ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בעל־מחשבֿות — איסידאָר (ישׂראל) עליאַשעוו
בעל־מחשבֿות — איסידאָר (ישׂראל) עליאַשעוו

די לעצטע יאָרן פֿון בעל־מחשבֿותעס לעבן — איסידאָר (ישׂראל) עליאַשעוו, 1873—1924 — זײַנען אויסגעפֿאַלן אויף דער תּקופֿה פֿון מלחמות און רעוואָלוציעס אין רוסלאַנד און אייראָפּע. דער ערשטער מאָדערנער קריטיקער פֿון ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור איז געווען אויך אַ שאַרפֿזיניקער פּובליציסט מיט אַן אויג פֿאַר חידושים ניט בלויז אין ליטעראַטור און קונסט, נאָר אויך אינעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן. זײַנע אַרטיקלען פֿון די אָנהייב 1920ער יאָרן, וואָס ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין פֿאַרשידענע צײַטשריפֿטן אין אייראָפּע און אַמעריקע, געהערן צו די בעסטע מוסטערן פֿון ייִדישער זשורנאַליסטיק און טראָגן אין זיך דעם טעם און ריח פֿון יענער טומלדיקער תּקופֿה.

אַ דאָקטאָר לויט דעם פֿאַך, פֿאַרבלײַבט בעל־מחשבֿות תּמיד ניכטער און שׂכלדיק אין זײַנע אָבסערוואַציעס און אָפּשאַצונגען. דערבײַ איז זײַן שפּראַך זאַפֿטיק און פֿול מיט פֿרישע מעטאַפֿאָרן און אימאַזשן. דער הויפּט־אָביעקט פֿון זײַן אינטערעס איז דאָס מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדנטום, וואָס מאַכט דורך פֿאַרשידענע גילגולים נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה, זוכנדיק אַן אָרט אין דער נײַער אייראָפּע. ער זעט ניט קיין תּוכיקן חילוק צווישן דעם סאָוועטישן רוסלאַנד און דער דעמאָקראַטישער אייראָפּע׃ "לענין מאַכט חרובֿ די רוסישע שטעט און צעיאָגט טאַטע־מאַמע, קינדערלעך און עופֿעלעך איבער גאָר דער וועלט — און אייראָפּע טוט דאָס אייגענע מיט איר אייגן גוטס און האָב, וואָס זי האָט אָפּגעשפּאָרט צענדליקער יאָרן, ווי דער גרעסטער קאַרגער בײַ גאָגאָלן אָדער בײַ מאָליערן."

ער קוקט אויף דער חרובֿ־געמאַכטער אַלטער וועלט מיט רחמנות און מיטלײַד. זײַן הויפּט־דאגה איז די מאָראַלישע און קולטורעלע ירידה פֿונעם ייִדישן ציבור, וואָס איז צעזייט און צעשפּרייט איבער דער נײַער פּאָליטישער לאַנדשאַפֿט פֿון מיזרח־ און צענטראַל־אייראָפּע. ער איז באַזונדערס באַזאָרגט מיט דעם מצבֿ פֿון דער ייִדישער יוגנט׃ "ניטאָ די צײַט פֿון אַמאָל, ווען מיר זײַנען נאָך געווען די ייִדישע יוגנט, און ווען מיר פֿלעגן קומען לערנען אין די פֿרעמדע לענדער, אין דער שווייץ, אין דײַטשלאַנד, מיט אַ גרויסער אַכטונג צו דער מאָראַלישער קולטור פֿונעם פֿאָלק, צו וועמען מיר זײַנען געגאַנגען באַקומען שׂכל און וויסנשאַפֿט. הײַנטיקע יוגנט קומט איצט אין די לענדער, פֿאַר וועלכע זי האָט ניט קיין שום בושה."

בעל־מחשבֿות באַשרײַבט זײַן אייגענע סאָציאַלע שיכט, דעם מאָדערנעם ייִדישן מיטלשטאַנד, וואָס האָט זיך אויסגעפֿורעמט אין רוסלאַנד אין די לעצטע פּאָר צענדליק יאָר פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה. צוליב דער דיסקרימינאַטאָרישער פּאָליטיק פֿון דער צאַרישער רעגירונג פֿלעגט אַ גרויסע צאָל יונגע ייִדן אַוועקפֿאָרן שטודירן אין אייראָפּע. אַזוי אַרום האָט זיך געשאַפֿן אַן אוניקאַלער שיכט פֿון דער רוסיש־ייִדישער אינטעליגענץ, מיט אַ ברייטער אייראָפּעיִשער בילדונג און אַ דעמאָקראַטישער וועלט־אַנשויונג. די דאָזיקע אינטעליגענץ האָט געדינט ווי אַ פֿאַרמיטלער צווישן דעם ייִדישן עמך אין די שטעטלעך און דער אייראָפּעיִשער קולטור. אַ מאָל, פֿאַר דער מלחמה, פֿלעגן די ייִדישע סטודענטן קומען אַ היים פֿונעם אייראָפּעיִשן "גלות" בעת בין־הזמנים. "איצט אָבער איז דאָס טויזנט מאָל ערגער. ניט קיין מעגלעכקייט זיך כאָטש לפּנים אויסצומישן צווישן די ייִדישע גרויסע מאַסן. די גרויסע ייִדישע מאַסן זײַנען פֿאַרבליבן, ווי אַ הונט אויף דער קייט, צוגעבונדן צום הונגערלאַנד" — באַקלאָגט זיך בעל־מחשבֿות.

די טראַגעדיע פֿון דער מאָדערנער תּקופֿה באַשטייט אין דעם, וואָס דער אַמאָליקער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער כּלל צעפֿאַלט זיך אויף שטיקער פּאַזע פּאָליטיש־געאָגראַפֿישע גרענעצן און געזעלשאַפֿלעכע שפּאַלטונגען. דאָס איז שלעכט סײַ פֿאַר די מאַסן, וואָס פֿאַרלירן זייערע מדריכים אין דער מאָדערנער וועלט, און סײַ פֿאַר דער אינטעליגענץ, וואָס ווערט אָפּגעריסן פֿון די מאַסן. די ייִדישע אינטעליגענץ און דער מיטלשטאַנד לאָזן זיך זוכן גליקן אין אייראָפּע. די נײַע כוואַליע פֿון דער ייִדישער עמיגראַציע קיין אייראָפּע איז גאַנץ אַנדערש פֿון דער אַלטער אָרעמער עמיגראַציע קיין אַמעריקע. דאָס איז אַ נײַער טיפּ עמיגראַנטן, "דאָס זײַנען די, וואָס האָבן זיך אַרויסגעריסן פֿונעם געבענטשטן רוסלאַנד, איבערלאָזנדיק דאָרטן הײַזער, פֿאַבריקן און מילן, שיינע מעבל, פּערסישע טעפּיכן, בילדער און סטאַטועס. יאָרן לאַנג האָבן זיי דאָרט געפֿוילט אין פֿאַרשיידענע קאָמיסאַריאַטן, געהונגערט, געשמײַעט אַרום פֿאַבריקן, וווּ די אַרבעטער האָבן צוגעלקחנט די מאַשינען שטיקערווײַז; געמאַכט פֿאַרשיידענע שמד־שטיק, אַבי צו ברענגען אַהיים אַ זעקל מעל אָדער אַ געזאַלצענעם הערינג; געפֿאַלן אויף פֿאַרשידענע המצאהלעך, אַבי נאָר צו קריגן לעדער, אָפּצאַסן און שנירלעך אויף אַ פּאָר שיך צו מאַכן, געביטן פֿון פּראָסטע זעק געמאַכטע גאַרניטורן אויף קנאָבל און פּעטרישקע, אָדער אויף אַ רעדל סאַכאַרין."

שרײַבנדיק אין 1922 אין בערלין, האָט בעל־מחשבֿות אויסגעמאָלט רוסלאַנד ווי אַ "פֿאַר־מבולדיק לאַנד", וואָס מען קאָן ניט מעסטן מיט אַן אייראָפּעיִשער מאָס. דאָס איז אַ לאַנד, וואָס איז באַוווינט מיט מאַסטאָדאָנטן און שרצים, דאָס לאַנד פֿון ווילדע מענטשן מיט שטאַרקע לײַדנשאַפֿטן און חייִשע אינסטינקטן. ער שטעלט זײַן דיאַגנאָז צו רוסלאַנד׃ "דאָס איז דאָס אומהיסטאָרישסטע פֿאָלק פֿון דער וועלט, עס האָט ניט קיין זכּרון, ווי די אייראָפּעיִשע פֿעלקער."

די באָלשעוויסטישע מאַכט האָט זיך בעל־מחשבֿות פֿאָרגעשטעלט ווי די רעגירונג פֿון "מאַסטאָדאָנטן", וואָס "ווילן איצט אַ ביסל צעטרייסלען דעם שטומפּיקן פֿאַרשלאָפֿענעם מוח פֿון לאַנד, וואָס האָט ביז איצט געלעבט נאָר מיט דער קישקע." ער פֿאַרגלײַכט לענינען מיט פּעטער דעם גרויסן, און גלייבט, אַז סוף־כּל־סוף, וועלן די באָלשעוויקעס קומען צו אַ פּשרה מיט דער אינטעליגענץ און געפֿינען פֿאַר איר אַ ראָלע אין זייער מלוכישער סטרוקטור. דעמאָלט וועלן זיך די ייִדישע עמיגראַנטן אומקערן קיין רוסלאַנד און צושטעלן זייערע טאַלאַנטן און פֿעיִקייטן צו דער דינסט פֿונעם נײַעם רעזשים. דער סאָוועטישער רעזשים האָט ניט קיין שׂינאה צו ייִדן, און "דער ייִד פֿילט זיך דאָרטן פֿרײַ, ווי אין אַ מידבר." דאָס רובֿ ייִדן — חוץ "עכטע רעוואָלוציאָנערן" — האָבן ניט קיין אינטערעס אין דער רעוואָלוציע און פּאָליטיק. זיי זײַנען דאָרט זײַטיקע מענטשן און ווילן נאָר איין זאַך, מען זאָל זיי ניט טשעפּען.

אויב רוסלאַנד איז פֿאַר ייִדן געווען אַ "פֿאַר־מבולדיקער מידבר", איז דײַטשלאַנד געוואָרן "אַ מין נײַ־מאָדישער מידבר" פֿאַר ייִדישע אימיגראַנטן. דער סימבאָל פֿונעם נײַעם מידבר איז געוואָרן דער בערלינער "ראָמאַנישער קאַפֿע", וווּ עס פֿלעגט זיך צונויפֿקומען די דײַטשישע און ייִדישע אינטעליגענץ פֿון כּלערליי שאַטירונגען. דאָ טרעפֿן זיך עלנטע יחידים, וואָס זײַנען שוין "ניט בכּוח צו מאַכן אילוזיעס" און ווילן "אויף אַ רגע כאָטש מיטלעבן די אילוזיעס פֿון אַנדערע." דאָס זײַנען די באַשעפֿענישן מיט אַ קורצן גוף און לאַנגע הענט׃ "דאָס נאָענטע קענען זיי ניט אָננעמען, און צו דעם, וואָס איז ווײַט, זײַנען די הענט פֿאָרט צו קורץ."

בעל־מחשבֿותעס מורה־שחורהדיקע פֿאַרצייכענונגען פֿון בערלין און קאָוונע טראָגן אויף זיך דעם צייכן פֿון דער ביטערער דעפּרעסיע. זײַן וועלט איז צעשמעטערט געוואָרן אין דער מלחמה און רעוואָלוציע. די גאַנצקייט פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן איז אָפּגעהיט געוואָרן בלויז אין זײַן זכּרון, און דער נײַער דור, וואָס וואַקסט אין דער נײַער תּקופֿה, האָט וועגן דעם ניט קיין אַנונג.