצעסיע פֿון שלום-עליכמען, דעם באַרימטן ייִדישן הומאָריסט, וואָס זײַן אמתער נאָמען איז געווען שלום ראַבינאָוויטש..." |