פֿון פֿאָרנט — בעל קאַופֿמאַן מיט איר מאַן סידני גליק; אין דער צווייטער ריי פֿון לינקס: קאַופֿמאַנס ברודער ד״ר שערווין קאַופֿמאַן מיט זײַן פֿרוי, קאַופֿמאַנס פּלימעניק קענעט קאַופֿמאַן. |
מיט אַריבער צוויי וואָכן צוריק איז געוואָרן 93 יאָר זינט דער פּטירה פֿונעם קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, שלום-עליכם. ער איז ניפֿטר געוואָרן דעם 13טן מײַ 1916 אין די בראָנקס. אין דרײַ טעג אַרום, דעם 16טן מײַ, האָט די צײַטונג "The New York Times" מודיע געווען, צווישן אַנדערן: "...אַ הונדערט טויזנט מענטשן פֿון דער ׳איסט-סײַד', מיט טרויעריקע פּנימער, זײַנען געשטאַנען נעכטן אויף די טראָטואַרן בעת דער לוויה-פּראָצעסיע פֿון שלום-עליכמען, דעם באַרימטן ייִדישן הומאָריסט, וואָס זײַן אמתער נאָמען איז געווען שלום ראַבינאָוויטש..." צו קבֿורה האָט מען געבראַכט שלום-עליכמען אויפֿן "הר-נבו" בית-עולם (Mount Nebo Cemetery), מיט דער כּוונה אים שפּעטער, נאָך דער דעמאָלטיקער וועלט-מלחמה, אַריבערפֿירן קיין קיִעוו (רוסלאַנד), וווּ ס׳געפֿינט זיך דער קבֿר פֿון זײַן פֿאָטער, מנחם-נחום ראַבינאָוויטש. אין עטלעכע יאָר אַרום, אָבער, האָט מען אים ענדגילטיק מקבר געווען אויפֿן "הר-הכּרמל" בית-עולם (Mount Carmel Cemetery) אין קווינס.
בהסכּם מיט די צוואה-וווּנטשן, איז אויך דער איצטיקער יאָרצײַט-אָוונט דורכגעפֿירט געוואָרן זונטיק, דעם 17טן מײַ, אינעם בנין פֿון דער "ברודערשאַפֿט"-סינאַגאָגע אין מאַנהעטן. אין זײַן אַרײַנפֿיר-רעדע האָט דער פֿאָרזיצער פֿון דער אונטערנעמונג, איינער פֿון שלום-עליכמס אוראייניקלעך, קענעט קאַופֿמאַן, באַטאָנט, אַז דער דאָזיקער אָוונט קומט פֿאָר אין דעם יאָר פֿונעם שרײַבערס 150סטן געבוירן-טאָג. ער האָט אויך געזאָגט, אַז עס איז דאָ נאָך אַן אַנדער "בעל-יובֿל" — די "ברודערשאַפֿט"-קהילה מערקט הײַיאָר אָפּ דעם 150סטן יאָרטאָג פֿון איר איצטיקער שיל-געבײַדע, וואָס איז געווען דאָס באַשטענדיקע אָרט פֿון שלום-עליכמס עפֿנטלעכע יאָרצײַטן שוין אין פֿאַרלויף פֿון די לעצטע אָנדערטהאַלבן צענדליק יאָר.
די צוואה פֿון שלום-עליכם סײַ אויף ייִדיש, סײַ אויף ענגליש האָט פֿאָרגעלייענט דער באַקאַנטער טעאַטער- און קינאָ-אַקטיאָר, זינגער און מוזיקאַנט, טעאָדאָר ביקעל. דערנאָך האָט דער פֿאָרזיצער פֿאַרבעטן צום מיקראָפֿאָן זײַן מומע און שלום-עליכמס אייניקל, בעל קאַופֿמאַן. זי האָט געלייענט פֿאַרן עולם איר אייגענע ענגלישע איבערזעצונג פֿון דער עפּיטאַפֿיע, אָנגעשריבן אַמאָל פֿונעם שרײַבער גופֿא און איז שפּעטער געוואָרן אויסגעקריצט אויף זײַן מצבֿה.
אין די הײַיאָריקע יאָרצײַט-פֿאָרלייענונגען האָבן אָנטיילגענומען אָנגעזעענע פֿאָרשטייער פֿון דער ניו-יאָרקער אַרטיסטישער סבֿיבֿה. די רעציטירטע ווערק האָבן אײַנגעשלאָסן די פֿאָלגנדיקע דערציילונגען: "מיר איז גוט — איך בין אַ יתום" פֿון "מאָטל פּייסי דעם חזנס" (געליינט פֿון סוזען טאָרען); "מיר שטרײַקן" (געליינט אויף ייִדיש פֿון חנה קופּער); "אַמעריקע" (געליינט פֿון דזשערי אַדלער) און "איבער אַ היטל" (געליינט פֿון שעלדאָן האַרניק). די צוויי לעצטע אויספֿירער — דזשערי אַדלער (דער באַקאַנטער בינע-רעזשיסאָר, טעלעוויזיע- און קינאָ-אַקטיאָר) און שעלדאָן האַרניק (דער באַקאַנטער לידער-שרײַבער, איינער פֿון די אויטאָרס פֿונעם מיוזיקל "אַ פֿידלער אויפֿן דאַך") — האָבן זיך איצטער באַטייליקט אין שלום-עליכמס יאָרצײַט צום ערשטן מאָל.
נאָכן אויפֿטריט פֿון אַן אַנדער שלום-עליכמס אייניקל, שערווין קאַופֿמאַן, וועלכער האָט גערעדט וועגן זײַן באַרימטן זיידן און האָט אויך דערציילט אַ ביסל וועגן זײַנע אייגענע טעטיקייטן אויפֿן געביט פֿון מוזיק, איז בעל קאַופֿמאַן נאָך אַ מאָל צוגעקומען צום מיקראָפֿאָן. איר רעדע האָט זי אָנגעהויבן מיט די ווערטער: "פֿאַר מיר איז עס אַן אָוונט פֿון פּערזענלעכע דערמאָנונגען...". זי האָט דערציילט אייניקע עפּיזאָדן פֿון שלום-עליכמס לעבן, רעציטירט וויצן זײַנע, פֿאָרגעלייענט דעם בריוו, וואָס ער האָט איר צוגעשיקט אַ יאָר פֿאַר זײַן פּטירה.
בעל האָט דערמאָנט ווי אַזוי זי, דעמאָלט אַ קליין, 3־יעריק מיידעלע, האָט, אין איינעם אַ טאָג, שפּאַצירט מיט איר זיידן אויף די גאַסן פֿון גענף, אין דער שווייץ, און ער פֿלעגט אָנווײַזן מיט דער האַנט אויף אַ ווײַטן באַרג אָדער אַן אָזערע און פֿרעגן בײַ איר: "זעסטו יענעם באַרג? זעסטו יענע אָזערע? זיי וועל איך דיר, בעלאָטשקאַ, געבן פֿאַר אַ מתּנה". נאָר מיט דער צײַט, ווען זי איז שוין אויפֿגעוואַקסן, האָט בעל פֿאַרשטאַנען, אַז שלום-עליכם האָט איבערגעלאָזט אַ סך אַ רײַכערע ירושה — זײַן ליבשאַפֿט צום פּשוטן מענטשן און זײַן געלעכטער, אַ גוטהאַרציקן געלעכטער.
די דערציילונגען פֿון בעל קאַופֿמאַן, ווי אויך אַלע אַנדערע אויפֿטריטן אין יענעם אָוונט זײַנען באַגלייט געוואָרן מיט אויסברוכן פֿון געלעכטער און אַפּלאָדיסמענטן מצד דעם פֿולגעפּאַקטן זאַל פֿון דער "ברודערשאַפֿט"-סינאַגאָגע. ווי עס פֿירט זיך, האָט די הײַיאָריקע אונטערנעמונג לכּבֿוד דעם אָנדענק פֿונעם גרויסן ייִדישן שרײַבער זיך פֿאַרענדיקט מיט אַ טראַדיציאָנעלן כּיבוד.
אַזוי ווי בײַ די פֿאַרגאַנגענע שלום-עליכמס יאָרצײַטן, האָב איך אויך איצטער געהאַט אַ באַנד פֿון זײַנע ווערק אין מײַן פּאָרטפֿעל. און אויך אַזוי ווי דעמאָלט, אומקערנדיק זיך אַהיים שפּעט אין אָוונט, האָב איך אַרויסגענומען דאָס אַלטע בוך מיט די "גילדענע" אותיות אויפֿן גרויען טאָוול, זיך אײַנגעקוקט אין די שוואַרצע שורות אויפֿן געלבלעך געוואָרענעם פּאַפּיר און אָנגעהויבן איבערצולייענען איינע פֿון מײַנע באַליבטע "אײַזנבאַן-געשיכטעס". כ׳בין פּאַמעלעך פֿאַרזונקען געוואָרן אין דער שוין פֿאַרלוירענער וועלט פֿון די קאָלאָריטפֿולע פּערסאָנאַזשן זײַנע, וועלכע האָבן אַמאָל, מיט העכער אַ הונדערט יאָר צוריק, באַפֿעלקערט דאָס תּחום-המושבֿדיקע "ייִדישלאַנד", וואָס די איבערגעבליבענע רעשטלעך זײַנע איז מיר נאָך אויסגעקומען צו טרעפֿן אין מײַנע קינדערשע יאָרן אין ווײַסרוסלאַנד נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה.