פֿונעם אייביקן קוואַל

קורח, אַ ייִד פֿונעם שבֿט לוי, איז געבליבן אומצופֿרידן מיט דעם, ווי אַזוי משה רבינו פֿירט אָן מיטן ייִדישן פֿאָלק. צוזאַמען מיט דתן און אַבֿירם, צוויי חשובֿע פֿאָרשטייער פֿונעם שבֿט ראובֿן, האָט ער געטענהט, אַז משה רבינו טאָר זיך ניט האַלטן העכער, ווי אַנדערע ייִדן. קורח האָט אויך געהאַלטן, אַז ער האָט רעכט צו ברענגען קרבנות אינעם משכּן, ווײַל ער איז פּונקט אַזאַ מיוחסדיקער לוי, ווי זײַן קרובֿ, אַהרן הכּהן.

דער מדרש דערציילט, אַז קורח האָט פֿאַרזאַמלט אַ גרויסע גרופּע זײַנע אָנהענגער, 250 בכּבֿודיקע תּלמידי-חכמים, וועלכע האָבן קריטיקירט משה רבינוס פֿעיִקייט צו פּסקענען די הלכה. משה האָט פֿאָרגעלייגט קורחן מיט זײַנע חבֿרים, זיי זאָלן ברענגען אַ קטורת אינעם משכּן, כּדי אויסצוקלאָרן, צי דער אייבערשטער איז מסכּים מיט זייערע טענות. ווען די בעלי-מחלוקת האָבן אויפֿגערויכערט זייער ווײַרעך, האָט די ערד געעפֿנט איר "מויל" און אײַנגעשלונגען קורחן, דתן און אַבֿירם, צוזאַמען מיט זייערע משפּחות און פֿאַרמעגנס; די אַנדערע באַטייליקטע אינעם מחלוקת זענען פֿאַרברענט געוואָרן אין אַ הימליש פֿײַער.

די מעשׂה האָט אַרויסגערופֿן אַ כוואַליע פֿון טענות און ספֿקות אינעם פֿאָלק, וועלכע האָבן געבראַכט צו אַ שטאַרקער מגיפֿה. 15 טויזנט ייִדן זענען געשטאָרבן. ווען אַהרן הכּהן האָט געבראַכט זײַן קטורת אינעם משכּן, האָט זיך די מגיפֿה אָפּגעשטעלט. נאָכדעם, האָט דער אייבערשטער געוויזן אַ נס: אַהרונס שטעקן האָט זיך צעבליט און איז באַוואַקסן געוואָרן מיט מאַנדלען — צו ווײַזן קלאָר, אַז אַהרן איז דער ריכטיקער כּהן.

די חז״ל אין "פּרקי-אָבֿות" ברענגען די מעשׂה מיט קורחן ווי אַ מוסטער פֿון אַ שלעכטן מחלוקת. אַזעלכע גרויסע חכמים, ווי הלל און שמאַי, זענען נישט מסכּים געווען איינער מיטן צווייטן לשם-שמים. אַדרבה, ווי עס ווערט דערקלערט אין ספֿרי-חסידות, האַלט זיך אויף אַזעלכע מחלוקתן די גאַנצע וועלט.

אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, "דרייט זיך" דער גאָרער אוניווערס צוליב דער קעגנזײַטיקער ווירקונג פֿון היפּוכדיקע כּוחות. למשל, די תּבֿואה וואַקסט אינעם פֿעלד צוליב דער כּסדרדיקער "שפּיל" פֿון רעגן און זון-שטראַלן, קילקייט און וואַרעמקייט, ווינטער און זומער. צופֿיל היץ קאָן צעשטערן די גערעטעניש, אַזוי ווי אַ צו-שטאַרקער רעגן.

אין דער אמתן, האָבן כּמעט אַלע פּראָצעסן אינעם אוניווערס צו טאָן מיט רעאַקציעס צווישן קעגנזעצלעכע "פּאָזיטיווע" און "נעגאַטיווע" עלעמענטן. נישט בלויז דער עלעקטרישער שטראָם אין די שטוב-מכשירים, נאָר אַפֿילו די טאָג־טעגלעכע כעמישע פּראָצעסן אינעם מענטשלעכן אָרגאַניזם, וואָס דערמעגלעכן אונדז צו אָטעמען און לעבן, באַשטייען פֿון אַזעלכע רעאַקציעס. אַפֿילו כּדי אַ מענטש זאָל קאָנען פּשוט שטיין אויפֿן אָרט, מוז די ערד אים תּמיד "אָפּשטויסן" אַרויף, באַקעמפֿנדיק דעם צוצי-כּוח פֿון גראַוויטאַציע; ווען עמעצער וואָלט געפּרוּווט צו שטיין אין דער לופֿטן, אָן דעם דאָזיקן ווידערשטאַנד-כּוח פֿון דער ערד, וואָלט ער, פֿאַרשטייט זיך, געפֿאַלן.

די חז״ל דערקלערן, אַז דאָס וואָרט "שמים" (הימל), באַשטייט פֿון צוויי ווערטער: "אש" און "מים", פֿײַער און וואַסער. די וועלט עקזיסטירט צוליב דעם, וואָס דער באַשעפֿער מאַכט שלום צווישן די היפּוכדיקע הימלישע כּוחות. ס׳איז טאַקע אינטערעסאַנט, אַז לויט דער מאָדערנער וויסנשאַפֿט, באַשטייט דער פֿיזישער הימל, על-פּי-רובֿ, טאַקע פֿון עקסטרעם-הייסע "פֿײַערדיקע" שטערן און דעם קאַלטן שטח פֿון קאָסמאָס, וווּ עס שוועבן די וואָלקנס פֿון וואַסערשטאָף און אַנדערע מאַטעריאַלן. דאָס לעבן אויף אונדזער פּלאַנעט איז מעגלעך צוליב דעם, וואָס עס געפֿינט זיך אין אַן אוניקאַל אָרט, וווּ די קאָסמישע היץ און קעלט זענען "בשלום".

ווי מע זעט, שטעקט דער סוד פֿונעם לעבן דווקא אינעם געזונטן באַלאַנס צווישן די נאַטור-כּוחות. אין אַ געוויסן זין, קאָן מען זאָגן, אַז מיר עקזיסטירן צוליב דעם אייביקן נאַטירלעכן "מחלוקת". כּדי אַ מענטשלעכע געזעלשאַפֿט זאָל זיך אַנטוויקלען אויף אַ געזונטן אופֿן, מוזן צווישן מענטשן זיך אויך טרעפֿן פֿאַרשיידענע חילוקי-דעות, וואָס קאָנען ברענגען צומאָל צו גאַנץ שאַרפֿע וויכּוחים. אַדרבה, ווען די מענטשן וואָלטן תּמיד מסכּים געווען איינער מיטן צווייטן און ניט געהאַט קיין אייגענע דעות, וואָלט די געזעלשאַפֿט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ מין טויטן מעכאַניזם.

ס׳איז פֿאַראַן, אָבער, אַ ריזיקער חילוק צווישן דעם האַרמאָנישן באַלאַנס צווישן די נאַטור-כּוחות און די פֿרידלעכע, קאָנסטרוקטיווע חילוקי-דעות צווישן די מענטשן, "אַ מחלוקת לשם-שמים", און אַן אַגרעסיווער קריגערײַ.

די חסידישע מפֿרשים דערקלערן, אַז קורח און זײַנע חבֿרים זענען געווען גרויסע תּלמידי-חכמים. ווי עס האָט געזאָגט דער איזשביצער רבי, שטעקט אין זייערע טענות קעגן היעראַרכיעס אַ "טײַערע קדושה" און אַ טעם פֿון משיחס צײַטן. ווי עס שטייט אינעם מדרש, וועט דווקא קורח ווערן דער כּהן-גדול אין דעם צוקונפֿטיקן בית-המיקדש. דער פֿאַקט, וואָס די הײַנטיקע פּרשה טראָגט זײַן נאָמען, ווײַזט, אַז ער איז נישט געווען סתּם אַ גראָבער רשע.

אויב אַזוי, פֿאַרוואָס האָבן די חז״ל אין "פּרקי-אָבֿות" אָנגערופֿן קורחס טענות — אַ מוסטער פֿון אַ שלעכטן מחלוקת? הגם קורח האָט געהאַט דערהויבענע כּוונות, האָט ער זיך צעקריגט מיט משה רבינו צוליב זײַן אייגענער מאַכט און פּרעסטיזש. ער האָט געוואָלט הערשן איבער דעם ייִדישן פֿאָלק, און איבערגעבן זײַן הערשאַפֿט בירושה צו זײַנע אייניקלעך. אַנשטאָט פֿרידלעכע חילוקי-דעות, האָט ער געשאַפֿן אַן אומבאַרעכטיקטן אַגרעסיוון קאָנפֿליקט, אַרײַנברענגענדיק דאָס פֿאָלק אין אַ מהומה.

ווי דערמאָנט פֿריִער, קאָן אַ מענטש שטיין אויפֿן אָרט צוליב דעם באַלאַנס צווישן דער גראַוויטאַציע און דעם ווידערשטאַנד-כּוח פֿון דער ערד. קורח האָט געפּרוּווט אונטערצורײַסן דעם געזונטן באַלאַנס פֿון די כּוחות, כּדי צו פֿאַרנעמען דאָס העכסטע אָרט. צוליב דעם, אַפֿשר, האָט ער פֿאַרדינט אַזאַ מיתה-משונה, און אַרײַנגעפֿאַלן אין דער ערד.

הרבֿ אַבֿרהם-יהודה חן, אַ פּראָמינענטער חסידישער דענקער, האָט פֿאַרגליכן די געזונטע באַציִונגען צווישן די מענטשן און פֿעלקער מיט דער באַוועגונג פֿון די הימלישע קערפּערס. אויב אַ קאָסמישער קערפּער שטויסט זיך, חלילה, צונויף מיט אַ צווייטן, קאָן עס גורם זײַן אַ שרעקלעכע קאַטאַסטראָפֿע. אין אַ נאָרמאַלן מצבֿ, אָבער, ווירקן די פּלאַנעטן תּמיד איינער אויפֿן צווייטן, נישט ברענגענדיק קיין שאָדן. זייער קעגנזײַטיקע השפּעה ווערט באַטראַכט ווי אַ סימבאָל פֿון האַרמאָניע, "די מוזיק פֿון הימלישע ספֿערעס". ווי עס דערקלערן די חסידישע רביים, איז אַ קאָנסטרוקטיווער דיאַלאָג, אַ "מחלוקת לשם-שמים" — להיפּוך צו קורחס קריגערײַ — מסוגל צו באַפֿרײַנדן מענטשן און "באַשאַפֿן גאַנצע וועלטן".