אַ גרופּע וואָלונטירן שטעלן אויף אַ "טיפּי" [אינדיאַנער געצעלט] (אויבן) און פֿאַרזייען אַ גאָרטן |
Pesach Stadlin |
אַ נײַער ייִדישער זומער־לאַגער וואָס וועט זיך פֿירן אין גאַנצן לויט די פּרינציפּן פֿון דער סבֿיבֿה־פֿאַרהיט־באַוועגונג, האָט שוין צוגעצויגן אַ היפּש ביסל אינטערעס, אַפֿילו פֿון קאַליפֿאָרניע און ישׂראל, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס דער לאַגער וועט נישט עפֿענען זײַנע טירן ביזן יאָר 2010.
דער "אידען ווילעדזש קעמפּ" (דאָס "גן־עדן־דאָרף") איז איינער פֿון פֿינעף נײַע ספּעציאַליזירטע לאַגערן, וואָס די "פֿונדאַציע פֿונעם ייִדישן זומער־לאַגער" האָט דאָס יאָר געהאָלפֿן צו גרינדן, אַ דאַנק אַ 10 מיליאָן־דאָלאַרדיקער סובסידיע פֿון דער "דזשים דזשאָסעף פֿונדאַציע". די "פֿונדאַציע פֿונעם ייִדישן זומער־לאַגער" איז אַ לאַנדישע אָרגאַניזאַציע, וואָס שטיצט די בערך 150 נישט־פּראָפֿיטיקע ייִדישע וווין־לאַגערן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע סײַ דורך פֿינאַנציעלע סובסידיעס, סײַ דורך רעגלמעסיקע פֿירערשאַפֿט־סעמינאַרן.
אַחוץ "אידען ווילעדזש", האָט די פֿונדאַציע הײַיאָר געהאָלפֿן צו גרינדן צוויי אַוואַנטורע־לאַגערן, וואָס וועלן פֿירן די קעמפּערס אויף עקסורסיעס אין די בערג און וועלדער; אַ ספּאָרטקעמפּ אין צפֿון־קאַראָלײַנע; און אַ דרײַ־וואָכיקן לאַגער וואָס באַקענט די קעמפּערס מיטן קולטור־לעבן פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק.
דער "אידען ווילעדזש קעמפּ", וואָס געפֿינט זיך לעבן קאָלד־ספּרינג, ניו־יאָרק, איז אָבער דער אייגנאַרטיקסטער פֿון זיי אַלע. פֿון איין זײַט, וועט ער אויסזען ווי אַ סך אַנדערע לאַגערן: 248 אַקער; אַן אָזערע און שווים־באַסיין; און די געוויינטלעכע אַקטיוויטעטן — האַנטאַרבעט־און־קונסט, מוזיק, שווימען, שיפֿלען און וואַלד־שפּאַצירן. ער וועט זיך אָבער פֿירן לויט אַן אייגנאַרטיקער אידעאָלאָגיע. יוני סטאַדלין, וועלכער האָט געגרינדעט דעם לאַגער צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי, וויוויען לערער, האָט דערקלערט דעם "פֿאָרווערטס", אַז דער ציל פֿונעם לאַגער וועט זײַן צו טאָן אַלץ מעגלעך צו באַהיטן דעם סבֿיבֿה־מצבֿ און שפּאָרן ענערגיע, און גלײַכצײַטיק באַטאָנען די הייליקייט און דעם ייִדישן קוקווינקל פֿון אַזאַ צוועק.
אַ גרופּע וואָלונטירן שטעלן אויף אַ "טיפּי"[אינדיאַנער געצעלט] (אויבן) און פֿאַרזייען אַ גאָרטן |
Yoni Stadlin |
מע וועט, למשל, באַלײַכטן דעם לאַגער בלויז מיט די שפּאָרעוודיקע פֿלואָרעסצירטע לעמפּלעך, און העלפֿן די קינדער בויען אַפּאַראַטן, וואָס פּראָדוצירן ענערגיע דורך ווינט־, זון־ און וואַסער־קוואַלן. די פֿרוכטן און גרינסן וואָס די קינדער וועלן פֿאַרזייען פֿרילינג־צײַט, וועלן זיי זומערצײַט געפֿינען בײַ זיך אין טעלער. די פֿרוכטן און גרינסן וואָס זיי וועלן נישט האָבן צו דער האַנט, וועלן זיי קויפֿן בײַ אַ שכנותדיקער פֿאַרם, כּדי נישט צו פּטרן בענזין. און מע וועט לערנען די קינדער, אַז דער בעסטער אופֿן אויפֿצופּאַסן אויף דער נאַטור איז גאָרנישט אַרויסצוּוואַרפֿן.
"אַז מ׳איז שעפֿעריש קען מען תּמיד איבערניצעווען אַ זאַך, וואָס מע דאַרף נישט מער," האָט יוני דערקלערט. דאָס איבערגעבליבענע שפּײַז פֿון די מאָלצײַטן, למשל, וועט ווערן אַ טייל פֿונעם קאָמפּאָסט, וואָס באַפֿרוכפּערט די ערד. די קאַרטאָנענע קעסטלעך וואָס מע פּאַקט אויס פֿון די משׂא־אויטאָס, קען מען אויסניצן קעגן די אומגעוווּנטשענע ווילדגראָזן. ווי אַזוי? מע שנײַדט אויס לעכלעך אינעם קאַרטאָן, מע באַגראָבט אים אין דער ערד און מע פֿאַרפֿלאַנצט די קערעלעך אין די לעכער. אַזוי וועלן די געוויקסן זיך צעבליִען דורך די לעכער און די ווילדגראָזן וועלן בלײַבן אונטערן קאַרטאָן.
הגם עס זענען דאָ אַנדערע ייִדישע לאַגערן, וואָס לערנען די קעמפּערס ווי אַזוי אָפּצושאַצן דעם סבֿיבֿה־מצבֿ, איז עס בײַ זיי בלויז אַן אַקטיוויטעט וואָס מע טוט פֿון צײַט צו צײַט. "בײַ אונדז וועט עס זײַן דער קערן פֿון אונדזער אידענטיטעט," האָט יוני געזאָגט. דאָס זעלבע וועט מען טאָן אין שײַכות מיט איבערגעבן די ייִדישע ווערטן. אַנשטאָט צו באַשטימען בלויז געוויסע צײַטן פֿאַר תּפֿילה, אַזוי ווי מע טוט אין ס׳רובֿ ייִדישע לאַגערן (קבלת־שבת פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, למשל, אָדער המוציא פֿאַר יעדן מאָלצײַט), וועלן די אויפֿפּאַסער אַרײַנכאַפּן באַלערנדיקע מאָמענטן צו קנעלן תּורה מיט די קינדער במשך פֿונעם גאַנצן טאָג, וואָס זיי לעבן זיך אויס אויף דער נאַטור. אַזוי וועלן זיי דורכפֿירן דאָס וואָס הרבֿ אַבֿרהם־יהושע העשל פֿלעג באַטאָנען: "זוך תּמיד אַ געלעגנהייט דורכצודרינגען דאָס טאָג־טעגלעכע מיט הייליקייט."
פֿון די שיל־פֿענצטער זעט מען די אָזערע — אַ זאַך וואָס קאָן העלפֿן אַרײַנברענגען אַ שטימונג פֿון מנוחה און אינספּיראַציע בעתן דאַווענען |
Pesach Stadlin |
יוני האָט אָנגעגעבן עטלעכע בײַשפּילן דערפֿון. "איידער די קינדער גייען שווימען, קען דער אויפֿפּאַסער זיי זאָגן: זוכט אויס, צו ערשט, עפּעס וואָס איר האָט נאָך קיין מאָל נישט געזען, און מאַכט אַ שהחיינו. אָדער, ווען די קינדער פֿאַרזעצן אַ נײַ געוויקס, קען מען זיי איבערגעבן די ווערטער פֿון ווי ר׳ נחמן בראַסלעווער: ׳איבער יעדן גרעזל שוועבט אַ מלאך, וואָס שעפּטשעט: וואַקס גיכער, וואַקס גיכער...׳
דער אָפּרוף צו "אידען ווילעדזש" איז ביז איצט געווען אַן ענטוזיאַסטישער. ווען יוני און וויוויען האָבן פֿרילינג־צײַט געמאָלדן, דורך "פֿייסבוק", אַז מע זוכט וואָלונטירן צו קומען אויף צוויי טעג אין מײַ העלפֿן בויען די פֿאַרם, מאַכן נײַע סטעזשקעס, אויפֿשטעלן געצעלטן, און אָפּפֿאַרבן די בײַדלעך, האָבן 70 מענטשן זיך אָפּגערופֿן. אַ סך אַנדערע האָבן געלאָזט וויסן, אַז כאָטש זיי קענען נישט קומען, זענען זיי זייער פֿאַראינטערעסירט אינעם העלפֿן.
די פּאָפּולאַריטעט פֿון "אידען ווילעדזש" ליגט מסתּמא אין דעם וואָס די אידענטיטעט פֿונעם לאַגער שפּיגלט אָפּ דעם צײַטגײַסט. אַ סך מער אַמעריקאַנער פֿאַראינטערעסירן זיך הײַנט מיט עסן אָרגאַנישע שפּײַזן, און באַטייליקן זיך אין גײַסטיקע אַקטיוויטעטן ווי יאָגע און מעדיטאַציע. און דער ציל צו שפּאָרן ענערגיע דורך ווינט־ און זון־קוואַלן איז אַפֿילו אַ טייל פֿון פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַס וויזיע פֿאַר דער צוקונפֿט פֿון לאַנד.
אָבער נישט געקוקט אויף דעם ענטוזיאַזם פֿון די גרינדער און וואָלונטירן פֿון "אידען ווילעדזש", וועט עס זיי, בלי־ספֿק, אָנקומען אַ סך שווערער אָנצופֿירן מיט אַ זומער־לאַגער, ווי מיט 50 יאָר צוריק, האָט דערקלערט אַלישאַ צימבאַליסט, די פּירסום־פֿאַרוואַלטערין פֿון דער "פֿונדאַציע פֿונעם ייִדישן לאַגער".
"דער מצבֿ פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער משפּחה איז הײַנט גאָר אַנדערש. צוליב דעם וואָס ביידע עלטערן אַרבעטן, פֿאָרן די משפּחות הײַנט אויף לענגערע וואַקאַציעס זומער־צײַט; און צוליב דער גרויסער צאָל געגטע פּאָרפֿעלקער, מוזן די קינדער צו ערשט פֿאָרן אויף וואַקאַציע מיט דער מאַמען, און דערנאָך מיטן טאַטן. דעריבער קומען ווייניקער קינדער אין זומער־לאַגער."
ס׳איז אויך הײַנט שווערער ווי אַמאָל צו געפֿינען קאָלעדזש־סטודענטן צו אַרבעטן אין לאַגער, ווײַל זיי זוכן שטעלעס מיט העכערע שׂכירות, כּדי העלפֿן צו דעקן דעם שׂכר־לימוד פֿון אוניווערסיטעט; אַנדערע סטודענטן זוכן שטעלעס, וואָס האָבן אַ שײַכות מיט זייער צוקונפֿטיקער קאַריערע, אָדער צו "פֿאַרשענערן" זייער רעזומע.
די שיל וועט אויך דינען ווי אַ טעאַטער־זאַל |
Pesach Stadlin |
דריטנס, זענען די פֿאָדערונגען פֿונעם שטאַט הײַנט שטרענגער ווי אַמאָל, און דער פּרײַז פֿון פֿאַרזיכערונג — אַ סך העכער.
עס זענען אויך דאָ אַנדערע פּראָבלעמען, האָט צימבאַליסט געזאָגט. כּדי צו באַלאַנסירן דעם בודזשעט, דאַרף דער לאַגער הײַנט אָננעמען אַ סך מער קעמפּערס. מיט 50 יאָר צוריק, האָבן ס׳רובֿ קעמפּס געקאָנט אָפּערירן מיט בלויז 150 קעמפּערס. הײַנט מוז מען האָבן, צום ווייניקסטן, 350, כּדי צו דעקן אַלע הוצאָות; און די הצלחהדיקסטע לאַגערן אָפּערירן מיט מער ווי 400 קעמפּערס.
בלויז צו בויען אַ לאַגער קאָסט אָפּ אַ מאַיאָנטעק. "בײַ איין לאַגער וואָס מע האָט לעצטנס געשאַפֿן, האָט מען אויסגעגעבן מער ווי 26 מיליאָן דאָלאַר," האָט צימבאַליסט באַמערקט.
און פֿאַרשטייט זיך, אַז דער פּרײַז פֿון שיקן אַ קינד איז זייער הויך. הייסט עס, אַז אַפֿילו אויב אַ משפּחה וואָלט שוין געוואָלט שיקן די קינדער אַהין, וועט דער פּרײַז זיי אפֿשר אָפּמוטיקן.
הגם די גרינדער ווייסן ווי שווער עס קאָן זײַן, שרעקט עס זיי נישט אָפּ. "אַנשטאָט צו קויפֿן דאָס אָרט, וועלן מיר בלויז דינגען, וואָס איז אַ סך ביליקער," האָט וויוויען געזאָגט. "אַחוץ דעם וועלן מיר פּרוּוון, ווי ווײַט מעגלעך, אויפֿצוהאַלטן דעם לאַגער אַליין, אַנשטאָט אָנצושטעלן סטרוזשן עס צו טאָן."
אָבער טאַקע צוליב די אַלע שוועריקייטן איז יוני זייער דאַנקבאַר די מענטשן, וואָס האָבן צוגעלייגט אַ האַנט, בפֿרט די "פֿונדאַציע פֿונעם ייִדישן לאַגער". יעדן חודש און אַ האַלב פֿירט די פֿונדאַציע אָן מיט אַ סעמינאַר פֿאַר די פֿירער פֿון די פֿינף נײַע לאַגערן, וווּ מע לערנט זיי ווי צו פֿירן אַ בודזשעט, ווי מפֿרסם צו זײַן דעם לאַגער, און אַנדערע וויכטיקע פּראַקטישע ענינים צו פֿאַרזיכערן זייער קיום. "ס׳איז אַ גרויסע מעלה צו זײַן אַרומגערינגלט מיט מענטשן, וואָס האָבן אַזוי פֿיל דערפֿאַרונג אין דעם געביט," האָט יוני באַמערקט.
יוני און וויוויען זעען דעם גאַנצן פּראָיעקט ווי ממש אַ באַשערטע זאַך, בפֿרט ווײַל זיי האָבן באַקומען די גוטע בשׂורה, אַז די פֿונדאַציע וועט שטיצן זייער לאַגער, בלויז איין טאָג נאָך זייער חתונה אין סעפּטעמבער 2008. "זינט יענעם טאָג — זאָגט יוני — פֿיל איך זיך, ווי אונדזער לעבן איז ממש געבענטשט."