די טעג איז אַוועק אין איר אייביקער רו חיים גראַדעס אַלמנה — אינאַ גראַדע. פֿאַרשטייט זיך, אַז עס איז נישט קיין סיבה צו שטעלן זיך קלאָגן און אויך נישט אַרײַנפֿאַלן אין אַ הינערפּלעט פֿון אַנטציקונג. איציק גאָטעסמאַן האָט אין זײַן פֿאָריקן אַרטיקל אָנגעגעבן אַ סך פּרטים פֿון אינאַס כאַראַקטער, איר מאָדנע באַציִונג מיט דער ייִדישער וועלט, אירע אַמביציעס און צערודערטן צושטאַנד. און אַזוי ווי חיים גראַדע איז געווען אונדזער שכן אין דער בראָנקס, איז ער מיר געווען באַקאַנט און אַלץ וואָס איך האָב געזען און געהערט פֿון אים האָט זיך נישט גאָר געלייגט אויפֿן שׂכל, נאָר זײַן גרויסקייט האָט געשטעקט אין יעדן זאַץ זײַנעם. מיט איין וואָרט, ער איז געווען אַ קלוגער ייִד. וואָס עס איז פֿאָרגעקומען מיט זײַן צוזאַמענלעבן מיט אינאַן ווייסט נאָר חיים און גאָט אַליין. אַכיבע ער האָט זי מיטגעשלעפּט מיט זיך פֿון רוסלאַנד ווי אַ שטראָף פֿאַר זײַנע "זינד," ווײַל נאָך אַלעמען איז ער פֿאָרט געווען אַ מוסרניק.
איך לייען די בליצפּאָסט וואָס כ’האָב געשריבן מאַריסאַ בראָסטאָף אין "טאַבלעט"־זשורנאַל וועגן אינאַס פּטירה און קיינער פֿון די אָנטייל נעמער וואָס האָבן זיך אָפּגערופֿן אויף איר טויט קענען זיך נישט באַהערשן, אַלע זאָגן אויס פֿון חדר. זינט חיים גראַדע איז געשטאָרבן און אַפֿילו מיט יאָרן פֿריִער, האָט שוין עם־ועדה געוווּסט אַז עפּעס קלאַפּט נישט אין חיימס צוזאַמענלעבן מיט אינאַן. ס’איז נישט געווען קיין סוד, אויף אַזוי פֿיל אַז מען האָט זי באַשולדיקט אין שטיין אים אין וועג פֿון באַקומען די נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור, וואָס איז אין 1978 געשאָנקען געוואָרן יצחק באַשעוויס־זינגער. האָט זינגער באַקומען די פּרעמיע און חיים גראַדע אַ האַרצשלאַג.
די צרה איז געווען וואָס אינאַ גראַדע איז אים געשטאַנען אין וועג. אַנשטאָט לאָזן איבערזעצן זײַנע ווערק, האָט זי קיינעם נישט צוגעלאָזט. זי האָט קאָנקורירט מיט יעדן איבערזעצער, זי האָט געוואָלט די גלאָריע און דעם רום פֿאַר זיך, זי האָט אויך פֿאַרזאָגט אַלע זײַנע גוטע פֿרײַנד און גענומען פֿירן די גרענדע. איך געדענק אַפֿילו ווען חיים איז געשטאָרבן, און דר’ יונה גאָטעסמאַן ע"ה איז דעמאָלט געווען סײַ חיימס דאָקטער און סײַ אונדזערער, האָט נישט געוווּסט וואָס דאָ קומט פֿאָר. אינאַ האָט געקלונגען צו דר’ גאָטעסמאַנען, אַז חיים פֿילט זיך נישט גוט און אַז זי נעמט אים קיין באָסטאָן צו אַ גוטן קאַרדיאָלאָג. קיינער האָט אָבער נישט געוווּסט, אַז די גאַנצע מעשׂה האָט זיך נישט אָנגעהויבן און נישט אויסגעלאָזט, ווײַל חיים איז שוין געלעגן טויט, און זי האָט אים ערגעץ פֿאַרשלעפּט אין די הרי־חושך און באַהאַלטן אויף אַ בית־עולם אין ניו־דזשוירזי. זי האָט אַזוי אויסקאַלקולירט און אויסקאָמבינירט אַז קיינער זאָל נישט זײַן דערבײַ. האָבן מיר יאָרן־לאַנג נישט געוווּסט וווּ חיים ליגט באַגראָבן. מיר האָבן אָבער געוווּסט, אַז דאָס קען נאָר אָפּטאָן אַ צערודערטער מוח.
עס זײַנען אויך אַרומגעגאַנגען, קלאַנגען אַז אינאַ איז נישט קיין ייִדישע. מען האָט יאָ געוווּסט, אַז חיים האָט זי מיטגענומען מיט זיך נאָך דער באַפֿרײַונג, ווען זי איז נאָך געווען אַ זעכצן־ אָדער זיבעצן־יאָריק מיידל; נישט וויסנדיק צי זײַן יונגע פֿרוי אָדער די מאַמע האָבן איבערגעלעבט די מלחמה. דאָס האָט געריסן שטיקער פֿון חיימס געוויסן, און ער האָט גענוג טרערן פֿאַרגאָסן בײַם באַוויינען ביידע אין זײַנע לידער און פּאָעמעס. די געשיכטע האָט מיר דערציילט גיטל כּהן, וועלכע איז געווען אַ געזעלשאַפֿטלעכע טוערין אין דער ייִוואָ־אָפּטיילונג אין מיאַמי־ביטש.
מען רעכנט, אַז אינאַ איז אַלט געווען אַ יאָר 65 בײַ איר פּטירה. זי האָט אויף אַזוי פֿיל געפֿירט די גרענדע אַז מען האָט באמת נישט געקענט דערגיין איר אמתע עלטער. די לעצטע פּאָר יאָר איז זי טאַקע געווען אויף געהאַקטע וווּנדן. מען האָט זי געוואָלט אַרויסשטעלן פֿון איר דירה אין די "אַמאַלגאַמייטער־הײַזער," לעבן וואַן־קאָרטלאַנד־פּאַרק אין דער בראָנקס. דאָס געלט האָט זיך איר אויסגעלאָזט. ס’האָט איר נישט געקלעקט אויף דירה־געלט, און מסתּמא האָט זי אויך צוגעהונגערט. כאָטש איך האָב זיך דערוווּסט, אַז זי געהערט צו אַ שטאָטישער אָפּטיילונג פֿון עלטערע מענטשן אין דער געגנט וווּ זי עסט כאָטש איין מאָל אַ טאָג.
איך שטעל זיך פֿאָר, אַז די פֿרוי האָט געליטן פֿון פּאַראַנאָיאַ און גײַסטיקער צערודערונג, ווײַל ווען זי גיט אַוועק גראַדעס אַ נישט־געדרוקטן מאַנוסקריפּט צו אַ פֿאַרלעגער, וואָלט זי דאָך געקענט לעבן און לאַכן. זײַנען אַלע מאַנוסקריפּטן געבליבן נישט געדרוקט און נישט איבערגעזעצט ערגעץ אין זייער דירה, ווײַל אין איר גײַסטיקער צערודערונג האָט זיך איר געדאַכט אַז זי איז די ערשטע דאַמע פֿון ענגלישער איבערזעצונג. בײַ דער ערשטער ידיעה פֿון אינאַס טויט האָבן מיר אויסגעשריגן:
"לאָמיר האָפֿן, אַז זי האָט חיימס מאַנוסקריפּטן נישט פֿאַרברענט."
איר עובֿדה איז באַשטאַנען יאָרן־לאַנג צו שיקן זידלבריוו צו דער "ניו־יאָרק טײַמס" און דערמאָנען ווידער אַ מאָל און ווידער, אַז די נאָבעל־פּרעמיע האָט געהערט איר מאַן און נישט באַשעוויסן, וועמען זי האָט גערופֿן עפֿנטלעך, דער דערציילער פֿון באָבע (בבֿא)־מעשׂיות, פּאָרנאָגראַפֿישע העלדן און דער עיקר איז איר געגאַנגען אין לעבן צו באַשולדיקן באַשעוויסן אין אַראָפּשלעפּן די ייִדישע ליטעראַטור, ייִדישקייט, אַמעריקאַנער ליטעראַטור און אַלגעמיינע קולטור, צוריק צום לאַנד פֿון מואבֿ, צו דער ביבלישער געגנט וווּ לוט מיט זײַנע טעכטער האָבן געפֿירט זנות. אינאַ האָט אויסגעלאָזט איר גאַנצן צאָרן און געפּילדער קעגן באַשעוויסן און זײַנע לייענער וואָס עסן דאָס ברויט וווּ יצחק באַשעוויס־זינגער האָט באַגאָסן מיט זײַן אורין (באַזירט אויף באַשעוויסעס דערציילונג "גימפּל תּם").
פֿאַרשטייט זיך, אַז די ייִדישע וועלט האָט זיך אָפּגעווענדט פֿון איר, און זי האָט געווענדט איר האַס צו דער גאַנצער ייִדישער קולטור־וועלט. אַגבֿ, דערציילט מען, אַז אינאַ איז דווקא געווען אַ הויך־געבילדעטע דאַמע וואָס האָט גערעדט עטלעכע שפּראַכן און געשריבן פּאָעזיע. זי האָט אויך אָנגעגעבן פּרטים פֿון איר לעבן, נעמלעך, אַז איר טאַטע און מאַמע זײַנען ביידע געווען דאָקטוירים און אַז די מאַמע איז געווען אַ ייִדישע. זי האָט געהייסן מאַריאַ חפֿץ־העקער, און איר מאַמעס נאָמען איז אויסגעקריצט אויף דער מצבֿה מיט ייִדישע אותיות. פֿאַרשטייט זיך, ווען זי וואָלט דערציילט כאָטש איין שטיקעלע אמת, וואָלט מען איר אפֿשר געקענט גלייבן. זי האָט אַנטפּלעקט אַ סוד פֿאַר איר אָנגעשטעלטן שטאָטישן פּסיכיאַטער דר’ ספּעקען, אַז זי טראַכט פֿון אַוועקשיקן חיימס כּתבֿ־ידן און מאַנוסקריפּטן אין אוניווערסיטעט פֿון קראָקע, אין פּוילן. מ’דאַרף נישט זײַן קיין פּסיכיאַטער צו זען ווי ווײַט איר וואַנזין און משוגעת איז דערגאַנגען. צום סוף האָט זי זיך פֿאַרטרויט פֿאַרן פּסיכיאַטער, אַז באַשעוויס־זינגער האָט נישט בדעה געהאַט אונדז אַראָפּצונידערן אינעם לאַנד פֿון מואבֿ. גאָר פֿאַרקערט. דער פֿאַקט איז אַז מיר זײַנען אַלע, ס’הייסט די ייִדישע וועלט, איז געבליבן שטעקן דאָ אינעם אָפּגרונט און אַז אַלץ וואָס די ייִדישע וועלט האָט, האָט געהאַט בדעה אויסצונוצן חיימס טאַלאַנט. דער אמת איז, אַז יעדעס מאָל וואָס מ’האָט זיך געוואָנדן צו איר מיט אַרויסגעבן חיימס ווערק האָט זי געסטראַשעט מיט דרײַ אַדוואָקאַטן.
חיים אַליין איז געווען פֿון קליינעם פֿאַרנעם, ס’הייסט ווײַט פֿון זײַן הויך און אָנציִענד. אָבער ווען ער האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט פֿאַר אַ ריזיקן עולם, איז ער אויסגעוואַקסן אַ גיגאַנט. דער קאָפּ זײַנער איז געווען די גרייס פֿון אַ גרויסן אַרבוז וואָס איז געזעסן אויף זײַנע פּלייצעס, ווײַל קיין נאַקן האָט ער כּמעט ווי נישט געהאַט. פֿאַרשטייט זיך, אַז אונדזער גאַנצע געגנט איז געווען באַזעצט כּמעט פֿון לויטער ייִדן. און מענטשן האָבן זיך געקענט.
דר’ נאַדלער, פּראָפֿ’ פֿון רעליגיע אין "דרו־אוניווערסיטעט" און קען אַ געזונטן ייִדיש, האָט נאָך אינאַס טויט אויסגעדריקט זײַן מיינונג בזה־הלשון:
"מײַן ערשטער אימפּולס איז מיך באַפֿאַלן מיטן געדאַנק אַז אינאַ גראַדע קען, חלילה, פֿאַרברענען חיימס אַלע מאַנוסקריפּטן און כּתבֿ־ידן."
אָט האָט איר עס:
ווען יצחק באַשעוויס־זינגער לעבט הײַנט, וואָלט ער געהאַט גענוג פּאַפּע אָנצושרײַבן דעם ענדגילטיקן ראָמאַן, מיט אַלע פּיטשעווקעס, פֿון אַ צוזאַמענלעבן פֿון אַ באַרימטן שרײַבער מיט אַ פּאָלנע שדיכע, וואָס האָט אים אַראָפּגעפֿירט פֿון וועג.