|
סצענע פֿון "די פּאַנאָראַמע וואָס מ’זעט פֿון בריק". פֿון רעכטס: רבֿקה נוימאַן, יגאל נאור און הדס מאָרענאָ |
|
אַ וויכטיקע דראַמאַטישע ירושה האָט איבערגעלאָזט דער ייִדיש־אַמעריקאַנער דראַמאַטורג אַרטור מילער (1915—2005). צווישן זײַן ווערטפֿולער שאַפֿונג געפֿינען זיך צוויי טראַגעדיעס, מעגלעך די וואָגיקסטע מוסטערן פֿון זײַנע ווערק: "דער טויט פֿון אַ האַנדל־רײַזנדער" און "די פּאַנאָראַמע וואָס מ’זעט פֿון בריק".
אפֿשר מער פֿון יעדן אַנדערן דראַמאַטורג אין 20סטן יאָרהונדערט האָט מילער געפּרוּווט זיך צו פֿאַרמעסטן מיטן זשאַנער פֿון דער קלאַסישער טראַגעדיע: אין "דער טויט פֿון אַ האַנדל־רײַזנדער", זײַן וויכטיקסטע טעאַטער־שאַפֿונג, האָט ער דערפֿונדן פֿון דאָס נײַ דעם טראַגישן העלד, נישט אָבער ווי אַ דערהויבענער פֿון פֿאָלק, אַ קעניג צי אַן אַנדער מעכטיקער פֿירער, ווי ס’פֿירט זיך אין דער קלאַסישער טראַגעדיע, ("עדיפּוס" פֿון סאָפֿאָקלעס, צום בײַשפּיל), נאָר ווי אַ קליינער נעבעכדיקער מענטש, וועלכער פֿאַרמעסט זיך אָן דערפֿאָלג מיטן קאַפּיטאַליסטישן אַמעריקאַנער חלום; די דאָזיקע פּיעסע, וואָס אויך הײַנט ווערט זי פֿאָרגעשטעלט אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן מיט גרויס דערפֿאָלג, איז אין די 80ער יאָרן פֿון פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט געשפּילט געוואָרן איבער דער גאַנצער וועלט.
נישט ווייניקער אָנגעלאָדן, סײַ פּסיכאָלאָגיש, סײַ סאָציאָלאָגיש, איז דער מאַטעריאַל פֿון אַרטור מילערס צווייטער טראַגעדיע "די פּאַנאָראַמע וואָס מ’זעט פֿון בריק"; אין ישׂראל איז זי אויפֿגעפֿירט געוואָרן צום לעצטן מאָל מיט אַ צען יאָר צוריק, דאַכט זיך; אַ גענוג פֿאַרלאָפֿענער פּעריאָד זי אויפֿצופֿירן נאָך אַ מאָל. דאָס איז דאָך אין פֿאַקט דער ריכטיקער זין פֿון אַ קלאַסיש ווערק: די מעגלעכקייט איבערצושפּרײַזן איבער צײַט און רוים אויף צו אַנטפּלעקן אוניווערסאַלע אמתן. און טאַקע אויך צוליב דער סיבה וואָס די צײַט האָט נישט קיין שליטה איבער איר, פֿאַרבלײַבט די טראַגעדיע גילטיק און ווערטיק אויף שטענדיק.
פּונקט ווי אין "דער טויט פֿון אַ האַנדלס־רײַזנדער"; אויך אין "די פּאַנאָראַמע..." איז דער העלד אַ באַשיידענער פּשוטער מענטש — עדי קאַרבאָנע, אַ פּאָרט־טרעגער; זײַנע וואַקלענישן און צווייפֿלען פֿאַרטרויט ער דעם אַדוואָקאַט אַלפּיערי, די שטים פֿון גלײַכן שׂכל, וועלכער פֿילט אויס סימבאָליש די ראָלע פֿון כאָר אין דער קלאַסישער טראַגעדיע: דער וואָס זעט פֿאָר די קאַטאַסטראָפֿע וואָס דערנענטערט זיך, נאָר ער קאָן זי נישט אויסמײַדן. עדי פֿילט אַ שטאַרקע צוגעבונדנקייט צו זײַן ווײַבס פֿאַריתומטער פּלימעניצע, קאַטי, וואָס ער האָט אויפֿגעכאָוועט און הײַנט איז זי אַ שיין אַנטוויקלט מיידל פֿון 17 יאָר. מעגלעך, אַז אָט דער געפֿיל וואָלט פֿאַרבליבן טיף פֿאַרבאָרגן אין זײַן אונטערבאַוווּסטזײַן, ווען נישט אַן אויסערלעכער צופֿאַל, וואָס האָט אויפֿגעוועקט די פֿאַרבאָרגענע געפֿילן.
די דראַמע קומט פֿאָר אין דער נאָך־מלחמהדיקער תּקופֿה, ווען פֿון די פֿאַראָרעמטע אייראָפּעיִשע שטעט קומען מאַסנווײַז אומלעגאַלע עמיגראַנטן צו די אַמעריקאַנער ברעגן צו זוכן פּרנסה. די אַמעריקאַנער אימיגראַציע־געזעצן זײַנען שווערע און אומברחמנותדיקע. אויב מ’כאַפּט אַזאַ איינעם אָן פּאַפּירן, אַרעסטירט מען אים און מ’שיקט אים צוריק פֿון וואַנען ער איז געקומען. צו עדין אין שטוב קומען אָן צוויי אַזעלכע עמיגראַנטן פֿון איטאַליע, זײַן ווײַבס קרובֿים: מאַרקאָ, אַ פֿאַרהייראַטער, וואָס אין דער אַלטער היים זײַנען פֿאַרבליבן זײַן ווײַב מיט דרײַ קליינע קינדער; און רודאָלפֿאָ, דער ייִנגערער קרובֿ, מיט בלאָנדע האָר און אַ שיינער שטים צו זינגען.
עדי עפֿנט ברייט די טיר פֿון זײַן שטוב אויפֿצונעמען די קרובֿים. ער העלפֿט זיי צו באַקומען אַרבעט אין פּאָרט, וווּ ער אַליין איז באַשעפֿטיקט, ער קאָן אָבער זיך נישט באַפֿרײַען פֿון אַ פּײַנלעכן אייפֿערזוכט־געפֿיל, ווען ער באַמערקט ווי די צוויי יונגע מענטשן, רודאָלפֿאָ און קאַטי, דערנענטערן זיך. דער אַדוואָקאַט אַלפּיערי, פֿאַר וועמען ער גיסט אויס זײַן ביטער האַרץ, עצהט אים זיך נישט אַרײַנמישן, מער פֿון דעם קען ער גאָרנישט טאָן, נאָר זיך צוקוקן מיט ברייט צעעפֿנטע אויגן גלײַך ווי דאָס פּובליקום — ווי עדי שפּרײַזט ווי אַ בלינדער, צו דער אומפֿאַרמײַדלעכער קאַטאַסטראָפֿע.
אַוודאי דאַרף מען נישט קיין תּירוץ אויפֿצופֿירן הײַנט "די פּאַנאָראַמע וואָס מ’זעט פֿון בריק": די פֿראַגע מיט די אומלעגאַלע עמיגראַנטן פֿילט דאָך אויס בײַ אונדז מיט גרויסע טיטלען די טעגלעכע פּרעסע; דאָס זעלבע געשעט מיט דער אינפֿאָרמאַציע איבער פֿאַרבאָטענע סעקסועלע פּאַסירונגען אינערהאַלב דער משפּחה. די וויכטיקסטע סיבה איז אָבער, וואָס ס’געפֿינט זיך אונטער דער האַנט דער פּאַסיקער אַקטיאָר אויסצופֿירן עדי קאַרבאָנע: יגאל נאור (נאַאָר), אַ בינע־פּערזענלעכקייט וואָס שליסט אין זיך אײַן די נאַיִווע עמפֿינדלעכקייט פֿון אַ קינד צוזאַמען מיט דער אײַנגעהאַלטענער ברוטאַליטעט פֿון אַ מאַן. דאָס פֿאַרוואַנדלט אים אין אַן עפֿעקטיוון עדי קאַרבאָנע, הינטער דער רעזשי פֿון הלל מיטלפּונקט, אויך דער איבערזעצער פֿון דער פּיעסע. צוזאַמען מיט יגאל נאור שפּילט אַ גוט־אויסגעשולטער אַנסאַמבל פֿון בית־ליעסין: רבֿקה נוימאַן — בעאַטריס, עדיס ווײַב; אַבֿי אוריה — אַלפּיערי; הדס מאָרענאָ — קאַטי; דרור דאַהאַן — רודאָלפֿאָ; דן קאַסטאָריאַנאָ — מאַרקאָ.
"די פּאַנאָראַמע וואָס מ’זעט פֿון בריק" איז אַ גוטער תּירוץ אַרויסצוגיין פֿון שטוב.