קהילה־לעבן, ליטעראַטור

דער "לאַנגער" 20סטער יאָרהונדערט אין דער ייִדישער געשיכטע האָט זיך אָנגעהויבן מיט דער מאַסן־עמיגראַציע פֿון דער רוסישער אימפּעריע אין די 1880ער יאָרן און איז געקומען צום סוף מיט דער לעצטער כוואַליע פֿון דער פּאָסט־סאָוועטישער עמיגראַציע. יעדע כוואַליע פֿון רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטן האָט פֿאַרמאָגט אַן אייגנאַרטיקן קולטורעלן פּרצוף און האָט מיטגעבראַכט קיין אַמעריקע באַשטימטע השׂגות פֿון דער אַלטער היים.

די אימיגראַנטן פֿון די 1990ער יאָרן זײַנען געווען אַנדערש פֿון זייערע פֿאָרגייער, וואָס זײַנען געקומען קיין אַמעריקע אין די 1970ער יאָרן. די "קאַלטע מלחמה" איז שוין געווען פֿאַרבײַ און די רוסישע ייִדן האָבן זיך מער ניט געפֿילט ווי חשובֿע שפּילער אין דער וועלט־פּאָליטיק. נאָכן סוף פֿון דער סאָוועטישער מאַכט האָט מען געקאָנט פֿאָרן אַהין און צוריק אָן שום מניעות, אַבי געלט. אינטערנעץ און ביליקע טעלעפֿאָנישע פֿאַרבינדונג האָבן דערמעגלעכט טעגלעכע קאָנטאַקטן צווישן דער אַלטער און דער נײַער היים.

אַ היפּשע צאָל רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטן האָבן געהאַט העכערע בילדונג און ברייטע קולטורעלע אינטערעסן, אָבער זיי האָבן ניט געשאַפֿן קיין אייגענע אימיגראַנטישע קולטור אויף רוסיש. די "ליטעראַרישע געשיכטע" פֿון דער רוסיש־ייִדישער אימיגראַציע ווערט הײַנט געשריבן ניט דורך די דערוואַקסענע אימיגראַנטן, נאָר דורך זייערע קינדער, וואָס זײַנען געקומען קיין אַמעריקע אינעם עלטער פֿון צען־צוואַנציק יאָר און זײַנען אויסגעשולט געוואָרן אין די אַַמעריקאַנער קאָלעדזשעס. דער ערשטער פֿאָרשטייער פֿון דעם נײַעם ענגליש־רעדנדיקן דור פֿון אימיגראַנטישע קינדער, וועלכער האָט אַרײַנגעבראַכט די "רוסישע" טעמע אינעם אַמעריקאַנער ליטעראַרישן הויפּטשטראָם, איז געווען גערי שטיינגאַרט. נאָך אים איז געקומען אַ גאַנצע ריי שרײַבער, דאָס רובֿ פֿרויען — לאַראַ וואַפּניאַר, אַניאַ אוליניטש, אירינאַ ריין, סאַנאַ קראַסיקאָוו, עלען ליטמאַן — וועלכע האָבן זיך גענומען אויסאַרבעטן די אימיגראַנטישע טעמע.

בײַם הײַנטיקן טאָג איז ליטעראַטור געוואָרן אַ מלאכה, וואָס מען לערנט אין ספּעציעלע גראַדויִר־שולן, אַזוי ווי מען לערנט מעדיצין אָדער יוריספּרודענץ. דאָס רובֿ יונגע אַמעריקאַנער שרײַבער פֿון רוסיש־ייִדישן אָפּשטאַם קומען פֿון די אַקאַדעמישע פּראָגראַמען פֿאַר "שעפֿערישן שרײַבן" אין אַזעלכע אוניווערסיטעטן ווי סיראַקיוז, אײַאָוואַ און פּיטסבורג. זייער ליטעראַרישע פּראָדוקציע טראָגט אויף זיך אַ בולטן שטעמפּל פֿון דער פּראָפֿעסיאָנעלער בילדונג. זיי זײַנען בכּוח צו בויען אַ פֿאַרכאַפּנדיקע סיפּור־המעשׂה, באַפּוצט מיט גלאַנציקע פּרטים און באַפֿעפֿערט מיט איראָניע, צו שאַפֿן לעבעדיקע כאַראַקטערן מיט גלויבווערדיקע געפֿילן. דערצו נאָך פֿאַרמאָגן זיי אַן אייגענעם רוסישן ליטעראַרישן באַגאַזש, וואָס גיט צו מער "גײַסטיקייט" צו זייער שאַפֿונג.

די האַנדלונג פֿון די ראָמאַנען און דערציילונגען פֿונעם רוסיש־ייִדישן אימיגראַנטישן לעבן אַנטוויקלט זיך כּסדר אין אַ משפּחה־קרײַז. דער קאָנפֿליקט צווישן די עלטערן און די קינדער, די קלאַסישע טעמע פֿון דער רוסישער און ייִדישער ליטעראַטור, באַקומט דאָ אַ נײַעם אַמעריקאַנער בײַטעם. די מחברים, וואָס שרײַבן אויף ענגליש, רעדן, נאַטירלעך, פֿאַר די קינדער, וועלכע זאַפּן אײַן די אַרומיקע קולטור און ווערן אַלץ מער אָפּגעפֿרעמדט פֿון זייערע עלטערן. די עלטערן, להיפּוך, ווערן אַלץ פֿעסטער צוגעבונדן צו זייער רוסישער ירושה, וואָס דינט זיי ווי אַ מקום־מיקלט פֿון דער פֿרעמדער און פֿײַנטלעכער אַמעריקאַנער וועלט.

אָבער די יונגע העלדן, אַזוי ווי די יונגע מחברים, זײַנען ניט אין גאַנצן אָפּגעריסן פֿונעם רוסישן עבֿר. זיי קענען די רוסישע שפּראַך און פֿאַרשטייען די רוסישע קולטור מיט איר ספּעציעלן רחמנות־געפֿיל פֿאַרן "קליינעם מענטש", דעם קרבן פֿון דער גרויסער און פֿרעמדער וועלט. מען מאָלט דעם עלטערן דור מיט סימפּאַטיע און מיטלייד. דער העלד — ריכטיקער, די העלדין — פֿון דער נײַער רוסיש־ייִדיש־אַמעריקאַנער ליטעראַטור שטייט כּסדר צווישן צוויי וועלטן. צומאָל, ווי אין די דערציילונגען פֿון סאַנאַ קראַסיקאָוו, טוט מען אַפֿילו אַ פּרוּוו צו קומען צוריק קיין רוסלאַנד, אָבער אַזאַ מין אומקער לייזט ניט די פּראָבלעם. די צײַט לויפֿט, און מען מאַכט פּשרות, וואָס מען קאָן ניט אָפּשאַפֿן׃ "דער וועג צוריק איז פֿאַרשפּאַרט. דער וועג פֿאָרויס איז באַדעקט מיט באָבע־מעשׂיות", זאָגט די דערציילערין אין אירינאַ רייפֿמאַנס ראָמאַן "וואָס האָט זיך געטראָפֿן מיט אַנאַ ק.".

די סתּירה צווישן דעם רוסישן "רוחניות" און דעם אַמעריקאַנישן "גשמיות" קאָן גורם זײַן אַ טראַגעדיע, ווי עס קומט פֿאָר אין אירינאַ ריינס ראָמאַן. די העלדין, אַ שיינע און קלוגע אימיגראַנטישע טאָכטער, ווערט פֿאַרפּלאָנטערט אין ליטעראַרישע חלומות. זי באַקומט אַן עצה פֿונעם פּראָפֿעסאָר פֿון "שעפֿערישן שרײַבן"׃ "אָנצושרײַבן אַ דערציילונג, הייסט צו לערנען זיך וועגן זיך אַליין". אַנאַ ק. איז אַ גילגול פֿון טאָלסטויס אַנאַ קאַרענינאַ, וואָס לעבט אין ריגאָ־פּאַרק אין קווינס צווישן רוסישע און בוכאַרישע ייִדישע אימיגראַנטן. זי איז אויפֿגעהאָדעוועט אויף דער רוסישער קולטור, און קאָן זיך ניט באַפֿרײַען פֿון דער דאָזיקער ירושה, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס זי האָט זיך גאַנץ גוט אײַנגעסדרט אין אַמעריקע.

אין אונטערשיד צו זייערע פֿאָרגייערינס, די ייִדישע אימיגראַנטישע שרײַבערינס פֿונעם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, אַזעלכע ווי מערי ענטין און אַנזיאַ יעזערסקאַ, זײַנען די איצטיקע רוסיש־ייִדיש־אַמעריקאַנישע מחברינס סקעפּטיש וועגן דעם אַמעריקאַנער חלום. דאָס פּינטעלע רוסישקייט, וואָס די יונגע ייִדישע העלדינס טראָגן אין זייער נשמה, לאָזט זיי ניט ווערן אין גאַנצן אַמעריקאַניש. אַמעריקע איז מער ניט קיין "שמעלצטאָפּ", נאָר אַ לאַנד, וווּ יעדער איינער פֿאַרמאָגט אַן אייגעגעם עבֿר און אַן אייגענעם חלום.