|
די משפּחה קאַופֿמאַן (פֿון רעכטס): קען, סידני גליק, דוד, קלייר, לינדע, בעל (שלום־עליכמס אייניקל), ד״ר שערווין קאַופֿמאַן |
|
די "שטאָט פֿון גרויסן עפּל" פֿאַרנעמט אַ בכּבֿודיק אָרט אינעם לעבן און שאַפֿן פֿון איינעם פֿון די גדולי־ישׂראל, דעם קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, שלום־עליכם. אין אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, צווישן די הונדערטער טויזנטער ייִדישע תּושבֿים פֿון ניו־יאָרק, וואָס אַ היפּשע צאָל פֿון זיי זײַנען אויך געווען די ליבהאָבער פֿונעם שרײַבערס שאַפֿונגען; עס האָבן "געלעבט" מאָטל פּייסי דעם חזנס און נאָך אַנדערע פּערסאָנאַזשן פֿון זײַנע ליטעראַרישע ווערק, וועלכע זײַנען געקומען צו פֿאָרן אין דער "גאָלדענער מדינה" זוכן אַ בעסער לעבן פֿאַר זיך און פֿאַר זייערע משפּחות. שלום־עליכם גופֿא האָט דאָ אָפּגעלעבט די לעצטע יאָרן זײַנע; און טאַקע דאָ, אויפֿן אַלטן "הר־הכּרמל" בית־עולם, געפֿינט זיך זײַן לעצטער מקום־מנוחה. זײַן לוויה, דעם 15טן מײַ 1916 (אין יענער צײַט, אפֿשר, די גרעסטע אין דער געשיכטע פֿון דער שטאָט) האָט געבראַכט אויף די ניו־יאָרקער גאַסן העכער הונדערט טויזנט מענטשן און האָט מיטגעהאָלפֿען צו קאָנסאָלידירן די אָרטיקע ייִדישע געמיינדע. אַ טאָג נאָך דער לוויה האָט די צײַטונג The New York Times פֿאַרעפֿנטלעכט שלום־עליכמס צוואה, וואָס רעכנט זיך פֿאַר איינער פֿון די בעסטע עטישע צוואָות אין דער געשיכטע פֿון דער וועלט־קולטור. און זינט דעמאָלט ביז צום הײַנטיקן טאָג איז ניו־יאָרק געווען דאָס אָרט פֿון שלום־עליכמס יאָרצײַטן, אָרגאַניזירט פֿון זײַנע קרובֿים אויפֿן סמך פֿון אָט דער צוואה.
די הײַיאָריקע עפֿנטלעכע פֿאַרזאַמלונג לכּבֿוד דעם אָנדענק פֿון שלום־עליכמען איז פֿאָרגעקומען זונטיק, דעם 20סטן מײַ, אינעם בנין פֿון דער "ברודערשאַפֿט"-סינאַגאָגע אין מאַנהעטן. דערעפֿנט די פֿאַרזאַמלונג האָט איר באַשטענדיקער פֿאָרזיצער, איינער פֿונעם שרײַבערס אוראייניקלעך, קענעט קאַופֿמאַן. ער האָט פֿאָרגעשטעלט פֿאַרן עולם די בײַגעוועזענע מיטגלידער פֿון שלום־עליכמס קרובֿים־סבֿיבֿה און זייערע נאָענטע פֿרײַנד און אויסגעדריקט אַ יישר־כּוח פֿאַר אַלע, וועלכע האָבן געהאָלפֿן צוגרייטן די דאָזיקע אונטערנעמונג. אַ פֿראַגמענט פֿון שלום־עליכמס צוואה איז פֿאָרגעלייענט געוואָרן אויף ייִדיש פֿונעם באַקאַנטן ניו־יאָרקער אַקטיאָר, שיין בייקער, און אויף ענגליש פֿונעם שרײַבערס אייניקל, שערווין קאַופֿמאַן, וועלכער וועט אין חודש יולי ווערן 92 יאָר אַלט.
דערנאָך איז צום מיקראָפֿאָן צוגעקומען אַן אַנדער אייניקל פֿון שלום־עליכמען, בעל קאַופֿמאַן, וועלכע האָט, מיט עטלעכע טעג צוריק, געפֿײַערט איר 101שטן געבורטסטאָג! דער עולם האָט זי באַגריסט מיט אַ דויערנדיקער אָוואַציע. איר רעדע האָט זי אָנגעפֿאַנגען בזה הלשון: "ס׳איז אַ מחיה צו זען אײַך אַלעמען דאָ. איר ווייסט? שלום־עליכם וואָלט געוואָלט שטיין דאָ אויף מײַן אָרט. ער האָט ליב געהאַט אַזאַ מין פּובליקום... כ׳בין די איינציקע, אפֿשר, אין דער גאַנצער וועלט, ווײַל כ׳בין אַזוי אַלט, וואָס איז אַמאָל געזעסן בײַ אים אויף דער שויס, האָט שפּאַצירט מיט אים, און געדענק נאָך אַלץ די וואַרעמקייט פֿון זײַנע הענט און אייניקע מעשׂיות, וואָס ער האָט דערציילט"... בעל האָט רעציטירט שלום־עליכמס וויצן, דערציילט עטלעכע עפּיזאָדן פֿון זײַן לעבן, דערמאָנט דעם בריוו, וואָס זי האָט באַקומען פֿון אים אַ יאָר פֿאַר זײַן פּטירה. צום סוף, האָט זי פֿאָרגעלייענט איר ענגלישע איבערזעצונג פֿון די דרײַ סטראָפֿעס פֿון דער עפּיטאַפֿיע, וואָס איר זיידע אַליין האָט אָנגעשריבן אויף ייִדיש און מוסיף געווען צו זײַן צוואה. דער טעקסט פֿון דער עפּיטאַפֿיע אויף ייִדיש איז אויסגעקריצט אויפֿן שרײַבערס מצבֿה.
די רשימה פֿון שלום־עליכמס רעציטירטע ווערק אין יענעם אָוונט האָט אײַנגעשלאָסן די פֿאָלגנדיקע מעשׂיות: "בײַם דאָקטאָר" (געלייענט פֿון דזשאָרדזש גידעל), "מײַן ברודער אליהוס געטראַנק" (געלייענט אויף ייִדיש און ענגליש פֿון סוזען טאָרען), "דאָס גרויסע געווינס" (געלייענט פֿון עלענאָר ריסאַ) און "די שטאָט פֿון די קליינע מענטשעלעך" (געלייענט פֿון דזשערי אַדלער). אַלע אויפֿטריטן פֿון די אַקטיאָרן זײַנען באַגלייט געוואָרן מיט געלעכטער און אַפּלאָדיסמענטן.
צום סוף פֿונעם אָנדענק-אָוונט איז בעל קאַופֿמאַן נאָך אַ מאָל צוגעקומען צום מיקראָפֿאָן. ווענדנדיק זיך צום עולם, האָט זי דערקלערט, אַז אירע בײַגעוועזענע קרובֿים פֿון ייִנגערע דורות וועלן ממשיך זײַן די משפּחה־טראַדיציע פֿון שלום־עליכמס יאָרצײַטן.
די הײַיאָריקע פֿאַרזאַמלונג אין זכּרון פֿונעם גרויסן ייִדישן שרײַבער, שלום־עליכם, האָט זיך פֿאַרענדיקט שפּעט אין אָוונט מיטן טראַדיציאָנעלן כּיבוד.