- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין אַ היימישער סבֿיבֿה איז, פֿונעם 17טן ביזן 25סטן יוני, פֿאָרגעקומען דער ערשטער מאָנטרעאָלער אינטערנאַציאָנאַלער ייִדישער טעאַטער־פֿעסטיוואַל אינעם "סעגאַל־צענטער פֿאַר טעאַטער־קונסט". דער פֿעסטיוואַל האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט איינע פֿון די וויכטיקסטע אונטערנעמונגען אין דער ייִדישער קולטור־וועלט במשך פֿון דעם יאָרצענדליק. נישט נאָר האָט מען גוט אָרגאַניזירט דעם צוזאַמענקום פֿון טרופּעס און אַלץ האָט גוט "געקלאַפּט", נאָר מען האָט אויך אויפֿגעטאָן וואָס מע האָט געשטרעבט — די ייִדישע טעאַטער־טרופּעס פֿון דער וועלט זאָלן זיך באַקענען סײַ פּערזענלעך, סײַ אַרטיסטיש, העלפֿן און שטיצן איינע די אַנדערע, און באַטראַכטן דעם מאָרגן פֿון דער ייִדישער טעאַטער־וועלט. בסך־הכּל זענען פֿאָרגעקומען 48 אונטערנעמונגען — ס‘רובֿ פֿון זיי זענען געווען אויספֿאַרקויפֿט. דאָס נעמט אַרײַן, קודם־כּל, די דראַמאַטישע פֿאָרשטעלונגען פֿון די גרעסערע טרופּעס: דער קאַנאַדער "דאָרע וואַסערמאַן־ייִדיש־טעאַטער", דערפּוילישע "אסתּר־רחל און אידאַ קאַמינסקאַ־נאַציאָנאַלער ייִדישער טעאַטער", די רומענישער ייִדישער מלוכה־טעאַטער פֿון בוקאַרעשט און "ייִדישפּיל" פֿון ישׂראל. דערצו זענען געווען קלענערע טרופּעס ווי דער "לופֿטעאַטער" פֿון שטראַסבורג, פֿראַנקרײַך, און דער "נײַער ייִדישער רעפּערטואַר־טעאַטער" פֿון ניו־יאָרק. אינעם קינאָ־זאַל האָט מען יעדן טאָג געוויזן ייִדישע פֿילמען מיטן טראָפּ אויף די פֿילמען מיט אַ שײַכות צום טעאַטער, ווי "די צוויי קוני־לעמל" (2007), אַ פֿילמירטע פֿאָרשטעלונג פֿונעם פּאַריזער "טרוים־טעאַטער" רעזשיסירט פֿון שאַרלאָט מעסער. שאַרלאָט און איר מאַן אַלעכּסנדר מעסער זענען געקומען פֿון פּאַריז צו רעדן מיטן עולם וועגן זייער טעאַטער, וואָס איז אַ טייל פֿונעם "פּאַריזער ייִדיש־צענטער/מעדעם־ביבליאָטעק". מע האָט אויך געוויזן דעם פֿילם "אַ גילגול פֿון אַ ניגון" (2009); אַ פֿילם פֿון דעם "לופֿטעאַטער"־פֿאָרשטעלונג מיטן אַקטיאָר און דירעקטאָר פֿון דער טרופּע, רפֿאל גאָלדוואַסער. ער און די רעזשיסאָרקע, מאַריעט פֿעלטין, זענען געווען אָנוועזנד צו רעדן מיטן עולם וועגן פֿילם. די צוויי קינסטלער האָבן אויך געווין זייער פֿילם "דער לופֿטמענטש" (2006) וועגן דעם מצבֿ פֿון דער ייִדישער קולטור. צוויי פֿילמען האָט מען געוויזן וועגן דאָרע וואַסערמאַן, דער רעזשיסאָרין און אַקטריסע, וועלכע האָט אויפֿגעשטעלט דעם מאָנטרעאָלער טעאַטער. דער פֿילם "בלויז דאָרע", אַ פֿילמירטע פֿאָרשטעלונג פֿון וואַסערמאַנס איין־מענטש־פֿאָרשטעלונג האָט ספּעציעל אַרויסגערופֿן באַגײַסטערונג. אינאַ פֿיכמאַנס פֿילם פֿון אַ טור פֿון וואַסערמאַנס טרופּע "מע רוקט בערג" (1992) האָט מען געוויזן מיטן בײַזײַן פֿון דער פֿילממאַכערין. די פּראָגראַם פֿונעם פֿעסטיוואַל איז געווען אַזוי רײַך, אַז ס‘איז נישט מעגלעך געווען צו טאַנצן אויף אַלע חתונות. דעם אַקאַדעמישן סימפּאָזיום, וואָס דער "סעגאַל־צענטער" האָט בשותּפֿות אָרגאַניזירט מיטן "מאַק׳גיל־אוניווערסיטעט" האָבן מיר נישט באַוויזן צו הערן, אָבער פּראָפֿעסאָרן און טעאַטער־מבֿינים פֿון גאַנץ אַמעריקע און קאַנאַדע האָבן במשך פֿון צוויי טעג דאָרטן באַטראַכט אינטערעסאַנטע אַספּעקטן אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער. ווי עס פֿירט זיך אויף ייִדישע שׂימחות, האָט מען געקענט עסן גוטע מאכלים און הערן גוטע מוזיק. צוויי טאָראָנטער זינגערס זענען אויפֿגעטראָטן מיט קאָנצערטן: מיטש סמאָלקין מיט דער גרופּע "קלעזמער אין בוענאָס־איירעס", און טערעזע טובֿה מיטן פּיאַניסט מאַט הערסקאָוויץ. די קלאַסישע מוזיק־גרופּע "מוזיקאַ קאַמעראַטאַ מאָנטרעאַל" האָט פֿאָרגעשטעלט שאַפֿונגען פֿון ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן. אין אָוונט האָט מען געקענט פֿאַרברענגען אויף קאַבאַרעען ביז שפּעט אין דער נאַכט אַרײַן. מענדי כּהנא פֿון "יונג־ייִדיש" אין ישׂראל האָט אָפֿט געדינט ווי דער קאָנפֿערענסיע, און שרון חזן, אַ מאָנטעאָלער פּיאַניסטין און אַקאָרדיאָן־שפּילערין פֿון די ערשטע טעג אינעם מאָנטרעאַלער טעאַטער, האָט געשפּילט אין קאָרידאָרן און עס־צימערן פֿון פֿרי ביז נאַכט, אינספּירירנדיק דעם עולם מיטצוזינגען. אַ ווידערטרעף פֿון באַטייליקטע אינעם מאָנטרעאָלער טעאַטער במשך פֿון די 50 יאָר פֿון זײַן עקזיסטענץ האָט צוגעגעבן אַ וואַרעמע אַטמאָספֿער צום פֿעסטיוואַל — אַן ערך 150 אַמאָליקע אַקטיאָרן זענען געקומען פֿון דער גאַנצער וועלט. דער "סעגאַל־צענטער" געפֿינט זיך אין מיטן פֿון דער געגנט וואָס הייסט סנאָדען, מיט אַ באַדײַטדנדיקער ייִדישער באַפֿעלקערונג. איבער דער גאַס איז די באַקאַנטע ייִדישע פֿאָלקס־ביבליאָטעק. אין די גאַסן אַרום דעם צענטער געפֿינען זיך כּלערליי ייִדישע שולן און ישיבֿות. אַזוינע נאָענטע באַציִונגען, ווי מע זעט צווישן דער ייִדישער קהילה אין מאָנטרעאָל, און אַ ייִדישע קולטור־אינסטיטוציע, ווי דער טעאַטער, קען מען, דאַכט זיך, אין ערגעץ אַנדערש נישט געפֿינען. ווען דער עולם האָט מיטגעזונגען מיט די קלעזמאָרים האָט מען באַמערקט, אַז סײַ די עלטערע, סײַ די ייִנגערע לײַט קענען אַלע ווערטער פֿון די ייִדישע לידער. ווי אַזוי? ווײַל ס‘רובֿ פֿון די לידער האָט מען געזונגען אין די מאָנטרעאָלער פֿאָרשטעלונגען, און ווי עס פֿירט זיך אין דער טרופּע, האָט מען אָפֿט אויפֿגעפֿירט די זעלביקע שפּיל יעדע פּאָר יאָר. האָט זיך אַנטוויקלט אַזאַ זעלטענע געלעגנהייט, אַז במשך פֿון דער לאַנגער געשיכטע פֿון דער טרופּע, האָבן מאַמעס געשפּילט אין אַן אויפֿפֿירונג אין זייער יוגנט, און דערנאָך האָבן זייערע קינדער אויך געשפּילט אין דער זעלבער אויפֿפֿירונג, מיט די זעלבע לידער, 20 אָדער 30 יאָר שפּעטער! דער אויפֿטו פֿון ברײַנע וואַסערמאַן, וועלכע האָט איבערגענומען די פֿירערשאַפֿט פֿונעם מאָנטרעאָלער טעאַטער נאָך איר מאַמעס טויט, איז אַ גוואַלדיקער. איר איז געראָטן ממשיך צו זײַן איר מאַמעס אַרבעט אַרײַנצוציִען די קהילה אין דער ייִדישער קולטור דורך טעאַטער אויף אַ גרויסן מאַסשטאַב. דער מאָנטרעאָלער טעאַטער רופֿט זיך אַן אַמאַטאָרן־טעאַטער, אָבער הלוואַי אויף פּראָפֿעסיאָנעלע טרופּעס געזאָגט געוואָרן, ווי מע גרייט צו, און ווי מע שטעלט דאָרט פֿאָר אַ דראַמע, און ווי די טעכנישע פּרטים ווערן באַהאַנדלט אויפֿן בעסטן אופֿן. די יונגע כּוחות וואָס אַרבעטן אויף דער טעכנישער זײַט — דעקאָראַציעס, ליכט, קלאַנג — ווערן נישט באַצאָלט און טוען דאָס אויס ליבע צו ברײַנע וואַסערמאַן, און ווי אַ פּועל־יוצא פֿון דער נאָענטער קהילה אין שטאָט. עטלעכע וויכטיקע בשׂורות טובֿות האָט מען מודיע געווען אויפֿן פֿעסטיוואַל. ברײַנע וואַסערמאַן האָט געלאָזט וויסן, אַז מע וועט בקרובֿ שאַפֿן אַ ייִדישע טעאַטער־סטודיאָ בײַ זיי, בשותּפֿות מיטן "מאַק׳גיל־אוניווערסיטעט", וואָס וועט אויסשולן דעם יונגן אַקטיאָר מיט שפּראַך, בינע־טעכניק און ־קונסט. אידעאַל, האָפֿט זי, וועט דער גראַדואַנט פֿון אַזאַ פּראָגראַם פֿאָרן אין איינעם פֿון די טעאַטערס אין פּוילן, רומעניע, אָדער ישׂראל און זיך באַטייליקן אין זייער טרופּע, כאָטש אויף אַ יאָר צוויי. נאָך אַ ידיעה, וואָס שמואל עצמון האָט אונדז דערציילט, איז די גרינדונג פֿון אַ ייִדישן טעאַטער־פֿאַרבאַנד אָדער גרופּע פֿון די באַטייליקטע טעאַטערס אויפֿן פֿעסטיוואַל, וואָס זאָל אין דער צוקונפֿט מיטאַרבעטן צוזאַמען, זיך טיילן איינער מיטן אַנדערן, כּדי צו פֿאַרשטאַרקן די פּאָזיציע פֿונעם ייִדישן טעאַטער אויף דער וועלט. דאָס באַזאָרגן זיך מיט אַ פּלאַן פֿאַר דער צוקונפֿט פֿונעם ייִדישן טעאַטער איז דאָך געווען דער הויפּט־ציל פֿונעם פֿעסטיוואַל, און מיר קוקן אַרויס צו זען וואָס וועט ווערן פֿון די נייטיקע פּראָיעקטן. Far vus nisht kein teatr fun Birobidzhan?Submitted by Srulik on Sat, 2009-06-27 15:01.
Ich gloib zei hobn a gutn idishn teatr in Birobidzhan, to varum iz er nisht aingeladn gevorn tzu kumn kein Montreal teiltzunemen in dem festival? Mir zoln nisht derloibn kein politik zich arainmishn in der idisher kultur! |