- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
הײַיאָר, דעם 25סטן אָקטאָבער, ווערט פֿערציק יאָר זינט די רובריק אין "פֿאָרווערטס" "די פּערל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע" האָט זיך אָנגעהויבן דרוקן. אין אָנהייב זײַנען די מחברים פֿון דער רובריק געווען פֿאַרצייכנט "אַ. פֿאָרשער", ביז וואַנען דאָס בוך מיט די ערשטע אַכצן אַרטיקלען איז דערשינען אין תּל־אָבֿיבֿ אין 1974. דעמאָלט האָט דער רעדאַקטאָר, שמעון וועבער, אַנטפּלעקט צום ערשטן מאָל ווער אַ. פֿאָרשער איז — יאָסל און חנה מלאָטעק. אין 2000 איז יאָסל מלאָטעק ע״ה געשטאָרבן און זינט דעמאָלט פֿירט די רובריק זײַן אַלמנה חנה. במשך פֿון די פֿערציק יאָר האָבן זיך געדרוקט איבער טויזנט אַרטיקלען, מיט אַן ערך דרײַ טויזנט לידער וואָס לייענערס האָבן אַרײַנגעשיקט. אַחוץ די הונדערטער לידער וואָס מיר האָבן אָפּגעדרוקט ווי מוסטערן. הײַיאָר, האָט די מלאָטעק־משפּחה באַצייכנט יאָסל מלאָטעקס צענטן יאָרצײַט סײַ מיט אויסטיילן דעם יערלעכן מלאָטעק־פּרײַז פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור, סײַ מיט אַ פֿילם וועגן אים און מיט אַ בוך פֿון איבערזעצונגען פֿון העכער 30 אַרטיקלען, געמאַכט פֿון ד״ר בערל זומאָף, רעדאַקטירט פֿון משה מלאָטעק, מיט אַ הקדמה פֿון שמואל נאָריך, פֿאַרלעגען פֿון "פֿאָרווערטס". מע האָט אויך אָנגעהויבן אַ "וועבזײַטל" פֿון דער מלאָטעק־משפּחה, mlotekfamily.com וווּ מע ווײַזט מאַטעריאַלן וועגן דער משפּחה, צוזאַמען מיט לידער, בילדער און דעם פֿילם. פֿריִער, מיט יאָרן צוריק, איז געווען געדרוקט אין דער נײַער זאַמלונג פֿון די "ייִוואָבלעטער" אַ רשימה פֿון די לידער וואָס לייענערס האָבן אַרײַנגעשיקט מיט אינדעקסן פֿון די מחברים און קאָמפּאָזיטאָרן. אין 1980 האָבן מיר געדרוקט אַן אַרטיקל וועגן "צען יאָר פּערל", אין וועלכן מיר באַשרײַבן דעם אָנהייב פֿון דער אָפּטיילונג, און מיר דרוקן איבער טיילן פֿון דעם אַרטיקל הײַנט. ...ווי אַזוי איז צו אונדז געקומען דער געדאַנק אײַנצופֿירן די אָפּטיילונג? מיר דערציילן וועגן דעם אין דער הקדמה צו דעם בוך "פּערל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע", וואָס נעמט אַרײַן אַ טייל עסייען וועגן שרײַבער און לידער, וואָס זײַנען געווען געדרוקט די ערשטע צוויי יאָר אין דער אָפּטיילונג. מיר שרײַבן דאָרט: "אין 'פֿאָרווערטס’ איז מיט בערך זעקס יאָר צוריק געווען געדרוקט אַ בריוו פֿון אַ לייענער, פּאָל בערמאַן פֿון בראָנקס נ״י, מיט אַ טשעקאַווער בקשה צום רעדאַקטאָר — צו העלפֿן אים געפֿינען דעם סוף פֿון אַ ליד, וואָס ער געדענקט פֿון דער אַלטער היים. 'עס האַנדלט זיך וועגן אַן אַלט פֿאָלקסליד’, האָט דער לייענער געשריבן, 'וואָס מע פֿלעגט זינגען אין פּוילן, וואָס עס הייבט זיך אָן מיט די ווערטער:
עס האָט מיר מײַן מאַמע
און דאָ קום איך צו מײַן בקשה: עס פֿעלט מיר דער סוף פֿון דאָזיקן שיינעם פֿאָלקסליד. איך האָב שוין פּרובירט זוכן אין פֿאַרשיידענע ביכער־געשעפֿטן, אָבער אָן דערפֿאָלג. חשובֿער רעדאַקטאָר, איך וועל אײַך זייער דאַנקבאַר זײַן פֿאַר אײַער באַמיִונג מיר צו העלפֿן געפֿינען דעם סוף פֿון דעם פֿאָלקסליד. איך וויל האָפֿן, אַז ס׳וועלן זיך אָפּרופֿן וועגן דעם די לייענערס פֿון אונדזער באַליבטן 'פֿאָרווערטס’". דאָס בריוול האָט אונדז פֿאַראינטערעסירט צוליב כּמה טעמים: ראשית, האָט עס אונדז דערציילט, אַז עס זײַנען פֿאַראַן לייענער, פֿאָלקסמענטשן, וואָס נעמען זיך די מי צו זוכן "אין פֿאַרשיידענע ביכער־געשעפֿטן" לידער וואָס זיי געדענקען נאָר עטלעכע שורות פֿון זיי; שנית, האָט זיך אין דעם בריוול גערעדט וועגן אַ ליד וואָס עס האָט געשריבן אַ באַקאַנטער שרײַבער — יעקב אַדלער — ב. קאָוונער און וואָס עס איז אַרײַן אין פֿאָלק ווי אַן אַנאָנים פֿאָלקסליד.
די באָבע דערציילט עס האָט מיר מײַן מאַמע דערציילט, אַז אַ מאָל, געשטאַנען אַ שטיבל אין טיף אין אַ טאָל. אַ גאָרטן בײַם שטיבל געווען איז צעבליט, געוווינט האָט אין שטיבל אַן ערלעכער ייִד.
בײַם ייִד איז אַן איינציקע טאָכטער געווען,
נישט ווײַט פֿון דעם שטיבל, גאָר אונטן אין טאָל,
געקוקט אין דאָס וואַסער נאָך עפּעס געבענקט.
די זון האָט דעם טײַכל אַ שמייכל געשיקט,
אויף מאָרגן געווען איז דער הימל פֿאַרצוקט,
מיר האָבן געטראַכט: וויפֿל נאָך אַזעלכע לידער פֿון באַקאַנטע דיכטער זײַנען פֿאָלקלאָריזירט געוואָרן און עס ווייסן ניט זייער שורש, ניט נאָר פּשוטע לייענער, נאָר אויך זאַמלער און צונויפֿשטעלער פֿון ביכער מיט פֿאָלקסלידער? טראַכטנדיק וועגן דעם, האָבן מיר שוין אויך דערמאָנט אַן אַנדער צרה: אַ צאָל זינגער און אַקטיאָרן זינגען אין זייער קאָנצערט־רעפּערטואַר לידער פֿון באַרימטע ייִדישע דיכטער און קאָמפּאָזיטאָרן. אָבער אַנשטאָט זיך צו נעמען די טירחה אויסצוגעפֿינען וועמענס די לידער זײַנען, גיבן זיי פּשוט אָן, אַז דאָס זײַנען פֿאָלקסלידער. דאָס געשעט אָפֿט ניט נאָר מיט לידער פֿון עלטערע און האַלב־פֿאַרגעסענע מחברים און קאָמפּאָזיטאָרן, נאָר אַפֿילו מיט לידער פֿון דיכטערס און מוזיקערס, וואָס לעבן און שאַפֿן איצט. עס זײַנען געווען צײַטן ווען אַזעלכע דערשײַנונגען זײַנען געווען אַ פּועל־יוצא פֿון אַ קערנדיק ייִדיש לעבן, ווען אַ נײַ ליד פֿון אַ דיכטער איז איבער נאַכט פּאָפּולער געוואָרן, און דאָס פֿאָלק פֿלעגט עס פֿאַראייגענען און צוגעבן נײַע וואַריאַנטן, ניט־וויסנדיק ווער דער מחבר אָדער קאָמפּאָזיטאָר פֿון ליד איז. עס איז דאָך באַקאַנט, אַז זעקס יאָר נאָך דעם ווי שלום־עליכם האָט אָפּגעדרוקט זײַן וויגליד "שלאָף מײַן קינד" אין זײַן "קול־מבֿשׂר" צו דער ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק 1892 האָבן פֿינף אינפֿאָרמאַנטן פֿון פֿאַרשיידענע געגנטן פֿון רוסלאַנד דאָס פֿאָלקלאָריזירטע ליד צוגעשיקט צו ש. גינזבורג און פּ. מאַרעק און זיי האָבן עס אָפּגעדרוקט ווי איינע פֿון די העכער 300 פֿאָלקסלידער, וואָס זיי האָבן אַרײַנגענומען אין דער ערשטער גרויסער זאַמלונג פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער, פּעטערבורג, 1901, ווי אַן אַנאָנים פֿאָלקסליד. דאָס זעלביקע איז געשען מיט לידער פֿון אַבֿרהם רייזען און פֿון די פּראָלעטאַרישע דיכטערס אין אַמעריקע, און נאָך פֿריִער — מיט די לידער פֿון די משׂכּילישע דיכטערס און פֿאָלקס־טרובאַדורן... ווען מיר האָבן פֿאָרגעלייגט דעם רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס", שמעון וועבער, אײַנצופֿירן אין דער צײַטונג די אָפּטיילונג "פּערל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע", איז איינע פֿון די צילן, וואָס מיר האָבן זיך געשטעלט טאַקע געווען אויסצוגלײַכן אַ טייל פֿון די ניט־פּינקטלעכקייטן, און, דער עיקר, אַנצוּווײַזן, אַז מען זאָל אויף להבא זײַן מער אָפּגעהיטן אין דעם פּרט. חוץ דעם, האָבן מיר זיך אויך געשטעלט אַנדערע צילן: אויפֿצולעבן באַרימטע שאַפֿונגען פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע, וואָס לייענערס האָבן פֿאַרגעסן אָדער אפֿשר פֿריִער ניט געלייענט; אָנצורעגן די לייענערס, זיי זאָלן נאָך אַ מאָל וועלן אויפֿמישן די ביכער פֿון ייִדישע שרײַבערס, וואָס זיי האָבן שוין לאַנג ניט געלייענט... כּדי צו פֿאַראינטערעסירן מער לייענער, האָבן מיר אַרײַנגעפֿירט דעם עלעמענט פֿון שפּיל: מיר האָבן געדרוקט לידער אָדער טיילן פֿון לידער, אָן די נעמען פֿון די מחברים און געבעטן די לייענער צוצושטעלן די נעמען פֿון די מחברים. * * * אַזוי איז געבוירן געוואָרן די רובריק. שפּעטער האָבן לייענערס גופֿא געשיקט טיילן פֿון לידער און געבעטן דערגאַנצונגען אַחוץ נעמען פֿון מחברים. טייל מאָל האָבן מיר זיך געוואָנדן צו די לייענערס פֿאַר אינפֿאָרמאַציעס וועגן די שאַפֿערס. דער אָפּרוף פֿון די לייענער איז געווען אַ שטאַרקער. זיי פֿלעגן רעאַגירן אויף יעדער פֿראַגע און השערה. נישט אַלע לידער אָדער בריוו האָבן מיד באַוויזן צו דרוקן. עקספּערטן און פּראָפֿעסאָרן האָבן אויך צוגעגעבן און דערגאַנצט די ידיעות וועגן די לידער און מחברים און קאָמפּאָזיטאָרן. די לייענערס האָבן צוגעגעבן זכרונות פֿון די סיטואַציעס וווּ די לידער זײַנען געזונגען געוואָרן אָדער זײַנען אויפֿגעקומען. זיי האָבן אויך אַרײַנגעשיקט קאַסעטן מיט לידער. איין שטענדיקער לייענער סאָניאַ וויקטאָרס בריוו האָבן זיך אויך אָפּגעפֿונען אין דעם ביכער־צענטער אין אַמהערסט, וווּ זיי ווערן געפֿאָרשט פֿון סטודענטן אונטער הענקוס נעצקיס אויפֿזיכט. וואָס שייך די ווערטערשפּילן, זײַנען געווען צײַטן ווען מיר פֿלעגן באַקומען 200 ענטפֿערס אַ וואָך. אַ סך בריוו האָבן מיר אויפֿגעהיט אין ייִוואָ־אַרכיוו, וווּ דאָס פֿאַרנעמט אַ היפּש אָרט. די רובריק האָט באַוויזן וואָס פֿאַר אַ גרויסע השפּעה די ייִדישע פּאָעזיע האָט געהאַט אויפֿן ייִדישן פֿאָלק אין אַ געוויסער צײַט, ווי שטאַרק דאָס פֿאָלק האָט געשאַצט און איז געווען באַווירקט פֿון די "פּערל" פֿון זײַנע פּאָעטן און דיכטער. אויב לייענערס ווילן צוגעבן דערמאָנונגען וועגן די "פּערל" איז אַדרבא, לאָמיר הערן! |