פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

צום 20סטן יאָרצײַט

לעאָן בערטיש איז געבוירן געוואָרן אין 1898 אין מיהאַלען, מאָלדאַוויע. ער איז געווען אַ באַנק־באַאַמטער אין בוקאַרעשט און איז געשטאָרבן אין . 1980 אויב עמעצער האָט ווײַטערע ידיעות וועגן אים, בעטן מיר עס צושיקן צו אונדז. אין דעם צוגאָב־באַנד פֿון "לעקסיקאָן" פֿון בערל כּהן פֿעלן ביאָגראַפֿישע ידיעות. בערטישעס לידער געפֿינען זיך אין זאַמלבוך "אויפֿשטײַג", בוקאַרעשט 1964 .

מיר האָבן אויסגעקליבן אַ פּאָר לידער פֿאַר די הײַנטיקע "פּערל":

בײַ דעם טײַך שיפּעט שפּילן זיך און פֿרייען קינד־און־קייט:


דער שיפּעט

הינטערן קליינעם בערגעלע,

עפּעס רינט און כליפּעט —

צווישן ווענט פֿון שטיינדעלעך

קוועלט דער קאַלטער שיפּעט.

הינטערן קליינעם בערגעלע,

עפּעס טרילט און היפּעט —

מיידעלעך מיט קענדעלעך

פּלוידערן בײַם שיפּעט.

הינטערן קליינעם בערגעלע

עפּעס קלאַפּט און סקריפּעט —

ייִנגעלעך פֿון חדרל

שפּילן זיך בײַם שיפּעט.

הינטערן קליינעם בערגעלע

לויפֿט און — קוים וואָס זיפּעט —

אַ קעלבעלע פֿון טשערעדע

זיך אָנטרינקען בײַם שיפּעט.

הינטערן קליינעם בערגעלע

גאָנערט און סע טשיפּעט —

קאַטשקעלעך און גענדזעלעך

באָדן זיך אין שיפּעט.

הינטערן קליינעם בערגעלע

דומפֿטעט פֿריש און צוויטעט —

דער פֿרילינג פֿלאַטערט אין דער לופֿט

און שפּיגלט זיך אין שיפּעט.


רעשעטניקעס (ווייץ־זיפּערס)

קוים איז נאָך

די נאַכט פֿאַרגאַנגען

און די שײַנען זיך צעקניפּן,

שווערע טריט

צו מיר דערלאַנגען

פֿון געאײַלטע רעשעטניקעס

מיט די גרויסע זיפּן.

ווײַל אויף זיי

פֿול אָנגעשלאָגן

וואַרטן ריזיקע אַמבאַרעס;

און אַהין

די סוחרים יאָגן —

וועגן לויפֿן און פֿאַרהודן

נ׳שטויב ווי שוואַרצע כמאַרעס.

דאָרטן שוין

די רעשעטניקעס

ווען די פֿלינקע הענט צעפֿירן,

פֿליִען פֿונקען,

רינען ריקעס,

בערגער גאָלד — אַ ממון קורח

רעשעטניקעס רירן.

און ווען שפּעט

דאָס גאַנצע געפּילדער

רעשט זיך אָפּ ווײַל אָוונט פֿאַלט —

ווי די רוחות

שוואַרצער, ווילדער

זעען אויס די רעשעטניקעס

און די ווייצן — רענדלעך גאָלד.

וויפֿל גאָלד

פֿון אייביק בלישטשעט

צום פֿאַרדאַנק פֿון "רעשעטניקעס"

אָט אַזוי:

מ׳לעבט, מ׳מוטשעט,

איינעם אַ קערן גאָלד אַלץ מיטשעט,

איינעם טרערן, מיסט און ריקעס (טײַכן שווייס).

קוים איז נאָר

דער טאָג פֿאַרגאַנגען,

און די שאָטנס זיך צעקניפּן,

שווערע טריט

צו מיר דערלאַנגען

פֿון געפּלאָגטע רעשעטניקעס

מיט די גרויסע זיפּן.


לעאָן בערטישעס לידער זײַנען פֿאָלקסטימלעך, געשריבן אין לײַכטע פֿערזן, מיט זינגעוודיקע גראַמען.


פֿישל

בײַ אונדז אין שטעטל איז באַקאַנט

"פֿישאַלע" — רב פֿישל

ער האָט פּאַרשוינען אָנגעלייגט

אַפֿילו אויף דעם דישל.

שטענדיק טראָגט ער וועסטלעך דרײַ

און שווערע שטיוול אין ליידן,

ער פֿירט די בריוועלעך אין זיי

און שטעלט צופֿרידן יעדן.

נאָר פֿון באָבע טאָלצעס צײַט

איך — פֿאַרשטיי זײַן דראָשקע

מיט בינטעלעך אַרומגעפּאַקט

ווײַזט זי אויס אַ קוואָטשקע.

זי האָט אַ גרויסן "אויבן־אָן"

און האָט אויך אַן "אַקעגן"

ווי אַזוי מע פֿאָרט מחיהדיק

זאָלט איר נאָר ניט פֿרעגן.

מ׳אויקעט זיך, מ׳טרעסעט זיך —

אָנגעלייגט מיט ווערעד,

מ׳שפּאַנט אַ ביסל באַרג־אַרויף

און מ׳רעדט זיך דעריך.

לאַנג דער וועג, די פֿערדלעך שוואַך,

ברומט מען צו אַ ניגון...

פֿעלדער שמעקן פֿון אַרום,

ס׳איז אַ פֿאַרגעניגן.

דורכפֿאָרנדיק דאָס וואַלד

מיטן ביסל סחורה —

פֿישל אַ געשפּראָכענער,

פֿישל האָט ניט מורא!

און אַז אין שטעטל קומט ער אָן,

(מיטן רבינס כּוח)

ווערן זײַנע פֿערדלעך פֿלינק,

אַז ס׳גייט אַ רויך!