מיט 40 יאָר צוריק איז וועק פֿון דער וועלט זעליג העללער, אַ פּאָעט וואָס האָט געלעבט כּמעט זײַן גאַנץ לעבן אין שיקאַגע. ער איז געבוירן געוואָרן אין וואָלפּע, גראָדנער געגנט, פּוילן. ער האָט געלערנט אין חדר און אין אַ פּריוואַטער שול. אין 1906 איז ער געקומען קיין אַמעריקע און דאָ פֿאַרפֿולקאָמט זײַן בילדונג. זינט 1911 האָט ער געלעבט אין שיקאַגע, וווּ ער איז געווען טעטיק אין דעם ייִדיש־נאַציאָנאַלן אַרבעטער־פֿאַרבאַנד. העללער האָט אָנגעהויבן דרוקן לידער אין שיקאַגע אין 1916 און זינט דעמאָלט געדרוקט לידער און מעשׂהלעך אין פֿאַרשיידענע אַמעריקאַנער ייִדישע צײַטשריפֿטן. ער איז, גלייבן מיר, דער איינציקער שרײַבער, וואָס האָט אויסגעלייגט זײַן נאָמען מיט צוויי פֿון די זעלביקע אותיות — העללער. די לידער וואָס מיר ציטירן דאָ שטאַמען פֿון זײַן בוך "אַלטע וועגן", 1926.
ער הייבט אָן דאָס בוך מיט פּאָעמעס וועגן זײַנע דערמאָנונגען וועגן שבת אין שטעטל, מיט סצענעס פֿון די אויפֿפֿירונגען אין דער היים און די ריטואַלן און מנהיגים אין דער שיל:
שיינער חלום פֿון מײַן יוגנט,
גאָטס געשאַנק פֿון פֿרייד און גליק!
ווען איך טראַכט פֿון דיר, אָ, שבת,
אין זכּרון קומט צוריק:
צײַטן אַלטע, לאַנג פֿאַרגאַנגען,
קינדער־יאָרן — פֿול מיט פֿרייד;
אַלע וואָך באַשענקט מיט שבת,
צו באַשײַנען לעבנס נויט...
איך דערמאָן זיך אָן מײַן שטעטל:
קליינע הײַזער אומעטום,
איך נאָך גאָר אַ קליינער ייִנגל —
כ׳גיי אין חדר, איך בין פֿרום,
כ׳וואַרט אַ גאַנצע וואָך אויף פֿרײַטיק:
האַלבן טאָג — פֿון חדר פֿרײַ!
און אין שטוב מען ראַמט, מען שײַערט,
אַלעס בלאַנקט אַזוי ווי נײַ.
יאָ, איך טרוים פֿון יענע יאָרן,
און איך זע זיך אינעם הײַנט;
ווײַט פֿאַרוואָרפֿן, אַזוי אײַנזאַם,
אָן אַ שבת, אָן אַ פֿרײַנד...
און איך זע מײַן עלטער קומען,
אויפֿן האַרצן ווערט מיר שווער;
יאָ, איך ווייס, אַז יענע צײַטן
קערן זיך ניט אום שוין מער, —
יענע פֿרייד פֿון שבת־קודש,
יענע שיינע קינדער־טעג
זײַנען מיטן ווינט פֿאַרגאַנגען,
ווי דאָס לעבן גייט אַוועק...
קינדער־יאָרן, שיינע יאָרן,
קערן זיך ניט אום צוריק;
לאָמיר כאָטש פֿון ווײַטן וואַרפֿן
אײַך אַ בענקענדיקן בליק...
שיינער חלום פֿון מײַן יוגנט,
גאָטס געשאַנק פֿון פֿרייד און גליק!
ווען איך טראַכט פֿון דיר, אָ, שבת,
ווער איך ווי אַ קינד צוריק!..
דערנאָך קומען פּאָעמעס וועגן פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, שבת אין דער פֿרי און שבת־צו־נאַכטס, פֿול מיט דערמאָנונגען וועגן טאַטע־מאַמע, פֿאַרשיידענע טיפּן, צערעמאָניעס, ברכות, זמירות און אַנדערע געזאַנגען, וואָס זײַנען אַ טייל פֿון דער פֿרייד פֿון שבת.
צווישן זײַנע פֿאַרשיידענע לידער און סאָנעטן געפֿינען זיך לידער פֿון ליבע, שטימונגס־לידער, לידער פֿון ייִאוש, לידער צו פּאָעטן און באַרימטע פּערסאָנאַזשן. אין איין ליד, געווידמעט דעם דיכטער אַבֿרהם ליעסין, ברענגט ער אַלוזיעס צו די קלאַסיש־מיטאָלאָגישע געטער:
אַזוי ווי אַפּאָלאָ פֿלעגט שטיין אין אַ ראָזעווען באַגינען,
מיט אַ לירע אין האַנט און צו באַזינגען דעם מעכטיקן
צעוּס און זײַן קעניגרײַך אויפֿן באַרג אָלימפּוס,
אין דעם אַלטן גריכנלאַנד, דאָס לאַנד פֿון די געטער, —
אַזוי שטייסטו אויך, דיכטער, אינעם פֿרימאָרגן,
מיט נבֿואה אין האַרצן, מיט הייליקע פֿליכטן,
דאָ אויף דער אײַנזאַמער ערד, די מענטשן צו טרייסטן,
מיט דײַנע זיסע לידער, גאָט־געבענטשטער זינגער!..
אַמאָל זײַנען דײַנע ווערטער נאָך ווייכער פֿון עטער,
און צאַרטער פֿון ליליען און וואַרעמער פֿון שטראַלן,
זיי שלעפֿערן אין טרוים איין ווי קלאַנגען פֿון האַרפֿן.
און אַמאָל זײַנען זיי צאָרנדיק און בייז ווי דער שטורעם,
שטאַרק ווי דער דונער, ווי דער בליץ אַזוי שנײַדנד! —
עס דאַכט זיך: אַז באַלד ווערט אין תּהום אַלץ פֿאַרזונקען!..
זײַן ליד "צום פֿרילינג" גיט ער אָן ווי אַ פֿרעמדן מאָטיוו. עס פֿאַרמאָגט די פֿאַרשיידענע אַטריבוטן וואָס דיכטערס דורך די דורות האָבן צוגערעכנט צו אים:
דײַן קערפּער איז ריין ווי אַ קינדערשער בליק,
דײַן שטימע איז זיס ווי פֿון האַרפֿן דער קלאַנג,
עס וועקט נאָך אַלט־גריכנלאַנד אין האַרץ אַ פֿאַרלאַנג,
דײַן ליד ברענגט דאָך סאַפֿאָן צום לעבן אַרויס.
אָ, זאָג, ווער האָט עס פֿון דער הויך דאָ אַראָפּ,
געהילט דיך אין שטראַלן, אין סאַפֿירן־גלאַנץ?
געפֿלאָכטן פֿאַר דיר פֿון מיראַזשן אַ קראַנץ
צו באַצירן דײַן געטלעכן, הערלעכן קאָפּ?..
דו שטראַלסט דאָך ווי טויזנטער זונען אַרויס,
קלאַנגען — אַ גאַנצער אָרקעסטער־מוזיק,
וואָס טראָגט פֿון טרוימענדע וועלטן זיך בלויז...
עס בוקט די נאַטור זיך פֿאַר דײַנעם אַ בליק,
די "ליבע" דערציילט אירע סודות דיר אויס, —
אָ, פֿרילינג!! דער חלום פֿון פֿרייד און פֿון גליק!..
אַן אַנדער טעמע אין העללערס פּאָעזיע איז די אַמעריקאַנער לאַנדשאַפֿט, ווי, למשל, אין זײַן ליד "צו די ניאַגראַ־פֿאָלס" —
ווי אויפֿן ברעג, וואָס מענטשן רופֿן
"טויטן־וועג".
ווען, ווי צווישן "צײַט" און "אייביקייט"
מיר שטייען —
דײַן תּהום, — אָ, ניאַגראַ,
וועמעס טיף מען קען ניט זען...
איך הער און זע דײַן דונערדיקן פֿאַלן,
אָ, וווּנדער!..
דו, רעטזעלהאַפֿטע העכסטע קראַפֿט,
וואָס פֿאָדערט אויף די גאַנצע וועלט
ווי מיט טראָמפּייטן־שאַלן
צו לויבן די געטלעך־גרויסקייט
פֿון דײַן שטראָם וואָס שאַפֿט!..
מיט צאָרן שטורעמסטו, ווי דיר וואָלט ניט געפֿעלן
דער ערדס געשעענישן, די גרויזאַמקייטן
פֿילע!
און דו שרײַסט
אַזוי ווי אַ מחנה, שמערץ־לײַדנדיקע זעעלן,
ווי אַ מרידה, ווילד, אונטער הימלען שטילע...
שרעקיק ביסטו ווי דער טויט —
און מיר דאַכט זיך ווי איך הער
פֿון דײַן רוישנדיקן וואַסער הויך אַ שטימע
דונערט שטורעמדיק
און שרײַט: —
"אי בין דער סימבאָל פֿון דער אייביקייט"!...