פּערזענלעכקײטן
בעל קאַופֿמאַן
בעל קאַופֿמאַן

די הײַיאָריקע עפֿנטלעכע פֿאַרזאַמלונג לכּבֿוד דעם אָנדענק פֿונעם גרויסן ייִדישן שרײַבער, דעם קלאַסיקער פֿון דער וועלט־ליטעראַטור, שלום־עליכם, אָרגאַניזירט דורך זײַנע קרובֿים בהסכּם מיט די וווּנטשן פֿון זײַן עטישער צוואה, איז פֿאָרגעקומען דעם 22סטן מײַ אינעם בנין פֿון דער "ברודערשאַפֿט"־סינאַגאָגע אין מאַנהעטן. זי איז געעפֿנט געוואָרן פֿון קענעט קאַופֿמאַן, דעם שרײַבערס אוראייניקל און דער באַשטענדיקער פֿאָרזיצער פֿון די יאָרצײַט־אונטערנעמונגען אין די לעצטע יאָרן. ער האָט איבערגעגעבן, צווישן אַנדערן, אַז דאָ אין זאַל געפֿינען זיך די געסט פֿון כינע — אַ גרופּע פּראָפֿעסאָרן, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט שלום־עליכם פֿאָרשונגען. מע האָט זיי באַגריסט מיט אַפּלאָדיסמענטן.

נאָך דער אַרײַנפֿיר־רעדע, האָט דער פֿאָרזיצער פֿאַרבעטן צום מיקראָפֿאָן דעם אַקטיאָר פֿון ייִדישן טעאַטער, שיין בעקער, וועלכער האָט פֿאָרגעלייענט אויף ייִדיש אַ פֿראַגמענט פֿונעם שרײַבערס צוואה (אַגבֿ, שיין איז געקומען אין דער "ברודערשאַפֿט"־סינאַגאָגע גלײַך נאָך דער "פֿאָלקסבינע"־פֿאָרשטעלונג פֿון "הערשעלע אָסטראָפּאָליער", וווּ ער האָט געשפּילט די ראָלע פֿון בונים). דעם ענגלישן נוסח פֿון אָט דעם צוואה־פֿראַגמענט האָט רעציטירט אַן אייניקל פֿון שלום־עליכם, שערווין קאַופֿמאַן.

דערנאָך איז צום מיקראָפֿאָן צוגעקומען שערווינס שוועסטער, בעל קאַופֿמאַן. זי האָט געלייענט פֿאַרן עולם איר אייגענע ענגלישע איבערזעצונג אין אַ ליד־פֿאָרעם פֿון דער ייִדישער עפּיטאַפֿיע, וואָס איז אויסגעקריצט אויף דער מצבֿה פֿון איר זיידן. דער פֿולגעפּאַקטער זאַל פֿון דער סינאַגאָגע האָט זי באַגריסט מיט דויערנדיקע אָוואַציעס. דעם 10טן מײַ האָט זי געפֿײַערט איר 100סטן געבורטס־טאָג! אַ פּראָמינענטע אַמעריקאַנער שרײַבערין גופֿא, די מחברטע פֿון צוויי ראָמאַנען און פֿילצאָליקע דערציילונגען און עסייען, איז בעלאַ "בעל" קאַופֿמאַן געבוירן געוואָרן אין 1911 אין בערלין, דײַטשלאַנד, וווּ איר טאַטע האָט שטודירט מעדיצין. אירע קינדער־יאָרן האָט זי פֿאַרברענגט אין אָדעס, רוסלאַנד (איצטער, אוקראַיִנע). ווען זי איז געווען 12 יאָר אַלט, איז זי, צוזאַמען מיט אירע עלטערן, געקומען קיין אַמעריקע און זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק. נאָכן פֿאַרענדיקן דעם "האַנטער"־קאָלעדזש און "קאָלומביע"־אוניווערסיטעט האָט זי במשך פֿון אַ סך יאָרן געאַרבעט ווי אַ לערערין אין פֿאַרשיידענע ניו־יאָרקער מיטלשולן. אין 1965 איז דערשינען איר באַרימטער ראָמאַן "אַרויף מיט די טרעפּ, וואָס פֿירן אַראָפּ" (Up the Down Staircase), באַזירט אויף אירע אייגענע פּעדאַגאָגישע דערפֿאַרונגען. דער ראָמאַן איז גלײַך געוואָרן אַ בעסטסעלער.

בשעת דער הײַיאָריקער אָנדענק־פֿאַרזאַמלונג זײַנען רעציטירט געוואָרן די פֿאָלגנדיקע ליטעראַרישע שאַפֿונגען פֿון שלום־עליכמען: "צוויי אַנטיסעמיטן" (געלייענט אויף ענגליש פֿון דזשאָרדזש גידעל); "מיסטער קלאַמערס ספּיטש" פֿון "די בלאָנדזשענדע שטערן" (אויסגעפֿירט אויף ייִדיש פֿון אַליזאַ שעוורין); "איבער אַ היטל" (געלייענט אויף ענגליש פֿון שעלדאָן האַרניק) און אַ מעשׂה פֿון "די אײַזנבאַן־געשיכטעס" וועגן דעם שרײַבערס רײַזע איבער דרײַ שטעט — וויטעבסק, מאָלעוו, סמאָלענסק (אויסגעפֿירט אויף ענגליש פֿון דזשערי אַדלער). די דאָזיקע אויפֿטריטן זײַנען באַגלייט געוואָרן מיט געלעכטער און אַפּלאָדיסמענטן.

צום סוף, איז בעל קאַופֿמאַן נאָך אַ מאָל צוגעקומען צום מיקראָפֿאָן. זי האָט אָנגעהויבן איר רעדע בזה־הלשון: "וואָס אַפּלאָדירט איר? כ’האָב דאָך גאָרנישט ניט געזאָגט! איר האָט, אַפּנים, באַמערקט, אַז איר האָט געלאַכט ניט איבער דעם, וואָס ס׳האָט דאָרטן פּאַסירט, נאָר צוליב דעם, ווי אַזוי עס איז דערציילט געוואָרן. שלום־עליכמס הומאָר איז אַ ווערבאַלער הומאָר. ער שטעקט אין די ווערטער, וועלכע טריִומפֿירן איבער די אומשטאַנדן... שלום־עליכם האָט געשריבן מיט הומאָר אַפֿילו ווען ער איז שוין געלעגן אויף זײַן טויטנבעט. ער האָט דאַן געשריבן זײַן 'מאָטל פּייסי דעם חזנס אין אַמעריקע’, און זייער אַ קאָמישער פּאַסאַזש דערפֿון איז איבערגעריסן געוואָרן גלײַך אין דער מיט פֿון אַ זאַץ... און אַזוי איז עס געשען, אַז מײַנע פֿרײַנד פֿון כינע, וועמען איר קענט איצטער, האָבן מיר געבראַכט עטלעכע שיינע זאַכן, און צווישן זיי, 'מאָטל פּייסי דעם חזנס’ אויף כינעזיש. שלום־עליכם וואָלט געווען זייער צופֿרידן דערמיט, ווײַל ער האָט געוואָלט, אַז מע זאָל לאַכן אין דער גאָרער וועלט..."

אַמאָל, אין אַ בריוו צו בעלס עלטערן, איז דער זיידע זיך משער געווען, אַז זי און איר עלטערע קוזינע טאַמאַראַ (זיי זײַנען געווען די איינציקע אייניקלעך, וועמען ער האָט געקענט) וועלן אים ניט געדענקען. "ס’איז בכלל ניט אַזוי, פּאַפּאַ שלום־עליכם. דײַן בעלאָטשקאַ איז איצטער 100 יאָר אַלט, און זי געדענקט דיך!" — האָט בעל דערקלערט. "איך בין אפֿשר די איינציקע צווישן די לעבעדיקע מענטשן, וואָס געדענקט זײַן קול, דעם צוריר פֿון זײַן האַנט, דעם קלאַנג פֿון זײַן געלעכטער... איך געדענק דיך, פּאַפּאַ שלום־עליכם, אַפֿילו אין מײַנע הונדערט יאָר; און מע האָט דיך ליב אומעטום, און מע לייענט דיך אומעטום, אַפֿילו אין כינע..."

מע האָט געוווּנטשן בעל קאַופֿמאַן, זי זאָל לעבן ביז הונדערט און צוואַנציק יאָר!

ווי עס פֿירט זיך, האָט די הײַיאָריקע יאָרצײַט־פֿאַרזאַמלונג לכּבֿוד שלום־עליכמען זיך פֿאַרענדיקט שפּעט אין אָוונט מיטן טראַדיציאָנעלן כּיבוד.