‫פֿון רעדאַקציע

די וואָך, דעם 22סטן יוני, האָט אַמעריקע אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך מיט קירגיזיע, אַ געוועזענע אַזיאַטישע רעפּובליק אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און איצט אַן אומאָפּהענגיקע מלוכה, וועגן אײַנאָרדענען אויפֿן שטח פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן פֿליפֿעלד "מאַנאַס" דעם "צענטער פֿון טראַנזיט־לאַסטן".

מע דאַרף דאָ באַלד פֿאַרפּינקטלעכן, אַז נאָך מיט עטלעכע חדשים צוריק איז אויף דעם זעלבן אָרט געווען אַן אַמעריקאַנער מיליטערישע באַזע, אָבער די רעגירונג פֿון קירגיזיע האָט באַשלאָסן פּטור צו ווערן פֿון די אַמעריקאַנער, ווי אויך פֿון די איבעריקע 11 אַליִיִרטע פֿון אַמעריקע, וואָס זייער מיליטער געפֿינט זיך אין אַפֿגאַניסטאַן.

ווי געשעט אַזוי, אַז אַזאַ אָפּגעשטאַנענע רעפּובליק ווי קירגיזיע, זאָל זיך אַזוי וואַרפֿן מיט די צענדליקער מיליאָנען דאָלאַרן, וואָס זי פֿלעגט באַקומען פֿאַר דער אַרענדע? די סיבה איז, אַז רוסלאַנד, וואָס האָט דעמאָלט באַזונדערס געזוכט אָפּצוטאָן אַמעריקע אויף טערקיש (געמיינט, אויף רוסיש), האָט צוגעזאָגט קירגיזיע גאָלדענע בערג — אַ קרעדיט אויף אַ האַלבן מיליאַרד, אַבי קירגיזיע זאָל אָפּזאָגן וואַשינגטאָן צו באַזירן זיך אין "מאַנאַס".

דער קירגיזישער פּאַרלאַמענט האָט אַזאַ באַשלוס אָנגענומען און די אַמעריקאַנער איז געשטעלט געוואָרן אַ תּנאַי, אַז ביזן 18טן אויגוסט 2009 מוזן זיי פֿאַרלאָזן דעם שטח. נאָך דעמאָלט האָט אין דער רוסלענדישער פּרעסע זיך באַוויזן אַ ניכטערע שטימע, וואָס האָט געזאָגט: "קיין גרויסע געווינסן האָט דאָ מאָסקווע נישט אויסגעשפּילט. אין תּוך ווערן אירע פּאָזיציעס אין דעם ראַיאָן פֿון צענטראַל־אַזיע נישט שטאַרקער. פֿאַרקערט, נאָכן שליסן די אַמעריקאַנער באַזע, וועלן די אָרטיקע רעפּובליקן זיך אָנהייבן קריגן און בײַסן צווישן זיך פֿאַר די פֿעטע שטיקער, וואָס זיי קאָנען באַקומען פֿון אַמעריקע".

די מאַכט אין קירגיזיע האָט זיך אָבער גיך באַרעכנט. איצט, ווען אָבאַמאַ איז אַרײַנגעפֿאָרן אינעם "ווײַסן הויז" און ס‘איז געוואָרן קלאָר, אַז אַפֿגאַניסטאַן פֿאַרנעמט אין זײַן אויסערלעכער פּאָליטיק דאָס הויפּט־אָרט, האָבן זיי זיך צוריק געכאַפּט, אַז ס‘איז טאַקע בעסער צו זײַן אַ מיטגליד פֿון דער אַנטי־טעראָריסטישער קאָאַליציע און זיך מאַכן אַ גוט פּנים פֿאַרן מערבֿ. שוין אָפּגערעדט, אַז אויף דעם קאָן מען פֿאַרדינען נישט נאָר פּאָליטישע דיווידענטן.

אַזוי (פֿאַרשטייט זיך, נאָך אינטענסיווע פֿאַרהאַנדלונגען) האָט זיך איצט באַוויזן דער "צענטער פֿון טראַנזיט־לאַסטן". דערווײַל איז דער אָפּמאַך אונטערגעשריבן געוואָרן אויף אַ יאָר, אָבער מיט אַן אָפּציע צו באַנײַען אים יערלעך במשך פֿון פֿינף יאָר אָן אַן ענדערונג און בײַט אין די באַדינגונגען און דער געלט־סומע.

וואָס באַטרעפֿט די געלט־סומע פֿאַר דעם "צענטער" יעדעס יאָר? בסך־הכּל 60 מיליאָן דאָלאַר, אָבער דאָס איז נאָך נישט אַלץ. אויפֿן חשבון פֿון די אַמעריקאַנער שטײַער־צאָלער וועלן אויפֿגעבויט ווערן האַנגאַרן פֿאַר די עראָפּלאַנען און לאַסט־סקלאַדן (36.6 מיליאָן דאָלאַר); חוץ דעם, וועט קירגיזיע ביזן סוף יאָר באַקומען פֿון אַמעריקע 20 מיליאָן דאָלאַר צו גרינדן אַ בשותּפֿותדיקן פֿאָנד פֿאַר דער עקאָנאָמישער אַנטוויקלונג; און נאָך 31.5 מיליאָן דאָלאַר אויף צו קעמפֿן קעגן דעם נאַרקאָביזנעס און טעראָריזם.

בקיצור, קירגיזיע האָט פֿאַרדינט אויף דעם אָפּמאַך אַרום 40 מיליאָן דאָלאַר, אין פֿאַרגלײַך מיטן יאָר 2008. באמת, זיך געמאַכט אַ "גוט פּנים" פֿאַרן מערבֿ.

וואָס זשע גייט עס אַזוי אַמעריקע אין לעבן אונטערצושרײַבן מיט קירגיזיע אַזאַ דראַקאָנישן אָפּמאַך. שוין זשע איז נישטאָ קיין אַנדער וועג ווי אַזוי צוצושטעלן די לאַסטן קיין אַפֿגאַניסטאַן? אַוודאי איז דאָ און מע האָט שוין דעם וועג גענוצט, גלײַך נאָך דעם אָפּזאָג פֿון קירגיזיע אין פֿעברואַר. שוין אין מערץ האָבן די אַמעריקאַנער און זייערע אַליִיִרטע אָנגעהויבן זיך באַנוצן מיט דעם אַזוי גערופֿענעם "באַלטיק־טראַנזיט", וואָס פֿירט קיין אַפֿגאַניסטאַן דורך לעטלאַנד, רוסלאַנד, קאַזאַכסטאַן און אוזבעקיסטאַן. ווי מ‘האָט דערוואַרט, איז דער מאַרשרוט ווײַט נישט פֿון די בעסטע. אַזוי, למשל, קאָן רוסלאַנד, צוליב אירע כּסדרדיקע שפּיצלעך קעגן מערבֿ, פֿאַרמאַכן דעם וועג; דערצו איז די ביוראָקראַטיע און קאָרופּציע אין קאַזאַכסטאַן און אוזבעקיסטאַן אַזוי גרויס, אַז פֿאַרלאָזן זיך אויף זייערע טשינאָווניקעס איז אוממעגלעך.

ווי מיר קאָנען זען, נעמט די מיליטערישע קאַמפּאַניע, ווי דער הויפּט־ציל פֿון אָבאַמאַס קאַמף קעגן טעראָר, ערשט אָן איר כּוח, אָבער די שווערע מיליאַרדן צו פֿינאַנסירן זי זײַנען שוין אין וועג. קירגיזיע איז בלויז די ערשטע סטאַנציע.