|
בועז ביסמוט (רעכטס) מיטן ראָש־הקהל אין תּימן |
|
פֿאַראַן אין ישׂראל אַ מוטיקער און געוואַגטער זשורנאַליסט, זײַן נאָמען איז — בועז ביסמוט — און זײַן געוואַגטקייט באַשטייט אין דעם וואָס ער שרעקט זיך נישט צו באַזוכן די אַראַבישע לענדער און קומען אין באַריר מיט ייִדן.
ווי אַזוי טוט ער עס? ער האָט מסתּמא צוויי פּאַספּאָרטן: איינעם אַ ישׂראלדיקן וואָס ער האָט מסתּמא אויף אַ זיכער אָרט מען זאָל אים נישט זען, און דעם צווייטן — פֿון אַן אייראָפּעיִשער מדינה. מיט דעם לעצטן האָט ער שוין באַזוכט אַ גאַנצע ריי אַראַבישע לענדער און געשריבן וועגן די ייִדן. איצט איז געקומען די ריי אויף תּימן, וווּ עס זענען נאָך געבליבן 130 פֿון אַחינו־בני־ישׂראל, וועלכע האָבן בשעתּו נישט געוואָלט עולה זײַן, און איצט — ווען דער מצבֿ איז דאָרט געוואָרן אומדערטרעגלעך ווײַל מען הרגעט ייִדן — בעטן זיי מען זאָל זיי העלפֿן.
בועז ביסמוט האָט באַזוכט תּימן נישט געקוקט וואָס די דאָזיקע מדינה איז געוואָרן אַ צענטער פֿון טעראָר־טעטיקייט. דאָרטן זענען אַקטיוו די מחבלים פֿון "אַל־קײַדאַ" און פֿון אַנדערע רוצחישע באַנדעס. 80 קילאָמעטער אויף צפֿון פֿון דאַנאַ האָבן זיך אײַנקוואַרטירט די לעצטע ייִדן, וועלכע ווייסן, אַז זיי זענען נישט זיכער מיטן לעבן און ווילן אַנטרונען ווערן.
דאָס קומט נישט אָן לײַכט, ווײַל מען שטעלט אײַן דאָס לעבן. ווען ער האָט אינעם האָטעל געבעטן מען זאָל אים זאָגן ווי אַזוי מען פֿאָרט קיין דאַנאַ, ווײַל דאָס איז פּיקוח־נפֿש, האָט מען אים דערקלערט, אַז ער דאַרף האָבן אַ ספּעציעלע דערלויבעניש פֿון דער פּאָליציי. געווען פֿאַלן ווען מען האָט געמוזט אויסלייזן פֿאַר געלט אויסלענדער וואָס זענען פֿאַרקויפֿט געוואָרן צו מחבלים־באַנדעס, וועלכע דינגען זיך און ווילן קריגן דעם העכסטן פּרײַז, גלײַך ווי זיי וואָלטן געהאַט אַ טײַערע סחורה.
אין דער פּאָליציי האָט ער געזאָגט, אַז ער וויל באַזוכן די ייִדן אין דאַנאַ, מיט וועלכע ער האָט זיך באַקענט מיט 19 יאָר צוריק, נאָר פֿון דעמאָלט אָן ביז הײַנט האָט זיך דער מצבֿ שטאַרק געביטן. גאַנץ תּימן איז אַ "בלוטיקע עמערגענץ־זאָנע", וווּ עס קומען פֿאָר ביטערע שלאַכטן מיט די מחבלים אויף די צפֿון־געביטן. עס קומען אויך פֿאָר קאַמפֿן צווישן דער אַרמיי און דעם כוטי־שבֿט און אין דרום קעמפֿן רעבעלן וואָס ווילן זיך אָפּרײַסן פֿון צפֿון און אײַנשטעלן אַ זעלבשטענדיקע מלוכה. אומעטום דרייען זיך אַרום די "אַל־קײַדאַ"־רוצחים וואָס העצן צווישן די שטרײַטנדיקע צדדים און זאָרגן זיי זאָלן זיך צעממיתן.
"ביסט זיכער, אַז דו ווילסט פֿאָרן קיין דאַנאַ און ווײַזן דײַן אייראָפּעיִשן פּאַספּאָרט אין וועלכן עס שטייט געשריבן, אַז דו ביסט געבוירן געוואָרן אין ישׂראל?" — האָט מען אים ווידער אַ מאָל געפֿרעגט. דער ענטפֿער איז געווען אַ פּאָזיטיווער. ביסמוט האָט זיך געלאָזט אין וועג, באַגלייט פֿון אַ שאָפֿער און אַ דאָלמעטשער.
עס האָבן נישט געהאָלפֿן די אַלאַרם־אָנזאָגן פֿון די האָטעל־אורחים ער זאָל קומען אין עטלעכע יאָר אַרום, ווען דער מצבֿ וועט זיך באַרויִקן. בועז ביסמוט האָט זיך אַרײַנגעזעצט אינעם דזשיפּ וואָס האָט אים אָפּגעפֿירט קיין דאַנאַ, מיטנעמענדיק די דערלויבעניש פֿון דער פּאָליציי, ווײַל אָן איר וואָלט ער געהאַט צרות. מען דאַרף נעמען אין אַכט, אַז תּימן איז הײַנט צו טאָג געוואָרן אַן אינטערנאַציאָנאַלער טעראָר־צענטער און די רעגירונג האָט גענוג פּראָבלעמען מיט "אַל־קײַדאַ"־טעראָריסטן וואָס זענען אַנטלאָפֿן פֿון אַפֿגאַניסטאַן, איראַק, סאַודיע און דאָרט געפֿונען אַ מקום־מיקלט.
טוריסטיק־אַגענטן וועלן נישט רעקאָמענדירן זייערע קליענטן צו באַזוכן תּימן, ווײַל דאָס לאַנד האָט אויפֿגעהערט צו זײַן אַן אַטראַקציע פֿאַר מענטשן וואָס קומען פֿון אַ מערבֿ־מדינה.
פֿאַרן אָפּפֿאָרן האָט מען אים געוואָרנט פֿון דאָס נײַ, אַז "ער לאָזט זיך אין אַ זינלאָזער און סכּנותדיקער אַוואַנטורע. אויב מען וועט אים קידנעפּן דאַרף ער בעטן גאָט, אַז דאָס זאָלן נישט זײַן מענטשן פֿון "אַל־קײַדאַ" אָדער "אַל־כוטי", ווײַל זיי נייטיקן זיך נישט אין געלט און ער וועט זיך נישט אַרויסרײַסן פֿון זייערע נעגל.
דער וועג צו דער "ייִדישער זאָנע" איז אַ מהלך פֿון 70 קילאָמעטער, וואָס דויערט צוויי שעה פֿאָרן, נאָר די נסיעה פֿאַרלענגערט זיך צוליב די אָפֿטע קאָנטראָל־באַריערן וואָס געפֿינען זיך אין די צענדליקער לענג־אויס דעם וועג צום ייִשובֿ פֿון די תּימנער ייִדן. ביסמוט האָט געוואָלט זיי באַזוכן, ווײַל דאָס זײַנען די לעצטע ייִדן, וואָס זייערע אור־עלטערן זענען אַהין אָנגעקומען נאָכן חורבן פֿון דעם ערשטן בית־המיקדש. אַזוי זאָגט די לעגענדע. די דאָזיקע ייִדן האָבן געוווּסט, אַז תּימן איז — גלות און מען וועט זיך אַמאָל דאַרפֿן אומקערן "אַהיים", דאָס הייסט, קיין ארץ־ישׂראל. די ערשטע מאַסן־עליה איז צושטאַנד געקומען אין 1881.
נאָכן אויפֿקום פֿון דער מדינה אין 1948, זײַנען דאָרט אויסגעבראָכן פּאָגראָמען און די ישׂראל־רעגירונג האָט פֿון דאָרטן געבראַכט 50,000 עולים, וועלכע זענען צוגעקומען צו די 35,000 וואָס האָבן שוין דאָרטן געלעבט. די דריטע עליה איז צושטאַנד געקומען צווישן די יאָרן 1952—1954, מיט נאָך עטלעכע טויזנט ייִדן.
בעתן ערשטן באַזוך זײַנעם האָט בועז געהערט זאָגן, אַז "זיי וועלן טאַקע עולה זײַן, נאָר זיך נישט גערירט פֿון אָרט, ווי עס שײַנט צוליב דער אַנטי־ישׂראלדיקער פּראָפּאַגאַנדע וואָס איז געוואָרן פֿאַרשפּרייט צווישן זיי, אַז "אין ישׂראל איז אוממעגלעך אָפּצוהיטן תּורה און מיצוות און, אַז זייערע קינדער וועלן ווערן 'סעקולאַריזירט’". דעמאָלט האָבן דאָרט געוווינט 1,500 ייִדן. אַ היפּשער טייל האָט עמיגרירט קיין אַמעריקע. אין 1993 האָבן דאָרט שוין געלעבט קוים 500 ייִדן. פֿיל פֿון זיי האָבן געזאָגט, אַז "זיי ווילן נישט פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד, ווײַל עס איז זיי גוט אין תּימן". בעת די פֿריִערדיקע באַזוכן איז לײַכט געווען צו דערקענען אַ ייִד. אַלע האָבן געטראָגן לאַנגע פּאות און גרויסע יאַרמלקעס. איצט באַהאַלטן זיי די פּאות אונטער די אויערן און אַנשטאָט יאַרמלקעס טראָגן זיי אַ קאַשקעט.
בועז ביסמוט האָט זיך נאָכגעפֿרעגט צי דער רבֿ וווינט נאָך אַלץ אינעם זעלבן בנין. אַלע גויים ווייסן וווּ דער רבֿ יחיא־יעוש נהרי וווינט. בועז גרייט זיך צו זען די שטוב. בײַ דער טיר זיצט אַ זקנה אָנגעטאָן אין שוואַרצן.
"געפֿינט דער רבֿ נהרי זיך אין שטוב?" — פֿרעגט ער.
"צו וואָס דאַרפֿט איר האָבן דעם רבֿ?" — ענטפֿערט זי מיט אַ צווייטער פֿראַגע.
"ווײַל איך בין אויך אַ ייִד", ענטפֿערט בועז. זי עפֿנט די טיר און רופֿט דעם רבֿ, אַן עלטערן ייִד, וועמענס זון איז דערמאָרדעט געוואָרן דורך אַן אַראַבער, אַ גיפֿטיקן שׂונא־ישׂראל. דאָס איז געשען אין דעצעמבער 2008, און דער פֿאָרפֿאַל האָט געמאַכט אַ רושם אין דער וועלט.
דער זקן דערלאַנגט אים די האַנט און זאָגט: "איך בין דער רבֿ". ער לאַדט אים אײַן זיך אַוועקצוזעצן.
"זינט מען האָט דערמאָרדעט מײַן זון — משה, פֿון באַרוף אַ לערער, בין איך געוואָרן קראַנק, שיבֿרי־כּלי. כ׳האָב נישט קיין מנוחה. פֿאַר ייִדן איז דאָס לעבן אין תּימן געוואָרן אוממגעלעך", זאָגט ער, "דער מערדער אַבדעל אַזיז איז געווען אַ פּילאָט פֿון דער תּימנישער קריגס־אַוויאַציע. ער האָט זיך דערוווּסט, אַז דער יונגער־מאַן איז אַ ייִד, האָט ער אים פֿאָרגעלייגט זיך צו שמדן, נאָר אַזוי ווי ער האָט זיך אַנטקעגנגעשטעלט, האָט ער אים אַרײַנגעשאָסן פֿינף קוילן. דאָס געריכט האָט אים פֿאַראורטיילט אויף אייביקער תּפֿיסה.
"דאָס איז געווען דער טרויעריקסטער טאָג אין מײַן לעבן", זאָגט דער רבֿ. "ער האָט אים דערמאָרדעט ווײַל ער איז געווען אַ ייִד און געפֿאָדערט, אַז אַלע ייִדן זאָלן אָננעמען דעם איסלאַמישן גלויבן".
בועז ביסמוט דערמאָנט אים, אַז מיט קרובֿ 20 יאָר צוריק האָט ער אים באַזוכט. דעמאָלט איז די קהילה באַשטאַנען פֿון 400 נפֿשות. "מיר האָבן צוזאַמען געדאַוונט, געגעסן, געלאַכט און זיך געגרייט אויפֿצונעמען דאָס נײַע יאָר, דאָס הייסט, תסנ״ב (1991).
"דאָס זענען געווען אַנדערע טעג", זאָגט דער רבֿ. "הײַנט איז גאָרנישט געבליבן פֿון יענער עפּאָכע. אין סך־הכּל זענען געבליבן 130 ייִדן און אַלע ווילן עולה זײַן קיין ישׂראל".
פֿונעם רבֿס שטוב איז מען צוגעגאַנגען צו אַ שכנותדיקן לאָקאַל וואָס האָט געדינט ווי אַ סקלאַד פֿון אַלטע זאַכן. דער רבֿ האָט אים געוויזן אַ וואַליזע מיט כּלי־קודש, ספֿרים, טליתים און תּפֿילין וואָס זיי האָבן דערהאַלטן פֿון דער נטורי־קרתּא אין ניו־יאָרק. בועז ביסמוט געזעגנט זיך מיטן רבֿ און זאָגט אים צו צו קומען נאָך אַמאָל אויף אַ וויזיט. דער רבֿ דריקט אים די האַנט און זאָגט: "געדענקט! מיר ווילן אַלע אַוועקפֿאָרן פֿון דעם דאָזיקן גיהנום". בועז דערוויסט זיך, אַז די ייִדן ווערן באַשיצט דורך דער רעגירונג, נאָר די גויים זאָגן, אַז "די ייִדן זענען אַגענטן פֿון ישׂראל און העלפֿן מיט די שׂונאים פֿון תּימן. נישטאָ מער קיין ייִדן", זאָגט ער "ווי מיט יאָרן צוריק".
נײַעס־אַגענטורן שרײַבן, אַז גרויס־בריטאַניע איז גרייט אויפֿצונעמען די לעצטע ייִדן אין תּימן וואָס האָבן קרובֿים, וואָס זאָלן מיט זיי מטפּל זײַן...