- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די וואָך, דעם 22סטן יוני, האָט אַמעריקע אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך מיט קירגיזיע, אַ געוועזענע אַזיאַטישע רעפּובליק אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און איצט אַן אומאָפּהענגיקע מלוכה, וועגן אײַנאָרדענען אויפֿן שטח פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן פֿליפֿעלד "מאַנאַס" דעם "צענטער פֿון טראַנזיט־לאַסטן". מע דאַרף דאָ באַלד פֿאַרפּינקטלעכן, אַז נאָך מיט עטלעכע חדשים צוריק איז אויף דעם זעלבן אָרט געווען אַן אַמעריקאַנער מיליטערישע באַזע, אין אַ היימישער סבֿיבֿה איז, פֿונעם 17טן ביזן 25סטן יוני, פֿאָרגעקומען דער ערשטער מאָנטרעאָלער אינטערנאַציאָנאַלער ייִדישער טעאַטער־פֿעסטיוואַל אינעם "סעגאַל־צענטער פֿאַר טעאַטער־קונסט". דער פֿעסטיוואַל האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט איינע פֿון די וויכטיקסטע אונטערנעמונגען אין דער ייִדישער קולטור־וועלט במשך פֿון דעם יאָרצענדליק. נישט נאָר האָט מען גוט אָרגאַניזירט דעם צוזאַמענקום פֿון טרופּעס און אַלץ האָט גוט "געקלאַפּט", אַ נײַער ייִדישער זומער־לאַגער וואָס וועט זיך פֿירן אין גאַנצן לויט די פּרינציפּן פֿון דער סבֿיבֿה־פֿאַרהיט־באַוועגונג, האָט שוין צוגעצויגן אַ היפּש ביסל אינטערעס, אַפֿילו פֿון קאַליפֿאָרניע און ישׂראל, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס דער לאַגער וועט נישט עפֿענען זײַנע טירן ביזן יאָר 2010. דער "אידען ווילעדזש קעמפּ" (דאָס "גן־עדן־דאָרף") איז איינער פֿון פֿינעף נײַע ספּעציאַליזירטע לאַגערן, וואָס די "פֿונדאַציע פֿונעם ייִדישן זומער־לאַגער" האָט דאָס יאָר געהאָלפֿן צו גרינדן, אַ דאַנק אַ 10 מיליאָן־דאָלאַרדיקער סובסידיע פֿון דער "דזשים דזשאָסעף פֿונדאַציע". אין אַ רײַזע־אַרטיקל aאין "פֿאָרווערטס" האָב איך אַנומלט באַשריבן ווי גייענדיק אין סעוּל, דרום־קאָרעע, האָב איך געהערט ייִדישע קלעזמער־מוזיק און דערנאָך ייִדישע לידער פֿון הילכערס אויף דער גאַס. די זינגערין איז מיר נישט געווען באַקאַנט, אָבער איך האָב דערקענט דורכן אַקצענט, אַז שטאַמען שטאַמט זי פֿון אייראָפּע. איינס פֿון די געשפּילטע לידער איז געווען איציק מאַנגערס "איינזאַם" ("קיינער ווייסט נישט ווער איך בין"). האָב איך לעצטנס זיך דערמאָנט אין יענעם מאָמענט, און באַשלאָסן אויסצוגעפֿינען, ווער זשע האָט עס אין סעוּל געזונגען. פֿאַראַן אַ טעאַטערל אין ראַקלענד־קאַונטי, ניו־יאָרק שטאַט, וואָס רופֿט זיך "Penguin Theater." עס עקזיסטירט שוין איבער דרײַסיק יאָר, אַ דאַנק די צוויי ענערגישע אונטערנעמער דזשאָו בראַנקאַטאָ, אַרטיסטישער דירעקטאָר, און ענדרו האָרן, פֿאַרוואַלטער. דזשאָו בראַנקאַטאָ האָט אַ ניוך פֿאַר גוטע פּיעסעס. נישט איין מאָל האָט ער געשטעלט טעאַטראַלע אויפֿפֿירונגען אויף ייִדישע טעמעס. איך האָב זיי געזען אין מאַנהעטן און אַנדערע טעאַטערס איבער ניו־יאָרק. קורח, אַ ייִד פֿונעם שבֿט לוי, איז געבליבן אומצופֿרידן מיט דעם, ווי אַזוי משה רבינו פֿירט אָן מיטן ייִדישן פֿאָלק. צוזאַמען מיט דתן און אַבֿירם, צוויי חשובֿע פֿאָרשטייער פֿונעם שבֿט ראובֿן, האָט ער געטענהט, אַז משה רבינו טאָר זיך ניט האַלטן העכער, ווי אַנדערע ייִדן. קורח האָט אויך געהאַלטן, אַז ער האָט רעכט צו ברענגען קרבנות אינעם משכּן, ווײַל ער איז פּונקט אַזאַ מיוחסדיקער לוי, ווי זײַן קרובֿ, אַהרן הכּהן. מיט 40 יאָר צוריק איז וועק פֿון דער וועלט זעליג העללער, אַ פּאָעט וואָס האָט געלעבט כּמעט זײַן גאַנץ לעבן אין שיקאַגע. ער איז געבוירן געוואָרן אין וואָלפּע, גראָדנער געגנט, פּוילן. ער האָט געלערנט אין חדר און אין אַ פּריוואַטער שול. אין 1906 איז ער געקומען קיין אַמעריקע און דאָ פֿאַרפֿולקאָמט זײַן בילדונג. זינט 1911 האָט ער געלעבט אין שיקאַגע, וווּ ער איז געווען טעטיק אין דעם ייִדיש־נאַציאָנאַלן אַרבעטער־פֿאַרבאַנד. העללער האָט אָנגעהויבן דרוקן לידער אין שיקאַגע אין 1916 און זינט דעמאָלט געדרוקט לידער און מעשׂהלעך אין פֿאַרשיידענע אַמעריקאַנער ייִדישע צײַטשריפֿטן. ער איז, גלייבן מיר, דער איינציקער שרײַבער, וואָס האָט אויסגעלייגט זײַן נאָמען מיט צוויי פֿון די זעלביקע אותיות — העללער. די לעצטע יאָרן פֿון בעל־מחשבֿותעס לעבן — איסידאָר (ישׂראל) עליאַשעוו, 1873—1924 — זײַנען אויסגעפֿאַלן אויף דער תּקופֿה פֿון מלחמות און רעוואָלוציעס אין רוסלאַנד און אייראָפּע. דער ערשטער מאָדערנער קריטיקער פֿון ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור איז געווען אויך אַ שאַרפֿזיניקער פּובליציסט מיט אַן אויג פֿאַר חידושים ניט בלויז אין ליטעראַטור און קונסט, נאָר אויך אינעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן. זײַנע אַרטיקלען פֿון די אָנהייב 1920ער יאָרן, וואָס ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין פֿאַרשידענע צײַטשריפֿטן אין אייראָפּע און אַמעריקע, אַ סך רוסישע ייִדן פֿון סוף 19טן — אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט האָבן געלעבט מיט אַ טאָפּלדיק לעבן — אין דער ווירקלעכקייט און אויף פּאַפּיר. אין יענער צײַט האָט דער בריוון־אויסטויש געשפּילט זייער אַ וויכטיקע ראָלע אינעם לעבן פֿון ייִדישע משפּחות. די זין פֿלעגן פֿאַרלאָזן זייער היים צוליב פֿאַרשידענע סיבות, ווי׃ צו באַקומען אַ וועלטלעכע אָדער אַ רעליגיעזע בילדונג, צו זוכן פּרנסה, אָדער, כּדי צו לעבן אויף קעסט מיט שווער און שוויגער אין אַן אַנדערער שטאָט — אָדער זיי האָבן געוואָלט אַנטלויפֿן פֿון דער מיליטער־דינסט אין דער צאַרישער אַרמיי. פֿיל גוטס צו מײַן בעסטן גוטן פֿרײַנד N N אַך, וואָס פֿאַר אַ צופֿאַל עס האָט מיר געטראָפֿן דיזע טעג. עס איז מיר ביטער איך זאָל שווײַגן, און שרײַען העלפֿט מיר אויך ניט. און נאָר מיט דעם, וואָס איך וועל מיר אויסרעדן דאָס האַרץ פֿאַר דיר וואָס דו ביסט מײַן בעסטער גוטער פֿרײַנד ווען מײַן שׂימחה איז דײַן שׂימחה, און ווידער פֿאַרקערט, דײַן טרויער איז מײַן טרויער. מען האָט די וואָך בײַ מיר אַרויסגענומען פֿון טאַש די לעצטע 300 רובעל, וואָס מיר איז געבליבן פֿון מײַן נדן נאָך מײַן אָפּעסן דרײַ יאָר קעסט בײַ מײַן שווער און שוויגער. איך שרײַב די דאָזיקע שורות דעם 22סטן יוני. פֿאַר ס׳רובֿ לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" איז עס, משמעות, נאָר דער לענגסטער טאָג אין יאָר. פֿאַר מיר איז עס תּמיד דער טאָג, ווען עס האָט זיך אָנגעהויבן די סאָוועטיש-דײַטשישע מלחמה. איך געדענק עס, כאָטש דעם 22סטן יוני 1941 בין איך נאָך (ווי אַן עלטערער קרובֿ מײַנער פֿלעגט זאָגן) ניט געווען אַפֿילו פֿאַרפּראָיעקטירט. אָבער יענע מלחמה האָט איבערגעלאָזט אַזאַ טיפֿן, בלוטיקן שפּור אין מײַן משפּחה, אין דעם גאַנצן אַרום, אין וועלכן איך בין געבוירן געוואָרן, |