וואַרשע, 1922. מיטגלידער פֿון יונגע ייִדישע ליטעראַטן: (פֿון לינקס) אסתּר שומיאַטשער, אורי־צבֿי גרינבערג, פּרץ הירשביין, מענדל עלקין, חנה קאַציזנע, אַלטער קאַציזנע, אסתּר עלקין |
דעם 15טן יולי 1921 האָט ב. צבֿיון (בן-ציון האָפֿמאַן, 1874—1954), איינער פֿון די פֿירנדיקע זשורנאַליסטן פֿון "פֿאָרווערטס", געשריבן אין דער צײַטונג וועגן דער קולטור-ליגע:
יעדער, וואָס אינטערעסירט זיך מער אָדער ווייניקער מיט דעם ייִדישן לעבן אין אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד, פּוילן, ליטע און לאַטוויע (לעטלאַנד), האָט געוויס געהערט וועגן דער ייִדישער קולטור-ליגע. [...] די קולטור-ליגע איז געגרינדעט געוואָרן אין חודש אַפּריל 1918, און אין אַ גאַנץ קורצער צײַט האָט זיך איר טעטיקייט פֿאַרשפּרייט איבער גאַנץ אוקראַיִנע. אַרום דער קולטור-ליגע האָבן זיך אָנגעפֿאַנגען קאָנצענטרירן די פֿאַרשידנאַרטיקסטע קרעפֿטן פֿון דער ייִדישער ראַדיקאַלער אינטעליגענץ, וועלכע זײַנען געווען פֿאַראינטערעסירט אין דער בויונג פֿון די ייִדישע פֿאָלקס-מאַסן און אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער קולטור. [...]
ליידער, האָב איך ניט געהאַט די מעגלעכקייט צו זען די אַרבעט פֿון דער קולטור-ליגע אין אוקראַיִנע מיט מײַנע אייגענע אויגן. איך בין מיט איר באַקאַנט געוואָרן בלויז דורך פֿאַרשידענע געשריבענע און געדרוקטע באַריכטן, ווי אויך דורך פּערזענלעכע געשפּרעכן מיט די הויפּט-טוער פֿון דער קולטור-ליגע, וועלכע איך האָב געטראָפֿן אין וואַרשע.
צבֿיון איז דעמאָלט געווען אין פּוילן און פֿון דאָרטן האָט ער געשיקט זײַנען אַרטיקלען. מיט עטלעכע חדשים פֿריִער זײַנען טאַקע פֿון קיִעוו קיין וואַרשע געקומען עטלעכע פֿירנדיקע טוער פֿון דער קולטור-ליגע. איינער פֿון זיי, נחמן מײַזיל, האָט אין דרײַ יאָרצענדליק אַרום געשריבן (אין זײַן בוך "געווען אַמאָל אַ לעבן"):
אין אונדזער גרופּע, דער "אויספֿיר-ביוראָ" פֿון דער קולטור-ליגע, זײַנען אַרײַן ד"ר משה זילבערפֿאַרב, דער געוועזענער מיניסטער אין אוקראַיִנע; א. ליטוואַק, דער באַוווּסטער בונדישער שרײַבער, טעאָרעטיקער און רעדנער; יוסף לעשצינסקי, אָדער י. כמורנער, ווי ער האָט שפּעטער זיך אָנגערופֿן אין דער פּוילישער בונדישער באַוועגונג; זעליק מלמד, דער אימפּעטפֿולער, עקשנותדיקער קעמפֿער פֿאַר ייִדיש, ח. ש. קאַזשדאַן, דער באַוווּסטער פּעדאַגאָג; און איך.
זיי זײַנען אַוועק פֿון אוקראַיִנע, ווײַל קיִעוו איז צו יענער צײַט שוין געווען אַ סאָוועטישע שטאָט, און די קאָמוניסטן האָבן דאָך קיין חכמות ניט פֿאַרשטאַנען — זיי האָבן זייער גיך פֿאַרוואַנדלט די קולטור-ליגע אין אַ קאָמוניסטישער אָרגאַניזאַציע. די גאַנצע נעץ פֿון כּלערליי קולטור-אָרגאַניזאַציעס, וואָס די קולטור-ליגע האָט באַוויזן אויפֿצובויען אין צענדליקער שטעט פֿון אוקראַיִנע, זײַנען בדרך-כּלל ניט פֿאַרמאַכט געוואָרן, נאָר האָבן געשאַפֿן אַ פֿעסטן יסוד פֿאַר סאָוועטישע אינסטיטוציעס. גלײַכצײַטיק, איז קאַליע געוואָרן די גאַנצע גרונט-אידעע, צוליב וועלכער ס’איז געשאַפֿן געוואָרן די קולטור-ליגע, דהײַנו: צו זײַן פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַרן קולטור-קאָמפּאָנענט אין דעם פּראָצעס פֿון בויען אַ מאָדערנע ייִדישע נאַציע. דער ציל פֿון אָט דער בויונג איז געווען אַזאַ: צו טראַנספֿאָרמירן די רעליגיעזע ייִדישקייט אין אַ וועלטלעכער ייִדישקייט, אָבער ניט צופּאַסן דעם ענין צו אַ ספּעציפֿישער פּאַרטיי-פּראָגראַם.
אין קיִעוו האָט די קולטור-ליגע געהאַט הצלחה. געהאָלפֿן האָבן עטלעכע סיבות. קודם-כּל, האָט די אוקראַיִנישע מלוכה פּראָקלאַמירט אויטאָנאָמיע פֿאַר דער ייִדישער באַפֿעלקערונג און געעפֿנט אַ מיניסטעריום פֿאַר ייִדישע ענינים. דאָס האָט געשאַפֿן אַ "דאַך", וואָס איז געווען העכער און ברייטער פֿון אַ וועלכער עס זאָל ניט זײַן פּאַרטיי. ס’איז געווען וויכטיק אויך, וואָס די דאָמינירנדיקע ייִדישע פּאַרטייען — די "פֿאַראייניקטע", די "פֿאָלקס-פּאַרטיי" און די פּועלי-ציון — האָבן געהאַט אַ סך בשותּפֿותדיקע צילן. קודם-כּל, זײַנען זיי אַלע געווען נאַציאָנאַליסטישע פּאַרטייען, וואָס האָבן געטרוימט וועגן אויפֿבויען אַ מאָדערנע ייִדישע נאַציע. די בונדיסטן, וועלכע האָבן תּמיד געציטערט פֿאַר נאַציאָנאַליזם בכלל און פֿאַר ייִדישער נאַציאָנאַלער בויונג בפֿרט, זײַנען געווען אין אוקראַיִנע ניט אַזוי שטאַרק, ווי אין פּוילן, און האָבן דערפֿאַר ניט געקענט שטערן דער אַרבעט. דערצו נאָך, האָבן אַפֿילו די בונדיסטן, וואָס זײַנען יאָ געווען אין דער קיִעווער קולטור-סבֿיבֿה, ניט געהערט צום דאָגמאַטישן פֿליגל פֿון דער פּאַרטיי און זיך אַקטיוו באַטייליקט אין דער טעטיקייט פֿון קולטור-ליגע.
די קיִעווער קולטור-ליגע איז אויסגעוואַקסן ניט אויף אַ פּוסט אָרט. אין איר יסוד איז געלעגן די פֿיל־יאָריקע קאָאָפּעראַציע פֿון קיִעווער און ווילנער ייִדישע קולטור-טוער. די טעאָרעטיקער און חסידים פֿון דעם "קיִעוו-ווילנער נוסח" האָבן פֿון אויבן אַראָפּ געקוקט אויף וואַרשע, וועלכע האָט פֿאַר זיי סימבאָליזירט די קאָמערציעלע שונד-קולטור. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס די פּוילישע ייִדן האָבן זיי געהאַלטן פֿאַר אַ ווייניקער אַנטוויקלטן שבֿט, מיט וועלכן מע האָט נאָך געמוזט אַ סך אַרבעטן, כּדי זיי ברענגען צום ניוואָ פֿון די "ליטוואַקעס", דאָס הייסט, די ייִדן פֿון ליטע, ווײַסרוסלאַנד און אוקראַיִנע. די קיִעווער און די ווילנער האָבן זיך געגרויסט מיט זייער באַהאַוונטקייט אין רוסישער קולטור און געגלייבט, אַז דווקא אין דער סבֿיבֿה פֿון רוסישער קולטור האָט זיך, דער עיקר, אַנטוויקלט די מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור.
אַ סבֿרא, אַז ווען צבֿיון האָט זיך געטראָפֿן אין וואַרשע מיט דער גרופּע פֿירנדיקע טוער פֿון דער קיִעווער קולטור-ליגע, האָבן יענע זיך געקעכלט מיט דער האָפֿענונג, אַז זייער דערפֿאַרונג פֿון ייִדישער קולטור-אַרבעט וועט געפֿינען אַ גוטן באָדן אין וואַרשע. פֿאַרשידענע פּרוּוון פֿון "קולטורעלער קאָלאָניזאַציע" פֿון וואַרשע (און פּוילן בכלל) זײַנען געווען כאַראַקטעריש פֿאַר יענער צײַט. "ליטוואַקישע" און "גאַליציאַנער" אינטעלעקטואַלן האָבן געקוקט אויף וואַרשע ווי אויף אַ ריזיקן שטח רויערד, ווי מע האָט געקענט קולטיווירן כּלערליי געוויקסן. די באַציִונג איבערצופֿלאַנצן די קולטור-ליגע איז געווען איינער פֿון די עפּיזאָדן פֿון קולטורעלער קאָלאָניזאַציע.
אָבער די האָפֿענונג פֿון דעם "אויספֿיר-ביוראָ", אַז מע שטייט און מע וואַרט אויף זיי אין וואַרשע און, אַז דווקא אין פּוילן, מחוץ דער קאָמוניסטישער סיסטעם, וועט זיך זיי אײַנגעבן צו בלײַבן אַ-פּאַרטיייִש, איז געווען ניט מער ווי אַ חלום. מײַזיל האָט געשריבן וועגן דעם מצבֿ אין פּוילן:
עס איז געווען בײַ אונדז דער ציל, דער מיין צו פֿאַראייניקן אַרום דער קולטור-ליגע אין פּוילן קודם-כּל די סאָציאַליסטישע, דעמאָקראַטישע און פֿאָלקס-כּוחות. אָבער אַזאַ מין פֿאַראייניקונג איז פֿאַר יענער צײַט געווען כּמעט אַן אוממעגלעכע זאַך. עס איז שווער געווען צונויפֿצונעמען אונטער איין דאַך בײַ איין טיש אַרבעטער-פֿאָרשטייער פֿון דער פֿאָלקס-פּאַרטיי. און עס איז אויך געווען נישט לײַכט צונויפֿצוברענגען די פֿאַרשידענע אַרבעטער-פּאַרטייען, ווען דער "בונד" האָט כּסדר געשטעלט דעם אומבאַדינגטן תּנאַי, אַז אין דער אָנפֿירונג מוז ער האָבן די העגעמאָניע. די רעכטע פּועלי-ציון זענען געשטאַנען פֿון דער ווײַטנס. די נישט-לאַנג אָפּגעשפּאָלטענע לינקע פּועלי-ציון, ווי אויך די "פֿאַראייניקטע" האָבן גראָד אַרויסגעוויזן אונדז גרויס סימפּאַטיע און זיי זענען גרייט געווען אַרײַנצוטרעטן אין דעם אָרגאַניזיר-קאָמיטעט. זײַנען מיר געווען צווישן פֿײַערן...
קוקנדיק פֿון אַ דיסטאַנץ פֿון כּמעט דרײַסיק יאָר, האָט מײַזיל אָנערקענט די אידעאָלאָגישע טעותים פֿון דער גרופּע, וועלכע האָט געפּרוּווט איבערפֿלאַנצן די קולטור-ליגע אויף דעם פּוילישן באָדן. פֿון סאַמע אָנהייב אָן האָט מען עס געעפֿנט נאָר פֿאַר די פּראָלעטאַריער. די ערשטע וואַרשעווער קאָנפֿערענץ פֿון דער קולטור-ליגע האָט אָנגענומען אַ רעזאָלוציע (פֿאַרעפֿנטלעכט אין דער אויסגאַבע "קולטור-ליגע", אַפּריל 1921), וועלכע האָט פֿאַקטיש אָפּגעשניטן פֿון איר טעטיקייט אַלע ניט-פּראָלעטאַרישע עלעמענטן. מע האָט דאָך באַשלאָסן, אַז:
1. די קולטור-ליגע שטעלט דעם ציל מיטצוהעלפֿן אויפֿבויען די סאָציאַליסטישע קולטור אויף ייִדיש פֿאַר און דורך די אַרבעטנדיקע מאַסן.
2. די קולטור-ליגע שטרעבט צו באַהעפֿטן דעם ייִדישן אַרבעטער-קלאַס צו אַלע דערגרייכונגען פֿון דער אַלמענטשלעכער און נאַציאָנאַלער קולטור און אויסצוגעפֿינען די וועגן און פֿאָרמען פֿון פּראָלעטאַריש-סאָציאַליסטישן קולטור-שאַפֿן.
3. מיטגלידער פֿון קולטור-ליגע קאָנען זײַן אַלע די, וועלכע אָנערקענען די פּרינציפּן פֿון קולטור-ליגע, ווי זיי זענען פֿאָרמולירט אין די ערשטע צוויי פּונקטן.
הקיצור, אויב דו ביסט ניט קיין פּראָלעטאַריער און ניט קיין סאָציאַליסט, טאָ — זײַ געזונט. ניט לאַנג צוריק, בין איך געזעסן אין ייִוואָ און געקוקט מיקראָפֿילמען פֿון ייִדישע צײַטשריפֿטן. בשכנות האָט די זעלבע זאַך געטאָן אַ עלטערער ישׂראלדיקער היסטאָריקער, וואָס באַשעפֿטיקט זיך מיט כּלערליי אַספּעקטן פֿון ייִדישן פּאָליטישן לעבן אין 20סטן יאָרהונדערט. איך ווייס ניט, וואָס ער האָט איבערגעלייענט, אָבער פּלוצעם האָט ער זיך אַ קער געטאָן צו מיר און געזאָגט: "זיי זײַנען אַלע געווען משוגעים — אָט די אַלע בונדיסטן, פּועלי-ציוניסטן, און אַנדערע. אַלע! אין גאַנצן צעדרייט! אָבער זיי האָבן געמאַכט די געשיכטע. דאָס איז דער פּאַראַדאָקס." קיין חידוש ניט, אַז די "משוגעים" (צי — פּינקטלעכער — דאָגמאַטיקער) האָבן ניט געקענט זיך צונויפֿרעדן בײַם שאַפֿן די קולטור-ליגע אין פּוילן.
בײַם לייענען די רעזאָלוציעס און אַרטיקלען מכּוח דער קולטור-ליגע אין פּוילן האָב איך זיך גלײַך דערמאָנט אין דער סאָוועטיש-ייִדישער פּרעסע. דער נוסח איז, אין תּוך אַרײַן, געווען דער זעלבער. זייער מיליטאַנטיש און ניט-פֿאַרגינעריש איז, למשל, געווען געשטימט יוסף לעשצינסקי-כמורנער (1884—1935), וואָס איז געווען אין קיִעוו אַ פֿירנדיקער טוער פֿון דער "פֿאַראייניקטער" פּאַרטיי, אָבער אין וואַרשע איז ער פּלוצעם געוואָרן אַן איבערגעגעבענער בונדיסט. דער חודש-זשורנאַל "קולטור", אַרויסגעגעבן אין וואַרשע דורך דער איניציאַטיוו-גרופּע "קולטור-ליגע", האָט געשריבן אין דעצעמבער 1922 וועגן כמורנערס אַרטיקלען אין דער בונדיסטישער "פֿאָלקסצײַטונג", אַז
ער בויט אויף אַ גאַנצע טעאָריע וועגן צוויי שיטות אין קולטור-אַרבעט. די לײַט פֿון דער איניציאַטיוו-גרופּע — דאָס זענען, לויט זײַנע רייד, פֿאָרשטייער פֿון דער שיטה, וואָס "מוז אויפֿגעדעקט ווערן און באַקעמפֿט ווערן. זי איז פֿרעמד און פֿײַנטלעך דעם אַרבעטער-קלאַס". און דער "פֿאַרפֿירערישער געדאַנק" פֿון דער שיטה פֿון דער איניציאַטיוו-גרופּע באַשטייט אין דעם, אַז דער ייִדישער אַרבעטער-קלאַס זאָל זיך — רחמנא-יצילינו — "אָפּזאָגן פֿון זײַן העגעמאָניע", ער זאָל "מקריבֿ זײַן דעם פּראָלעטאַרישן שטעמפּל", אַז ער זאָל "זײַן אידעאָלאָגיע און זײַן אָרגאַניזאַציע שוין איצט צופּאַסן צו די בורזשואַזע קולטור-שותּפֿים".
די זאַך איז, אַז אין דער איניציאַטיוו-גרופּע זײַנען אַרײַן די אינטעלעקטואַלן, וועלכע האָבן שוין מער ניט געהאַט קיין געדולד צו וואַרטן ביז די פּאַרטייען וועלן זיך צונויפֿרעדן וועגן דער קולטור-ליגע. זיי האָבן פֿאָרגעלייגט צו בויען די ליגע ניט לויט דער פּאַרטיייִשער שיטה, נאָר ווי אַ באַזונדערע אָרגאַניזאַציע, מיט אינדיווידועלע מיטגלידער. צווישן די מיטגלידער פֿון דער גרופּע זײַנען אַפֿילו געווען אויסלענדישע געסט — די אַמעריקאַנער שרײַבער (פֿון דער סבֿיבֿה פֿון דער ניו-יאָרקער צײַטונג "דער טאָג") יוסף אָפּאַטאָשו און פּרץ הירשביין, וועלכע האָבן אין יענער צײַט באַזוכט פּוילן. די איניציאַטיוו-גרופּע האָט נאָך, אַ פּנים, ניט געוואָלט גלייבן, אַז זיי האָבן זיך אונטערגענומען צו באַשעפֿטיקן זיך מיט אַ פּוסטער טירחה, מחמת ס’איז געווען כּמעט (צי אַפֿילו אין גאַנצן) אוממעגלעך צו שאַפֿן אַן אַ-פּאַרטיייִשע אָרגאַניזאַציע אין פּוילן. משה זילבערפֿאַרב האָט באַשריבן די אייגנאַרטיקייט פֿון דער סבֿיבֿה, וואָס ער האָט דערזען נאָכן אָנקומען קיין וואַרשע (אין זײַן אַרטיקל "אויף פּערסאָנאַלע אָדער פּאַרטיייִשע יסודות?", געדרוקט אין זשורנאַל "קולטור" אין נאָוועמבער 1922):
די ייִדישע אַרבעטער-אינסטיטוציעס אין פּוילן האָבן זיך אין די לעצטע יאָרן געבויט אויסשליסלעך אויפֿן פּרינציפּ פֿון פּאַרטיייִשקייט. אַלץ איז דאָ געוואָרן פּאַרטיייִש — דער פּראָפֿעסיאָנעלער פֿאַראיין, ווי דער אַרבעטער-קאָאָפּעראַטיוו, די אָוונט-קורסן, ווי די שול, דער אַרבעטער-קלוב, ווי די אַרבעטער-קיך. און אַז מ’שמועסט פּאַרטיייִש, איז פּאַרטיייִש אין דער פֿולער מאָס. אָנהייבנדיק פֿון דער ריכטונג און ביזן פּערסאָנאַל איז אַלץ דאָ פֿאַרפּאַרטיייִשט געוואָרן. און פֿלעגט אַ נײַע פּאַרטיי אַרויס אויף דער אַרבעטער-גאַס, פֿלעגט זי מוזן שאַפֿן פֿאַר זיך אַ פּאַראַלעלן סיסטעם פֿון אַרבעטער-אינסטיטוציעס: קיכן און שולן, קאָאָפּעראַטיוון און ביבליאָטעקן, וכדומה, וואָס זענען אייגנטלעך געוואָרן פּשוטע פּאַרטיי-עקספּאָזיטאָרן.
די דאָזיקע אומגעזונטע דערשײַנונג איז אַרויסגערופֿן געוואָרן דורך אַ גאַנצער ריי סיבות, וואָס ליגן סײַ אין אונדזער אייגענעם, סײַ אין אַרומיקן געזעלשאַפֿטלעכן לעבן. אָבער נישט די, נישט יענע קאָן מען בשום-אופֿן נישט האַלטן פֿאַר נאָרמאַלע. האָט מען זיך אָבער אין געוויסע קרײַזן אַזוי טיף אײַנגעלעבט מיט דער דאָזיקער דערשײַנונג, אַז מ’האָט פֿון אַ פֿאַקט געמאַכט אַ נאָרמע, פֿון אַ נויט אַ געבאָט, אַ מין קאַנאָן פֿון פּראָלעטאַרישער פּאָליטיק, קעגן וועלכן ס’איז אָסור ווידערצושפּעניקן.
אויב בײַ עמעצן איז נאָך געבליבן אַ ספֿק, אַז דער פּרינציפּ פֿון פּאַרטיייִשקייט האָט פֿולשטענדיק באַנקראָטירט, איז גענוג אַרומצוקוקן זיך, צו וואָס ער האָט געבראַכט. וואָרעם נאָר פֿאַרבלענדעטע מענטשן קאָנען נישט זען, אַז גראָד דער דאָזיקער אומגעלומפּערטער פּרינציפּ איז געווען איינער פֿון די סיבות, וואָס האָבן געבראַכט די אַרבעטער-קאָאָפּעראַציע אין אַ צושטאַנד פֿון שווערן קריזיס, אַוועקגעשטעלט אין געפֿאַר די אַרבעטער-שול און געבראַכט צו אַ פֿולשטענדיקער ליקווידאַציע אייניקע אַרבעטער-אינסטיטוציעס. און זאָל מען זיך נישט אײַנרעדן, אַז די אָרעמקייט פֿון דער ייִדישער אַרבעטער-באַוועגונג אין אָרגאַניזאַטאָרישע, אינטעלעקטועלע און פֿינאַנציעלע כּוחות איז געווען דער גורם דערפֿון, וואָס דער פּרינציפּ פֿון פּאַרטיייִשקייט האָט נישט געבראַכט די געוווּנטשענע רעזולטאַטן. וואָרעם ראַטן-רוסלאַנד יוכיח. דאָרטן האָט די הערשנדיקע פּאַרטיי געהאַט אין איר האַנט דעם גאַנצן מלוכה-אַפּאַראַט מיט אַלע מיטלען, וואָס אַ מלוכה-מאַכט פֿאַרמאָגט, און צי האָט אויך דאָרטן די פּאָליטיק פֿון פּאַרטיייִזירונג די אַרבעטער-באַוועגונג נישט געבראַכט צו אַ ירידה די אָרגאַניזירטקייט און זעלבסט-טעטיקייט פֿון די ברייטע אַרבעטער-שיכטן!?