געזעלשאַפֿט, קהילה־לעבן
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ס׳איז באַוווּסט, אַז אין די ערשטע פֿינף יאָר פֿון דער "פֿאָרווערטס"-געשיכטע האָט אַב. קאַהאַן פֿאַרבראַכט ווייניק צײַט אין דער צײַטונג. ער איז ניט געווען צופֿרידן מיט דעם טרוקענעם נוסח פֿון זשורנאַליזם, וואָס האָט קוים-קוים-געהאַלטן דעם "פֿאָרווערטס" אויף דער אייבערפֿלאַך. קאַהאַן האָט געגלייבט, אַז אַ צײַטונג עקזיסטירט ניט צוליב איבערחזרן טאָג-אײַן טאָג-אויס די אידעען פֿון קאַרל מאַרקס. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס קאַהאַן האָט פֿאַרשטאַנען סאָציאַליזם ווי אַ וועג צו אַ בעסערן לעבן, אַ בעסערן אָרט אין דער געזעלשאַפֿט. נאָך זײַן אומקערן זיך אין "פֿאָרווערטס" האָט ער ממש שאָקירט דאָגמאַטישע סאָציאַליסטן מיט שרײַבן אַן עדיטאָריאַל, אין וועלכן ער האָט גערופֿן ייִדישע עלטערן צו געבן זייערע קינדער אַ גוטע בילדונג.

אַ סבֿרא, אַז קאַהאַן איז געווען אַן אָנהענגער פֿון "פּראָדוקטיוויזאַציע" פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. איצט הערט מען ניט דאָס וואָרט — פּראָדוקטיוויזאַציע — אָבער אין 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט האָט מען וועגן דעם זייער אַ סך גערעדט, געשריבן און געטאָן. דער ציל איז געווען אַרויסצופֿירן די ייִדן פֿון זייער "פּאַראַזיטישער" סאָציאַל-עקאָנאָמישער פֿונקציע. אויף אַ סוחר האָבן די פּראָגרעסיווע ייִדן געקוקט מיט ביטול.

זייער אידעאַל איז געווען אַן אַנדערער: אַ ייִד — אַ פּויער, אַ ייִד — אַ פּראָלעטאַריער, אַ ייִד — אַן אינטעליגענט. הקיצור, אַ ייִד וואָס אַרבעט אויס עפּעס און פֿאַרדינט פֿאַר אָט דעם "עפּעס" געלט. דער דאָזיקער אידעאַל האָט, פֿאַרשטייט זיך, ניט געהאַט גאָרנישט צו טאָן מיט פֿרומקייט. קאַהאַן און זײַן קרײַז סאָציאַליסטן האָבן זיך אַרויסגעריסן פֿון דער טראַדיציאָנעלער סבֿיבֿה, כּדי ווערן פּראָדוקטיוו און העלפֿן אַנדערע דאָס זעלבע צו טאָן.

אין אַ יאָרהונדערט אַרום בלײַבן די טעמעס פֿון בילדונג און פּראָדוקטיוויזאַציע זייער אַקטועל, בפֿרט צווישן חרדים. אין די זיבן יאָר, וואָס איך לערן אין אַן אַמעריקאַנער אוניווערסיטעט, האָב איך צווישן מײַנע סטודענטן באַגעגנט צוויי צי דרײַ יונגע פֿרויען, וואָס האָבן געהערט צו די ליובאַוויטשער. קיין מענער איז מיר ניט אויסגעקומען צו טרעפֿן. און די פֿרויען — אַלע זייער גוטע, שווער-אַרבעטנדיקע סטודענטקעס — זײַנען אויך געווען פֿון אַ ספּעציפֿישן שניט — פֿון אינטעליגענטע משפּחות, וועלכע זײַנען ניט לאַנג צוריק געוואָרן ליובאַוויטשער. קיין סטודענטן פֿון אַנדערע חסידישע אַפֿיליאַציעס האָב איך צווישן די סטודענטן ניט געזען.

ווי איך פֿאַרשטיי, האָט דער דאָזיקער מצבֿ צו טאָן אי מיט דער באַציִונג צו העכערער בילדונג, אי מיט דעם ניוואָ פֿון דער בילדונג, וואָס חרדישע קינדער באַקומען אין זייערע שולן. מיט מיידלעך איז אַ ביסל אַנדערש, ווײַל זיי גיט מען כאָטש עפּעס אַ צוגרייטונג, בעת די ייִנגלעך פֿאַרברענגען ס׳רובֿ צײַט באַשעפֿטיקט מיט ריין רעליגיעזן קנעלן.

פֿרעגט זיך טאַקע: פֿון וואָס זשע קענען זיי דערנאָך ציִען די חיונה? מיסחר. מלאָכה. בטלנות. מע דרייט זיך איינער אַרום דעם אַנדערן. אין אַ געוויסן זין, זעט עס אַלץ אויס ווי אַ מאָל, אין אַ שטעטל.

לעצטנס האָט מען אין ישׂראל פֿאַרעפֿנטלעכט סטאַטיסטישע חשבונות, וועלכע באַווײַזן, אַז אין דעם וועלטלעכן סעקטאָר אַרבעטן 72 פּראָצענט ישׂראלים. גלײַכצײַטיק זעט אויס די סטאַטיסטיק גאָר אַנדערש צווישן די אולטראַ-אָרטאָדאָקסן: בלויז 43 פּראָצענט חרדים — מענער און פֿרויען — האָבן אַן אַרבעט. בײַ די חרדישע מענער איז דער מצבֿ נאָך ערגער — עס אַרבעטן בלויז 37 פּראָצענט.

נאָך מער: אַרבעטנדיקע חרדים באַקומען דורכשניטלעך אויף אַ דריטל ווייניקער שׂכירות איידער אַנדערע ישׂראלים. פֿאַרבונדן איז עס ניט מיט אַ דיסקרימינאַטאָרישן צוגאַנג לגבי זייערע שׂכירות, נאָר מיט דעם, וואָס כּדי צו באַקומען מער געלט דאַרף מען דאָך האָבן אַ קוואַליפֿיקאַציע, אַ בילדונג. דער סוף איז, אַז אַן אולטראַ-אָרטאָדאָקסישע משפּחה, מיט אַ דרײַ מאָל גרעסערער צאָל קינדער, האָט צוויי מאָל ווייניקער געלט, איידער די איבעריקע תּושבֿים פֿון לאַנד.

גיבן די אָרעמע חרדים זיך אַן עצה דורך באַקומען כּלערליי סובסידיעס (קיצבֿה) פֿון דער מלוכה. מער פֿון 100 טויזנט יונגע ייִדן לערנען זיך אין ישיבֿות אויפֿן חשבון — לכל-הפּחות, טיילווײַז — פֿון דער מלוכה. אַ סך ישׂראלים זײַנען ניט צופֿרידן מיט דעם וואָס אַזעלכע ישיבֿה-סטודענטן דרייען זיך אַרויס פֿון דינען אין דער אַרמיי. בינו-לבינו, פּראָגנאָזירט מען, אַז אין יאָר 2014 וועט דער חלק פֿון תּלמידים פֿון אולטראַ-אָרטאָדאָקסישע משפּחות אין ישׂראל דערגרייכן 18 פּראָצענט.

צו בײַטן עפּעס איז שווער אין דער ישׂראלדיקער פּאָליטישער קולטור, וועלכע קולטיווירט קאָאַליציע-רעגירונגען. אָן אַ פּאַרטיי, וואָס שטעלט פֿאָר די אינטערעסן פֿונעם פֿרומען סעקטאָר איז, בדרך-כּלל, שווער צו שאַפֿן אַ קאָאַליציע.

אָנהייב מײַ האָט די ישׂראלדיקע מעדיאַ אַ סך מאָל דערמאָנט די רעדע פֿון דעם תּל-אָבֿיבֿער מייאָר, רון חולדאי, וועלכער האָט געהאַט טענות צו דער רעגירונג פֿאַר "האָדעווען גאַנצע קהילות פֿון עם-הארצישע סעפּאַראַטיסטן, וואָס האַלטן אין איין צעפּלאָדיען זיך". מע האַלט, אַז דער מייאָר האָט ניט סתּם אַזוי אַ זאָג געטאָן וועגן די פֿרומע. דאָס וועט, אַ פּנים, זײַן איינער פֿון די גענעראַל-ליניעס פֿון דעם לינקן פּאָליטישן לאַגער. איך בין זיכער, אַז אַב. קאַהאַן וואָלט אונטערגעהאַלטן אַזאַ צוגאַנג; ער וואָלט געווען אויף דער זײַט פֿון רון חולדאי.

Di role fun di haredishe yidn

Di role fun di haredishe yidn in der israelisher gezelshaft iz tzu hobn a sach kinder un dermit tzu fargresern di yidishe israelishe bafelkerung - on di haredim di yidishe bafelkerung in Isroel volt zich farkleinert tzulib emigratzie un a nideriker geburtkeit bai di fraie israelim. Desvegen Isroel zol vaiter untershtitzen di haredim un breingen oislendishe arbeiter tzu ton arbeit vos zei viln nisht machn.