איך שרײַב די דאָזיקע שורות דעם 22סטן יוני. פֿאַר ס׳רובֿ לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" איז עס, משמעות, נאָר דער לענגסטער טאָג אין יאָר. פֿאַר מיר איז עס תּמיד דער טאָג, ווען עס האָט זיך אָנגעהויבן די סאָוועטיש-דײַטשישע מלחמה. איך געדענק עס, כאָטש דעם 22סטן יוני 1941 בין איך נאָך (ווי אַן עלטערער קרובֿ מײַנער פֿלעגט זאָגן) ניט געווען אַפֿילו פֿאַרפּראָיעקטירט. אָבער יענע מלחמה האָט איבערגעלאָזט אַזאַ טיפֿן, בלוטיקן שפּור אין מײַן משפּחה, אין דעם גאַנצן אַרום, אין וועלכן איך בין געבוירן געוואָרן, שוין זיבן יאָר נאָך דעם נצחון, אַז איך קען ניט אויפֿנעמען די דאָזיקע דאַטע ווי סתּם אַ מעת-לעת מיט אַ קורצער נאַכט און אַ לאַנגן טאָג.
וויפֿל מענטשן האָט דער סאָוועטישער צד פֿאַרלוירן אין דער צווייטער וועלט-מלחמה? ביזן הײַנטיקן טאָג באַווײַזן זיך פֿאַרשיידענע ציפֿערן. די סאַמע ערשטע איז געווען אַ "באַשיידענע": 7 מיליאָן נפֿשות. מע האַלט, אַז די דאָזיקע צאָל אומגעקומענע האָט סטאַלין באַשטימט אין יאָר 1946, ווײַל ער האָט ניט געוואָלט שרעקן דעם עולם. אויף סטאַלינען איז דאָך געלעגן די שולד פֿאַר פֿאַרפֿירן די "פֿרײַנדשאַפֿט" מיט דײַטשלאַנד אַזוי ווײַט, אַז די רויטע אַרמיי איז תּחילת ניט געווען גרייט צו ווײַזן אַ געהעריקן ווידערשטאַנד. פֿון דער מלחמה איז סטאַלין סוף-כּל-סוף אַרויס ווי דער "געניאַלער חייל-פֿירער", און ער, דער גענעראַליסימוס, האָט בשום-אופֿן ניט געוואָלט ווײַזן, אַז דער נצחון איז אין דער אמתן געווען ווי בײַ דעם גריכישן מלך פּיר. צוליב דעם טאַקע, כּדי ניט צו אַנטפּלעקן דעם "פּירישן נצחון" זײַנעם, האָט ער אויך ניט דערלויבט דורכצופֿירן קיין פֿאָלקסציילונג.
אין אַנדערע לענדער האָט מען עס געטאָן אין די ערשטע יאָרן נאָך דער מלחמה. אָבער דער סאָוועטישער נוסח פֿון באַשעפֿטיקן זיך מיט סטאַטיסטיק, בפֿרט מיט דעמאָגראַפֿישער סטאַטיסטיק, איז געווען אַן אייגנאַרטיקער. ס׳איז גענוג צו זאָגן, אַז די מלוכה-אָרגאַנען האָבן ליקווידירט פֿינף פֿון די אַכט לײַט, וואָס זײַנען געשטאַנען בראָש פֿון דעם סאָוועטישן סטאַטיסטישן אַפּאַראַט אין די יאָרן 1918—1953. אָבער אין אַפּריל 1956, דרײַ יאָר נאָך סטאַלינס טויט, האָט מען אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד סוף-כּל-סוף פֿאַרעפֿנטלעכט די צאָל פֿון סאָוועטישע תּושבֿים — 200.2 מיליאָן נפֿשות, וואָס איז געווען אויף 10—20 מיליאָן ווייניקער ווי די אָפּשאַצונגען פֿון אויסלענדישע דעמאָגראַפֿן.
די פֿאָלקסציילונג האָט מען פֿון דעסטוועגן דורכגעפֿירט, אָבער אַזש אין יאָר 1959. אין קורצן נאָך דער דאָזיקער ציילונג האָט זיך באַוויזן אַ נײַע סטאַטיסטיק פֿון דעם סאָוועטישן פֿאַרלוסט אין די מלחמה-יאָרן: 20 מיליאָן נפֿשות. אַזאַ קײַלעכדיקע ציפֿער האָט אָנגערופֿן ניקיטאַ כרושטשיאָוו. זײַן ציל איז געווען אַראָפּצוּוואַרפֿן דעם "געניאַלן חייל-פֿירער" פֿון זײַן מדרגה, און אָנצוּווײַזן, אַז סטאַלין איז, אין תּוך גענומען, געווען אַ פֿאַרברעכער. דאָס איז ווידער אַ מאָל געווען אַ פּאָליטישע סטאַטיסטיק. ס׳איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז זי האָט פּשוט אָפּגעשפּיגלט דעם אונטערשייד צווישן דער צאָל מאַנצבילן און פֿרויען אין די סך-הכּלען פֿון דער 1959 ציילונג. אָבער דאָס איז מעטאָדיש ניט ריכטיק, ווײַל דער אונטערשייד צווישן די מענערישע און פֿרויערישע טיילן פֿון דער באַפֿעלקערונג איז תּמיד געווען אַ היפּשער. למשל, אין 1939 האָט ער דערגרייכט 7 מיליאָן נפֿשות. פֿרויען לעבן דאָך דורכשניטלעך לענגער, באַזונדערס אין רוסלאַנד, וווּ ביזן הײַנטיקן טאָג מאַכט שיכּרות קירצער דאָס לעבן פֿון אַ מאַנצביל.
אין די "פּערעסטרויקע"-יאָרן האָט זיך באַוויזן און אײַנגעוואָרצלט אַ נײַע ציפֿער — 27 מיליאָן. זי האָט זיך באַקומען שוין מער אַקאַדעמיש, דהײַנו: אויפֿן סמך פֿון די אָפּשאַצונגען פֿון דער באַפֿעלקערונג-צאָל ערבֿ דער מלחמה און נאָך איר סוף: 194 און 167 מיליאָן נפֿשות. די צרה איז, אָבער, אַז די דאָזיקע אָפּשאַצונגען רופֿן אַרויס אַ סך פֿראַגעס. מע טענהט, אַ שטייגער, אַז ערבֿ דער מלחמה איז די סאָוועטישע באַפֿעלקערונג געווען גרעסער. ווי מיר געדענקען, האָט דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד פֿאַרכאַפּט גרויסע טעריטאָריעס אין די יאָרן 1939 און 1940, ווען סטאַלין האָט זיך געחבֿרט מיט היטלערן. מע האַלט אויך, אַז די אָפֿיציעלע סטאַטיסטיק פֿון די אומגעקומענע 8,668,400 מיליטערלײַט שפּיגלט ניט אָפּ אַלע פֿאַרלוסטן פֿון דער רויטער אַרמיי. די אמתע ציפֿער קען זײַן לכל-הפּחות צוויי מאָל גרעסער. בכלל, די לעצטע צײַט רעדט מען שוין וועגן מער ווי 40 מיליאָן — ביז 43.3 מיליאָן — סאָוועטישע תּושבֿים, וואָס זײַנען אומגעקומען בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה.
איך ציטיר נאָר די סטאַטיסטיק, וואָס באַווײַזט זיך אין פֿאַרשיידענע פּובליקאַציעס. אָפּשאַצן די דאָזיקע ציפֿערן קען איך ניט. איך באַשעפֿטיק זיך דאָך מיט גאָר אַנדערע זאַכן. ס׳איז ניט קלאָר, צי די דעמאָגראַפֿן קענען ברענגען מער איבערצײַגעוודיקע סטאַטיסטישע באַווײַזן. אַזוי צי אַזוי אָבער, אַפֿילו "בלויז" 20 מיליאָן אומגעקומענע בעת דער מלחמה שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ שרעקלעכן פּרײַז, וואָס מע האָט באַצאָלט אין משך פֿון די פֿיר מלחמה-יאָרן. אין די ייִדישע טערמינען איז דער פּרײַז געווען גאָר אַ שרעקלעכער: עס זײַנען אומגעקומען אי די מענטשן אי כּמעט די גאַנצע קולטור-לאַנדשאַפֿט פֿון מיזרח-און-צענטראַל-אייראָפּעיִשן לעבן.