קולטור, ייִדיש־וועלט
פֿון מיכאל מאַסאַרסקי (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
שלום-עליכם מיט זײַנע אייניקלעך: טאַמאַראַ און בעלאַ, מאַנטרע, 1912
שלום-עליכם מיט זײַנע אייניקלעך: טאַמאַראַ און בעלאַ, מאַנטרע, 1912

זונטיק, דעם 16טן מײַ, האָבן די קרובֿים און פֿילצאָליקע פֿאַרערער פֿון שעפֿערישן עזבֿון פֿונעם גרויסן ייִדישן שרײַבער, שלום-עליכם, אָפּגעמערקט זײַן 94סטן יאָרצײַט אינעם בנין פֿון דער "ברודערשאַפֿט"-סינאַגאָגע אין מאַנהעטן. די הײַיאָריקע פֿאַרזאַמלונג פֿונעם "עלטסטן לעבעדיקן עולם אין ניו-יאָרק" (ווי עמעצער האָט אָנגערופֿן אַמאָל די אָנטיילנעמער-סבֿיבֿה פֿון שלום-עליכמס יאָרצײַטן), האָט געעפֿנט איינער פֿון זײַנע אוראייניקלעך, קענעט קאַופֿמאַן. די פֿראַגמענטן פֿונעם שרײַבערס צוואה, אויף ייִדיש און ענגליש, האָבן פֿאָרגעלייענט דער באַקאַנטער אַקטיאָר, בינע-רעזשיסאָר און מוזיקאַנט, זלמן מלאָטעק, און שלום-עליכמס אייניקל, שערווין קאַופֿמאַן (מיט עטלעכע וואָכן צוריק, איז ער געוואָרן 90 יאָר אַלט). דערנאָך האָט מען פֿאַרבעטן צום מיקראָפֿאָן אַן אַנדער שלום-עליכמס אייניקל, בעל קאַופֿמאַן, וועלכע האָט געפֿײַערט דעם 10טן מײַ איר 99סטן געבוירן-טאָג (די ידיעות וועגן די דאָזיקע מערקווירדיקע דאַטעס אינעם לעבן פֿון די צוויי בכּבודיקע מענטשן האָט מען אויפֿגענומען מיט אויסברוכן פֿון אַפּלאָדיסמענטן).

בעל קאַופֿמאַן האָט געלייענט פֿאַרן עולם איר אייגענע ענגלישע איבערזעצונג פֿונעם שרײַבערס עפּיטאַפֿיע, וואָס איז אויסגעקריצט אויף זײַן מצבֿה אויפֿן "אַרבעטער-רינג" בית-עלמין אין קווינס.

ווי בײַ די פֿריִערדיקע שלום-עליכמס יאָרצײַטן, האָבן אין די הײַיאָריקע פֿאָרלייענונגען זיך באַטייליקט אָנגעזעענע ניו-יאָרקער אַקטיאָרן. עס האָבן געקלונגען אין יענעם אָוונט די דערציילונגען זײַנע: "וואָס וועט זײַן פֿון מיר?" פֿון "מאָטל פּייסי דעם חזנס" (געלייענט פֿון סוזען טאָרען); "אַ מעשׂה מיט אַ גרינהאָרן" (געלייענט אויף ייִדיש פֿון אײַזייאַ שעפֿער); "דעם זיידנס געשיכטע" (געלייענט פֿון דזשערי אַדלער); "כּתרילעווקער פּראָגרעס" און "אין אַמעריקע" (געלייענט פֿון דזשאָרדזש גידעל).

נאָך די אויפֿטריטן פֿון די אַקטיאָרן, איז בעל קאַופֿמאַן נאָך אַ מאָל צוגעקומען צום מיקראָפֿאָן. אַלע אויפֿטריטן אירע ווערן תּמיד אויסגעהערט מיט אַ באַזונדערס גרויסן אינטערעס. זי האָט זיך געטיילט מיט די פּערזענלעכע דערמאָנונגען וועגן איר באַרימטן זיידן, דערציילט אייניקע לעבנס-עפּיזאָדן און רעציטירט זײַנע וויצן. אָנגעהויבן צו רעדן האָט זי בזה הלשון: "איצטער ווייסט שוין יעדער וועגן מײַן עלטער — אַוודאי, ס’איז נישט קיין גרויסע שׂימחה צו זײַן 99 יאָר אַלט — אָבער כ’בין באמת זייער גליקלעך, אַז כ’בין אַזוי אַלט. און איכ’ל זאָגן אײַך פֿאַרוואָס... ווײַל כ’בין די איינציקע צווישן די לעבעדיקע מענטשן, וואָס געדענקט שלום-עליכמען. איך געדענק זײַן קול, זײַן געלעכטער, ווי אַזוי כ’בין געזעסן בײַ אים אויף דער שויס..."

ס’איז איר שווער צו זאָגן איצטער, וואָסערע דערמאָנונגען זײַנען אירע אייגענע און וואָסערע זי האָט געהערט אַמאָל פֿון איר מאַמע. זי איז אָבער גאַנץ זיכער, אַז, לכל-הפּחות, איינע פֿון זיי איז באמת איר אייגענע דערמאָנונג. דאָס איז געשען אין אַ זאָאָ-גאָרטן ערגעץ אין אייראָפּע. שלום-עליכם און די 3־יאָריקע בעל זײַנען געשטאַנען לעבן אַ בוים, וואָס אויף אים איז געזעסן אַ מאַלפּע. דער זיידע האָט אַרויסגענומען אַ שטיקל פּאַפּיר און געמאַכט אַ "גלעזל". דערנאָך האָט ער אָנגעפֿילט עס מיט וואַסער פֿונעם נאָענטן קליינעם פֿאָנטאַן און דערלאַנגט עס דער מאַלפּע צו טרינקען. די מאַלפּע האָט ניט אָנגענומען די "מתּנה". דאַן האָט דער זיידע זיך אָנגעבויגן צו בעל און געזאָגט איר אויפֿן אויער: "אַך, בעלאָטשקאַ, דאָס איז אַ פֿאַרדאָרבענע מאַלפּע!". דערנאָך האָט ער אויסגעטרונקען אַליין דאָס וואַסער; ער האָט געהאַלטן אין איין אָנפֿילן דאָס "גלעזל" און טרינקען איינס נאָכן אַנדערן, מיט גרויסן דאָרשט. מיט דער צײַט, האָט בעל זיך דערוווּסט, אַז דער זיידע האָט שוין דעמאָלט געליטן פֿון אַ שווערער קרענק — צוקער-דיאַבעט. נישט געקוקט אויף דעם, אַז אין פֿאַרלויף פֿון זײַן גאַנץ לעבן האָט שלום-עליכם געמוזט גובֿר זײַן אַ סך יסורים, קערפּערלעכע און גײַסטיקע, האָט ער תּמיד אָנגעפֿילט די ליטעראַרישע שאַפֿונגען זײַנע מיט זײַן גוטהאַרציקן הומאָר און ליבשאַפֿט צו די מענטשן.

כ’בין געזעסן אינעם פֿולגעפּאַקטן זאַל פֿון דער "ברודערשאַפֿט"-סינאַגאָגע, געהערט שלום-עליכמס מעשׂיות, פֿריילעכע און אומעטיקע, און עס זײַנען אויפֿגעשוווּמען בײַ מיר אין זכּרון די האַלב-פֿאַרגעסענע אימאַזשן פֿון מײַנע קינדער־יאָרן. כ’בין אַריבערגעטראָגן געוואָרן קיין וויטעבסק און אין די אַרומיקע שטעטלעך פֿון די ערשטע יאָרצענדליקער נאָך דער מלחמה. עס האָט זיך מיר געדאַכט, אַז אַזעלכע "קליינע מענטשעלעך", ווי אייניקע פּערסאָנאַזשן זײַנע, האָב איך שוין באַגעגנט אַמאָל צווישן די אָרטיקע ייִדן, וועלכע האָבן זיך אומגעקערט אין זייערע היימישע מקומות נאָך דער שוידערלעכער חורבן-תּקופֿה. אַ סך פֿון זיי, איבערהויפּט די ייִנגערע, האָבן העלדיש געקעמפֿט קעגן די נאַצישע שׂונאים אין דער סאָוועטישער אַרמיי און פּאַרטיזאַנער-אָטריאַדן. איינער פֿון די פּאַרטיזאַנער איז אויך געווען מײַן טאַטע, ראובֿן בן־אליעזר מאַסאַרסקי...

כ’האָב ווײַטער געהערט די רעציטירטע געשיכטעס, און עס האָבן זיך מיר דערמאָנט די פּנימער און קולות פֿון מײַנע בני־עיר, פּשוטע מענטשן פֿון עלטערן דור, וועלכע האָבן זיך נאָך אַלץ געהאַלטן בײַ יענעם נוסח ייִדישקייט, וואָס איז געווען אין די רײַסישע שטעטלעך.

ווי דער שטייגער איז, האָט די הײַיאָריקע פֿאַרזאַמלונג אין זכּרון פֿון שלום-עליכמען זיך פֿאַרענדיקט שפּעט אין אָוונט מיט אַ טראַדיציאָנעלן כּיבוד. צום סוף, האָבן די באַטייליקטע זיך האַרציק געזעגנט, ווינטשנדיק איינער דעם אַנדערן, אַז מע זאָל זיך טרעפֿן דאָ ווידער אַ מאָל אָפּצומערקן דעם שרײַבערס יאָרצײַט אין אַ יאָר אַרום.