פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

עס קומען אָן די יום־טובֿדיקע טעג פֿון סוכּות און שׂימחת־תּורה, וואָס ייִדן איבער דער וועלט פֿרייען זיך מיט זיי. די ייִדישע פּאָעטן האָבן אויך געווידמעט לידער צו די דאָזיקע יום־טובֿים און מיר ברענגען הײַנט עטלעכע מוסטערן פֿון זייערע לידער. די באַליבטסטע זינגלידער וואָס מע האָט געזונגען אין די שולן זײַנען געווען "אַ סוכּה אַ קליינע" פֿון אַבֿרהם רייזען און "קינדער, מיר האָבן שׂימחת־תּורה" פֿון מאַרק וואַרשאַווסקי. דאָס געזאַנג האָט אַלע מאָל צוגעטראָגן גענוס און הנאה צום יום־טובֿ.





אַ סוכּות־מעשׂהלע (פֿראַגמענט)

פֿון ש. פֿרוג


יום־כּיפּור, דאַנקען גאָט, אַוועק,

דערלעבט, געטרײַע ברידער,

אויס וויינען, זיפֿצן גאַנצע טעג —

מען זיצט אין סוכּה ווידער.

מען זיצט באַדעקט מיט גרינעם סכך

אין רו און אין פֿריידן,

דער לולבֿ שײַנט, דער אתרוג שמעקט —

אַ ריח פֿון גן־עדן...

מען לעבט, מען פֿרייט זיך, מען קוועלט אָן

ווי קינדער אין די וויגן,

אײַ, אײַ, ווי גוט איז מיצוות טאָן —

בפֿרט מיט פֿאַרגעניגן.


אין סוכּה

פֿון אַהרן צייטלין

כ׳בין דעמאָלט נאָך געווען אַ ייִנגל,

אַ ליטוואַקל אַ וואַרשעווער, און כ׳קען עס נישט פֿאַרגעסן,

אין אַ סוכּהלע, וואָס האָט זיך אָנגעלענט

אָן דער דרויסן־וואַנט פֿון ליפּע דעם מלמדס דירה,

בין איך פֿאַרגאַפֿט געזעסן —

אַ ייִד, אַ חסיד, קעגן איבער —

דער סוד פֿון דער יצירה

האָט סיני׳דיק און שכינהדיק געפֿלאַטערט.

אויף זײַן באָרד און פּאות

און אויף די אויגן — צוויי קמיעות,

געווען איז ער אין גאַנצן

אַ באַפּאַנצערטער מיט קדושהדיקן גלאַנץ.

און ווען כ׳בין פֿאַראָבֿלט אין ניו־יאָרק געזעסן

אין יענע פֿינצטערסטע פֿון פֿינצטערע מעת־לעתן,

בעת מען האָט אויף יענער זײַט

געשלײַדערט ייִדן אין די אויוונס,

פֿלעגט אַהער שווימען צו מיר נישט איין מאָל דאָס געשטאַלט

פֿון יענעם ייִד וואָס איז ווי ס׳גאַנצע פֿאָלק זײַנס

געווען נישט יונג, נישט אַלט,

נאָר אייביק.


זעסט די סוכּה (פֿראַגמענט)

פֿון י. י. סיגאַל

זעסט די סוכּה, הויט און ביינער,

דאָ אַ ברעטל, דאָרט אַ ברעט,

נאָר דער גרינער סכך דער שיינער

צערטלט איר דעם קאָפּ און גלעט:

סוכּה, גוטע סוכּה וווילע,

כ׳פֿיר דיך שוין מיט זיך אַרום

אויף די שטעקלדיקע זײַלן

אויסגעהאַרבעט, שוואַך און קרום,

איבער וועלטן, איבער ערדן,

איבער ים און טריקעניש,

איבער שׂינאה, איבער שווערדן:

און דײַן אַלטער קרומער טיש

שטייט אויף זײַנע פֿיס — אַ גיבור,

און די בענטשליכט שײַנען העל,

יאָר נאָך יאָר גייט פֿעסט אַריבער

דײַן געבענטשטע שמאָלע שוועל.

און די ליכט אין לײַכטער ברענען,

און די מאַמעס בענטשן זיי,

ליכט און מאַמעס — הייליק זײַנען

זיי — אין יעדן ווינטל־וויי.

יעדן פֿלאַטער, יעדן פֿלעמל,

ציטערט אויף דאָס האַרץ אין שרעק,

נאָר די צײַטן — הײַנט ווי דעמלט,

יאָגן זייער אַנגסט אַוועק.


שׂימחת־תּורה

פֿון מאָריס ראָזענפֿעלד

כ׳געדענק נאָך ווי הײַנט מײַן פּאַפּירענע פֿאָן,

דעם מעשענעם לײַכטער, די וואַקסענע ליכט.

כ׳געדענק ווי איך האָב זיך געשטופּט אויבן אָן,

אַ גליקלעכער, מיט אַ באַגײַסטערט געזיכט.

און "שׂישׂו ושׂימחה!" עס גיסט זיך דער ווײַן

דאָס ליד פֿון דער תּורה, דאַן גייט עס אַ גאַנג;

מען טאַנצט! טאַטע־פֿאָטער, אויף לאַנג זאָל דאָס זײַן —

דער פֿריילעכער יום־טובֿ, דער זיסער געזאַנג!

דער חזן פֿאָרויס און דער עולם נאָך אים,

אַרום דעם באַלעמער און ווידער אַרום,

און איך בין אַ ייִנגל און איך בין נאָך פֿרום,

און איך פֿריי זיך און זינג מיט אַ קלינגנדיקער שטים.

מײַן ליכטל ברענט העל און מײַן פֿאָן איז גאַנץ,

איך שפּרינג אַרום אין גאָטס קאַראַהאָד.

אַ הייליקער ניגון, אַ הייליקער טאַנץ,

די טאַטעס, די קינדער צוזאַמען מיט גאָט...

צעריסן די פֿאָן, דאָס ליכטל פֿאַרברענט,

דאָס לײַכטערל אויס און איך טאַנץ ניט אין קאָן.

דאָך פּלוצלינג ווערט ליכטיק, איך האַלט אין די הענט

אַ נײַערע, שענערע, שטאַרקערע פֿאָן!...