אַ גרויסער טייל פֿון די פֿריִערדיקע צוויי פּרשיות איז געווידמעט די חשבונות פֿון ייִדישע שבֿטים, ווי אויך די קרבנות, וואָס די נשׂיאים פֿון יעדן שבֿט האָבן געבראַכט, כּדי צו הייליקן דעם משכּן.
ווי מיר האָבן באַהאַנדלט מיט אַ וואָך צוריק, ווען די מענטשן לעבן באחדות, ווערט דאָס באַזונדערע חשיבֿות פֿון אַ געוויסער גרופּע מענטשן אָדער אַ געוויסן יחיד אָפּגעשפּיגלט אין אַלעמען. למשל, ווען אַ חבֿרה מענטשן בויען צוזאַמען אַ הויז, פֿרייט זיך יעדער פֿון זיי מיט די המצאות פֿון זײַנע חבֿרים, וואָס גיבן מער חשיבֿות צו זייער אַלגעמיינער שאַפֿונג.
אין דער הײַנטיקער סדרה גייט טאַקע ווײַטער אַ רייד וועגן אַזאַ אַלגעמיין ווערק — דעם משכּן, וואָס אַלע ייִדן האָבן אויסגעבויט צוזאַמען. ווען דער הייליקער בנין איז פֿאַרענדיקט געוואָרן, האָט דער אייבערשטער געהייסן אַהרן־הכּהן אָנצינדן דאָרטן די מנורה.
אַזוי ווי אין די פֿאָריקע פּרשיות, הייבט זיך אָן די הײַנטיקע פּרשה אויך מיט אַ חשבון — הגם פֿון אַן אַנדער סאָרט. "בהעלותך את הנרות אל מול פּני־המנורה, יאירו שבֿעת הנרות" — דער באַשעפֿער האָט אָנגעזאָגט אַהרנען, בוכשטעבלעך, "אויפֿצוהייבן די זיבן ליכט אַנטקעגן דעם פּנים פֿון דער מנורה". רש״י דערקלערט, אַז די תּורה ווײַזט אָן מיט אַזאַ לשון, אַז מ׳האָט געמוזט אָנצינדן יעדע ליכט ווי געהעריק, כּדי צו מאַכן זיכער, אַז דאָס פֿײַער הייבט אויף ווי עס דאַרף צו זײַן און ברענט פֿון זיך אַליין, נישט פֿאָדערנדיק מער קיין מענטשלעכן כּוח.
אין דער פּרשה "במדבר" ווערט דערציילט, וויפֿל מענער פֿון 20 ביז 60 יאָר עס זענען געווען אין יעדן ייִדישן שבֿט. ווײַטער, אין דער פּרשה "נשׂא", ווערן באַזונדערס איבערגעציילט מענער־לוויים פֿון 30 ביז 50 יאָר. די מפֿרשים דערקלערן, אַז די דאָזיקע חשבונות ווײַזן אָן דאָס באַזונדערע חשיבֿות פֿון יעדן ייִד.
אויפֿן ערשטן בליק, וואָלט מען געקאָנט זאָגן, אַז אַזאַ סעלעקטיווער אויסקלײַב פֿון דער פֿאָלקס־ציילונג ווײַזט אָן דווקא דאָס פֿאַרקערטע, אַז אַ געוויסער טייל פֿונעם פֿאָלק איז וויכטיקער, ווי די אַנדערע. אין דער אמתן, אָבער, זענען אַלע מעלות פֿון אַלע איבערגעציילטע גרופּעס און יחידים אָפּגעשפּיגלט אין יעדער מענטשלעכער נשמה — הגם נישט אַלעמאָל ווערן זיי אַנטפּלעקט. ווי עס ווערט דערקלערט אין די קבלה־ספֿרים, זענען די חשבונות אין די דאָזיקע פּרשיות מרמז אויף פֿאַרשיידענע אינערלעכע כּוחות פֿון אַ יחיד.
די זעלבע קשיא קאָן מען אויך פֿרעגן וועגן דער הײַנטיקער פּרשה. דער אייבערשטער האָט אויסגעקליבן די כּהנים אויסצופֿירן די עבֿודה אינעם משכּן, און געהייסן דווקא אַהרנען אָנצינדן די מנורה. איז עס טאַקע אַ סימן פֿון אַ באַזונדערער מעלה פֿון די כּהנים, אָדער פֿון אַלע ייִדן? רש״י דערקלערט, אַז ווען די נשׂיאים פֿון די שבֿטים האָבן געבראַכט זייערע קרבנות, ווי עס ווערט דערציילט אין דער פֿאָריקער סדרה, האָט אַהרן געפֿילט, אַז זיי זענען מער חשובֿ, ווײַל ער האָט נישט באַקומען די געלעגנהייט צו באַטייליקן זיך אין חנוכּת־המזבח. דעמאָלט האָט אים דער באַשעפֿער אָפּגעגעבן אַ גרעסערן כּבֿוד און געהייסן אָנצינדן די מנורה.
רש״יס פּירוש לאָזט זיך אָפּגעטײַטשט ווערן אויף צוויי היפּוכדיקע אופֿנים. מע קאָן זאָגן, אַז די הײַנטיקע פּרשה ווײַזט אָן, אַז אַהרן איז טאַקע געווען מער חשובֿ, ווי די נשׂיאים פֿון די שבֿטים. מע קאָן עס אויך פֿאַרשטיין פֿאַרקערט: אַז די מעלות פֿון אַהרנען לגבי די נשׂיאים זענען רעלאַטיוו — ס׳ווענדט זיך, ווי מע קוקט אויף דעם.
די חסידישע רביים דערקלערן די דאָזיקע מעשׂה נאָך טיפֿער, בהסכּם מיט אונדזערע באַהאַנדלונגען פֿון די פֿאָריקע צוויי פּרשיות. דער ראָפּשיצער רבי, הרבֿ נפֿתּלי־צבֿי הורוויץ, שרײַבט אין זײַן ספֿר "זרע קודש", אַז דער עיקר־משכּן — דאָס אָרט, וווּ די הייליקע שכינה אַנטפּלעקט זיך אין דער וועלט — איז דאָס האַרץ און דער גוף פֿון אַן עובֿד־השם. אַדרבה, האָט דער באַשעפֿער געהייסן די ייִדן אויפֿשטעלן דעם גשמיותדיקן בנין, כּדי זיי צו ווײַזן, ווי אַזוי צו פֿאַרוואַנדלען זייערע גופֿים און נשמות אין אַ פּערזענלעכער "דירה" פֿאַרן באַשעפֿער. אַלע כּלים און פּרטים אינעם פֿיזישן משכּן און בית־המיקדש זענען מרמז אויף פֿאַרשיידענע מענטשלעכע אבֿרים און פּסיכאָלאָגישע כּוחות.
די גימטריא פֿונעם וואָרט "מנורה" איז די זעלבע, ווי בײַ דעם וואָרט "צורה", וואָס מיינט, מיטאַמאָל, דאָס פּנים און די פֿאָרעם, אינעם פֿילאָסאָפֿישן זין — דאָס הייסט, דעם אַספּעקט פֿון אונדזער אויפֿנאַם פֿון דער וועלט, וואָס דערמעגלעכט צו באַנעמען די חילוקים און באַציִונגען צווישן די באַזונדערע זאַכן. למשל, די צורה פֿון אַ מנורה איז אַ געוויסער מין געשטאַלט, וואָס שאַפֿט זיך אין אונדזער באַוווּסטזײַן, ווען מיר קוקן אויף אַ לײַכטער מיט זיבן ליכט, וואָס אונדזער שׂכל "פֿאַרשרײַבט" צו דעם קלאַס פֿון מנורות.
ווען רבן שמעון בן גמליאל איז דערהרגעט געוואָרן, אין שײַכות מיטן אויפֿשטאַנד קעגן די רוימישע פֿאַרפֿאָלגער, האָט רבי ישמעאל, דער כּהן־גדול, אויפֿגעהויבן רבן שמעונס אָפּגעהאַקטן קאָפּ און זיך צעוויינט, קלאָגנדיק, אַז אַ "ריינע מנורה" איז פֿאַרלאָשן געוואָרן. על־פּי־קבלה, איז די מנורה טאַקע מרמז אויפֿן מענטשלעכן פּנים; די צוויי אויגן, אויער, נאָזלעכער און דאָס מויל — דאָס הייסט, די חוש־אבֿרים — ווערן פֿאַרגליכן מיט די זיבן ליכט.
מיר דאַכט זיך, אַז מיר נעמען אויף די פֿענאָמענען פֿון דער אַרומיקער וועלט אויף אַן אויטאָמאַטישן אופֿן. עס פֿאָדערט זיך נישט קיין שׂכל צו פֿאַרשטיין, אַז אַ בוים איז אַ בוים און אַ מנורה איז אַ מנורה. פֿונדעסטוועגן, איז עס אויך קלאָר, אַז אונדזער שׂכל איז יאָ באַטייליקט אין דעם דאָזיקן פּראָצעס. אַ טויטער אָדער אַ שוטה — פֿאַר קיינעם ניט געדאַכט — קאָן נישט דערקענען די צורות פֿון די אַרומיקע אָביעקטן.
די מנורה אינעם משכּן האָט מען געמוזט קודם אָנצינדן, כּדי זי זאָל קאָנען ברענען פֿון זיך אַליין. אונדזערע חושים פֿאָדערן אויך אַ "פֿינקל" שׂכל, כּדי צו קאָנען זיך אָריענטירן אַליין אין דער וועלט.
די מנורה סימבאָליזירט אויך די זיבן טעג פֿון דער וואָך — דאָס הייסט, די קאָנצעפּציע פֿון צײַט — און די זעקס ריכטונגען פֿון דעם רוים, מיט אַ צענטער אינמיטן. ווען מיר קוקן זיך אַרום, ווערן אַלע זעקס ריכטונגען — רעכטס און לינקס, פֿאָרנט און הינטן, אויבן און אונטן — וווּנדערלעך פֿאַרבונדן אין אונדזער נשמה מיט דער השׂגה פֿונעם צײַט־מאָמענט. דאָס דערמעגלעכט אונדז נישט בלויז צו אָנערקענען די אָביעקטן, נאָר צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי זיי בינדן זיך צונויף אינעם געוועב פֿונעם אוניווערס.
דער אייבערשטער האָט אָנגעזאָגט אַהרנען אָנצוצינדן די ליכט "מול פּני המנורה" — אָנגענייגט צו דעם צענטער פֿון דער מנורה. הגם די וועלט זעט פֿאַר אונדז אויס, געוויינטלעך, ווי אַ קאָמפּליצירט געוועב פֿון באַזונדערע זאַכן, דאַרפֿן מיר שטרעבן צו אַנטפּלעקן אין זיך דאָס ג־טלעכע ליכט, אָנצינדנדיק די אינערלעכע נשמה־מנורה. דעמאָלט וועלן מיר קאָנען זען, אַז נישט נאָר די מענטשלעכע נשמות זענען בעצם פֿאַראייניקט, ווי מיר האָבן באַהאַנדלט אין די פֿאָריקע פּרשיות, נאָר אַלע זאַכן אין דער וועלט זענען אַ טייל פֿון דער וווּנדערלעכער ג־טלעכער אייניקייט.