ווי מע רעדט שוין אַ גאַנצע וואָך, זײַנען פֿון ציפּערן אָפּגעשוווּמען 9 שיפֿן מיט 750 פּאַסאַזשירן און הומאַניטאַרער הילף פֿאַר די אײַנוווינער פֿון עזה. דאָס דאָזיקע שליחות, וואָס האָט זיך אַ נאָמען געגעבן "פֿרײַהייט־פֿלאָטיליע" איז איניציִיִרט געוואָרן דורך דער איסלאַמישער אָרגאַניזאַציע IHH, ווי אויך אַנדערע אינטערנאַציאָנאַלע גרופּעס, וואָס זייער הויפּט־ציל איז דורכצורײַסן די עקאָנאָמישע בלאָקאַדע פֿון עזה. די באַטייליקטע מאַכן אַליין נישט קיין סוד, אַז זייער שליחות טראָגט בפֿירוש אַ פּאָליטישן, אַנטי־ישׂראלדיקן כאַראַקטער, איידער באמת אַ הומאַניטאַרן ציל.
ס'איז אויך פֿאַר קיינעם נישט קיין סוד, אַז דער געדאַנק צו שיקן קיין עזה די "פֿרײַהייט־פֿלאָטיליע" איז אַרויס פֿון די הויכע מיניסטערישע פֿענצטער אין טערקײַ, אין שפּיץ מיטן פּרעמיער עקדאָגאַן. נאָך נישט לאַנג צוריק אַן אַליִיִרטער מיט אַמעריקע און ישׂראל, האָט די איצטיקע איסלאַמיסטישע רעגירונג אין איסטאַמבול, דערשמעקט, אַז הײַנט לויט מער זיך צו האַלטן נענטער צום מיליטאַנטישן איסלאַם, איידער צו דעם אָפּגעשוואַכטן און ווילנלאָזיקן מערבֿ. מיט אַלע מיטלען פֿײַנט זיך לעצטנס אויס די טערקישע רעגירונג, אָפּצוטאָן אויף טערקיש קודם־כּל ישׂראל.
פֿאַרשטייט זיך, אַז דעם טערקישן "געוואַלד!" האָבן דערהערט און זיך אויף אים אָפּגערופֿן אַ סך פֿרײַנד פֿון "כאַמאַס", וואָס רעגירט שוין אין עזה דרײַ יאָר. די מערבֿ־וועלט האָט אָנערקענט "כאַמאַס" ווי אַ טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציע, און ס'רובֿ אייראָפּעיִשע לענדער און אַמעריקע שטיצן די פּאָליטישע און עקאָנאָמישע סאַנקציעס, אָנגענומען קעגן דער איצטיקער רעגירונג אין עזה. ישׂראל, פֿון איר זײַט, האָט בלאָקירט דעם סעקטאָר, הגם שטעלט כּסדר צו עלעקטריע, וואַסער און קאָמוניקאַציע־פֿאַרבינדונג. דורך די קאָנטראָל־פּונקטן ווערן דורכגעלאָזט די לעבנס־וויכטיקע סחורות און פּראָדוקטן. די טראַנספּאָרטן זײַנען נישט אָפּגעשטעלט געוואָרן אַפֿילו דעמאָלט, ווען די "כאַמאַסניקעס" האָבן באַשאָסן די ישׂראל־ייִשובֿים.
ס'איז קלאָר, אַז צוליב די פֿאַרברעכערישע מעשׂים פֿון דער טעראָריסטישער קליקע אין עזה, לײַדט די מערהייט אײַנוווינער פֿון דעם סעקטאָר. צי האָט זיך עס אָבער אָנגעהויבן אין יאָר 2007, ווען די מאַכט האָט בגוואַלד פֿאַרכאַפּט דער "כאַמאַס"? די צרות אין עזה האָבן זיך אָנגעהויבן נישט הײַנט און נישט נעכטן. דער דאָרטיקער עקאָנאָמישער מצבֿ איז אַ פֿאַרשלעפּטע קרענק. דאָס האָט געוווּסט אויך די עגיפּטישע רעגירונג, בראָש מיט סאַדאַט, ווען מ'האָט אונטערגעשריבן דעם שלום־אָפּמאַך מיט ישׂראל. דעמאָלט האָט עגיפּטן געפֿאָדערט אומצוקערן איר דעם אומבאַפֿעלקערטן סיני, אָבער נישט געוואָלט הערן וועגן דעם איבערבאַפֿעלקערטן שטח פֿון עזה. צו פֿיל פּראָבלעמען האָבן דאָרט געיאָמערט.
עגיפּטן האַלט הײַנט אָן איר אייגענע בלאָקאַדע קעגן עזה. דער קאָנטראָל־פּונקט אין רפֿיח איז פֿעסט פֿאַרשלאָסן, אָבער דעם טערקישן פּרעמיער וועט נישט אײַנפֿאַלן צו פֿאָדערן בײַ דער עגיפּטישער רעגירונג אויפֿצועפֿענען דעם רפֿיח־טויער פֿאַר זײַן "הומאַניטאַרן צוג" קיין עזה.
געשטיצט האָט די בלאָקאַדע פֿון עזה די נאָענטע שכנטע פֿון "כאַמאַסטאַן", די פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע, אין שפּיץ מיט אַבו מאַזען. דערמיט האָט "פֿאַטאַך" געוואָלט אָפּשוואַכן זייערע קעגנער, און ס'האָט זיי ווייניק געאַרט, אַז לײַדן וועלן דערפֿון זייערע לײַבלעכע ברידער און שוועסטער.
די "פֿרײַהייט־פֿלאָטיליע" דערנענטערט זיך צו איר ציל — אויפֿהייבן אַ זשום און רעש, אַז די "ציוניסטישע פּיראַטן" איזדיעקעווען זיך איבער די פּאַלעסטינער קינדער, און פֿאַרגלײַכן אַפֿילו עזה מיט דער "לענינגראַדער בלאָקאַדע". דער מערבֿ קוקט דערווײַל פֿון איר פֿאַרשימלטן ווינקל און וואַרט, ווי אַזוי די ישׂראל־רעגירונג וועט רעאַגירן. ישׂראל זיצט נישט מיט פֿאַרלייגטע הענט. קעגן די ישׂראלים און פּאַלעסטינער, וועלכע באַטייליקן זיך אין דער אונטערנעמונג, וועלן אײַנגעפֿירט ווערן קרימינעלע ענינים. די אויסלענדישע בירגער וועלן נאָך אַ פֿאַרהער אַרויסגעשיקט ווערן צו זיך אַהיים.
וואָס שייך דער הומאַניטאַרער הילף, וועט זי נאָך אַ קאָנטראָל איבערגעשיקט ווערן קיין עזה. פֿאַר די אָרגאַניזאַטאָרן איז אָבער וויכטיק דער שטינק אַליין; און ער וועט געוויס זיך האַלטן אַ היפּשע צײַט.