- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
פֿאַראַן אַ טעאַטערל אין ראַקלענד־קאַונטי, ניו־יאָרק שטאַט, וואָס רופֿט זיך "Penguin Theater." עס עקזיסטירט שוין איבער דרײַסיק יאָר, אַ דאַנק די צוויי ענערגישע אונטערנעמער דזשאָו בראַנקאַטאָ, אַרטיסטישער דירעקטאָר, און ענדרו האָרן, פֿאַרוואַלטער. דזשאָו בראַנקאַטאָ האָט אַ ניוך פֿאַר גוטע פּיעסעס. נישט איין מאָל האָט ער געשטעלט טעאַטראַלע אויפֿפֿירונגען אויף ייִדישע טעמעס. איך האָב זיי געזען אין מאַנהעטן און אַנדערע טעאַטערס איבער ניו־יאָרק. וואָס אַן אמת, האָט ער אַפֿילו מיט יאָרן צוריק רעזשיסירט מײַנס אַ פּיעסע "די פֿאַרשטערטע חתונה," מיט מוזיק פֿון בנימין שעכטער, פֿאַרן "דזשאָזעף פּאַפּ ייִדישן טעאַטער". און כאָטש ייִדיש האָט בראַנקאַטאָ ווייניק וואָס געקענט, האָט ער זיך אײַנגעשפּאַרט און אויסגעפֿירט דאָס אויף אייגענער האַנט מיט גרויס אָנערקענונג. ווען איך האָב געהערט, אַז דזשאָ שטעלט אַ נײַע פֿאָרשטעלונג אין זײַן טעאַטער, האָב איך געכאַפּט מײַן מאַשינדל, און הײַדאַ דורך פּאַליסיידס־פּאַרקוויי אין ניו־דזשוירזי, קיין ראַקלענד־קאַונטי אין "פּענגווין־טעאַטער." דער טאָג איז געווען לאַגאָדנע. די זון האָט געשײַנט און דער אַרום איז געווען באַוואַקסן מיט ביימער און גראָזן, ממש נעם און כאַפּ אַ דרימל אינעם גראָז. דער טעאַטער איז אַמאָל געווען אַ שטאַל, און דזשאָו מיט זײַן שותּף האָבן עס איבערגעבויט און פֿאַרוואַנדלט אים אין אַ טעאַטער. לויט ווי איך געדענק, האָט יוסף פּאַפּ אויך געקויפֿט אַ שטאַל אין קאַטאָנאַ־פּאַרק, אַ קליין שטעטעלע אויסער ניו־יאָרק. אָבער דאָרט האָט ער אײַנגעלאַדן דראַמאַטורגן זיי זאָלן לייענען זייערע לעצטע פּיעסעס. איך בין געווען איינע פֿון זיי. קום איך צוריק צום "פּענגווין־טעאַטער," וווּ בראַנקאַטאָ פֿירט אויף איצט אַ זייער געלונגענע און אינטערעסאַנטע פּיעסע מיטן נאָמען "אונדזער דאַמע פֿון דרום־דיוויזשן־גאַס," געשריבן פֿון טאָם גודזיק. די ערשטע פֿופֿצן מינוט בין איך געווען אונטערן אײַנדרוק, אַז איך בין דאָ, דאַכט זיך, אַרײַנגעפֿאַלן. אָבער ווען די פּיעסע האָט זיך גענומען אַנטוויקלען, בין איך געווען דאַנקבאַר פֿאַרן אײַנלאַדן מיך זי צו זען. דאָ האַנדלט זיך וועגן אַ פּוילישער משפּחה וואָס איז אַהערגעקומען כּמעט בײַם סוף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. דער טאַטע, פּאַן נאָוואַק, האָט שוין נישט געלעבט, ווען די פּיעסע הייבט זיך אָן, נאָר די מאַמע, קלאַראַ נאָוואַק (פֿעני קאַסגרייוו) און אירע דרײַ דערוואַקסענע קינדער, צוויי טעכטער, רות נאָוואַק (אַנדרעאַ מולעלאַ) און בעווערלי נאָוואַק (ליז זאַזי), מיטן ייִנגסטן זון זשימיר נאָוואַק (ראַסטי ראָס), וועלכער האָט צוויי גאָלדענע הענט און קען פֿאַרריכטן אַלץ וואָס קומט אים אונטער זײַנע הענט. אַלע דרײַ קינדער, וועלכע האָבן שוין געוווינט פֿאַר זיך, זײַנען געווען אָפֿטע אײַנגייער בײַ דער מאַמען. די מאַמע האָט כּסדר אַרויסגעקוקט דורכן פֿענצטער, ווײַל לעבן פֿענצטער האָט איר מאַן אויפֿגעשטעלט אַ סטאַטוע פֿון דער הייליקער מוטער, און די פֿרוי האָט זי געהאַלטן אין איין אָפּהיטן. זי איז געווען אַ פֿרומע קאַטאָליטשקע. יעדן זונטיק געווען אין קאָשטשאָל (קירכע). מענטשן האָבן אַרײַנגעוואָרפֿן מטבעות אין קעסטעלע, און געהאַלטן, אַז דאָס הייליקע מוטערל היט זיי אָפּ פֿון אַלעם בייזן. די ייִנגערע טאָכטער, בעווערלי, האָט געחלומט וועגן ווערן אַן אַקטריסע. האָט זי פֿאַר זיך אָנגעשריבן אַן איין־פּערזאָניקע פּיעסע, וווּ זי דערציילט וועגן איר היים, און וואָס ס׳שפּילט זיך אָפּ זינט זי איז צום שׂכל געקומען. די עלטערע טאָכטער האַלט דורכויס מיט דער מאַמען, וועלכע גלייבט אַז די הייליקע מאַדאָנע באַווײַזט זיך איר אין חלום און רעדט זיך אַדורך מיט איר. ווען די מאַמע פֿאַרלאָזט די קיך אויף אַ מינוט, נעמט דער זון אַרויס אַ דימענט רינגעלע, וואָס ער האַלט בײַם געבן זײַן ייִדיש מיידל. די טעכטער ווערן אויסער זיך, ווי דערוועגט ער זיך, אַ ייִדיש מיידל וועט דאָך האָבן ייִדישע קינדער, און וואָס וועט זײַן מיט זייער קאַטוילישקייט? און וואָס וועט די מאַמע זאָגן דערויף; זי איז דאָך אַרײַנגעטאָן אין איר קאַטוילישקייט מיט לײַב און לעבן, און ייִדן האָבן פֿאַר איר נישט עקזיסטירט. אַלע קינדער אײַלן זיך ערגעץ, און ווען די עלטערע שוועסטער גייט אײַנקויפֿן פֿאַר דער מאַמען, בעט זיך דער זון אײַן בײַ איר, זי זאָל קויפֿן געפֿילטע פֿיש. זי הייבט נישט אָן צו וויסן מיט וואָס מ׳עסט עס. אַלע ווילן וויסן וואָס די ייִנגערע טאָכטער שטעלט פֿאָר מיט איר פּיעסע? וואָס זי האָט צו זאָגן וועגן איר לעבן אין דער היים וואָס זיי ווייסן נישט, און וועמען אינטערעסירט עס? דאָס מיידל הייבט זיי אָן צו דערציילן, אַז אויב זיי מיינען אַז די מאַדאָנע, וואָס שטייט לעבן זייער פֿענצטער, איז טאַקע דאָס הייליקע מוטערל, האָט זי אויסגעפֿונען, אַז ס׳הייבט זיך נישט אָן און ס׳לאָזט זיך נישט אויס. דאָס מוטערל איז נישט די הייליקע מאַדאָנע. אויב מ׳קוקט זיך גוט אײַן אין איר פּנים, זעט מען באַלד, אַז זי ענדלט גאָרנישט צו דער הייליקער מאַדאָנע, נאָר צו אַ פּנים פֿון אַ יונג, שיין מיידל, וואָס איז מסתּמא געווען דעם טאַטנס ערשטע געליבטע. ערגעץ מוז זײַן באַהאַלטן אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון דעם מיידל. און מען הייבט אָן צו זוכן. ווען די מאַמע דערוויסט זיך וועגן דעם שטיקעלע נײַעס, ווערט זי אויס מענטש. די אַלע יאָרן געדינט און געפּילנעוועט אַזאַ טײַערע מאַדאָנע, און צום סוף, איז עס נישט מער ווי אַ בילד פֿון אַ געליבטער? אַלע זײַנען געוואָרן פֿאַרציטערט. איז דעם זון אײַנגעפֿאַלן צו זוכן אונטער דער סטאַטוע, און צו אַלעמענס איבערראַשונג האָט ער דאָרט געפֿונען אַ קעסטעלע. געעפֿנט דאָס קעסטעלע און געפֿונען דאָס בילד פֿון דער געליבטער. זי איז טאַקע געווען אַ בילד שיינהייט. די ייִנגערע טאָכטער דערציילט ווײַטער, אַז זי האָט אויסגעפֿונען סײַ פֿון דער משפּחה און סײַ פֿון דאָקומענטן, אַז אין מיטן ברען פֿון דער מלחמה, האָט אַ יונג מיידל, מיטן נאָמען איזאַבעלאַ, אָנגעקלאַפּט אין פּאַן נאָוואַקס טיר, און מיט ביטערע טרערן אין די אויגן האָט זי דערציילט, אַז איר לעבן איז אין געפֿאַר, ווײַל זי איז אַ ייִדישע. אין אירע אָרעמס האָט זי געהאַלטן אַן עופֿעלע און דאָס עופֿעלע, קלאַראַ, איז געווען אויך פּאַן נאָוואַקס טאָכטער. האָט זי זיך אײַנגעבעטן בײַ אים, מיט טרערן אין די אויגן, ער זאָל כאָטש ראַטעווען דאָס קינד. קלאַראַ נאָוואַק, די שטרענג קאַטוילישע מאַמע האָט אויפֿגעציטערט. נישט זי האָט געקענט ייִדן, נישט זי האָט געוואָלט קענען ייִדן, נישט זי האָט עפּעס געהאַט צו טאָן מיט ייִדן. איר באַציִונג צו ייִדן איז בכלל געווען, איידל גערעדט, אַ פֿײַנטלעכע. און די געשיכטע פֿון בעווערלי אַנטוויקלט זיך ווײַטער. ווען איר טאַטע און מאַמע זײַנען געקומען קיין אַמעריקע, איז דער טאַטע גלײַך אַוועק צו אַ סקולפּטאָר און באַשטעלט די סטאַטוע לויטן בילד פֿון זײַן ערשטער געליבטער, איזאַבעלאַ. אָבער דאָס איז נאָך נישט אַלץ, דערציילט די ייִנגערע טאָכטער. ס׳ווײַזט זיך באַלד אַרויס, אַז זייער מאַמע קלאַראַ נאָוואַק, די שטרענגע קאַטאָליטשקע, איז דאָס אַמאָליקע עופֿעלע, וואָס איר טאַטע האָט דערשלעפּט אַזש קיין אַמעריקע. און אויב דאָס קינד איז געווען אַ ייִדיש קינד, איז זי דאָך בכלל נישט קיין קאַטאָליטשקע, נאָר אַ ייִדישע. און אויב זי איז אַ ייִדישע, זײַנען דאָך אַלע אירע קינדער אויך ייִדן. געוואַלד געשריגן! וואָס טוט מען? ווי גיט מען זיך אַן עצה? פֿאַרשטייט זיך, אַז דער איינציקער וואָס דערפֿרייט זיך אין יענעם מאָמענט, איז געווען דער זון, וועלכער קלינגט באַלד אָן צו זײַן ייִדיש מיידל מיט דער גרויסער גדולה, אַז ער איז אַ ייִד, און דאַרף זיך נישט מגייר זײַן. איך האָב די פּיעסע געזען נישט נאָר ווי אַ גוט־אָנגעשריבענע און גוט־אויסגעפֿירטע, נאָר אויב איר גיט זיך אַ טראַכט אַרײַן אין דעם, זאָגט אונדז דער דראַמאַטורג, אַז די רעליגיע וואָס איז בײַ די קאַטוילן אַזוי פֿאַרהייליקט און אײַנגעבאַקן זינט דורות, קען אַמאָל זײַן ווײַט פֿון אַלץ וואָס זיי דרשענען. און אין נאָמען פֿון יענער קריסטלעכער רעליגיע האָט מען אָפּגעטאָן אַלץ וואָס אין קאָרט שטייט מיט די פּוילישע ייִדן, ווײַל אַ רעליגיע פֿאַרבלענדט, פֿאַרטשאַדעט און פֿאַרנאַרט. ווי קאָן מען זיך אַרײַנלאָזן אין פֿאַרהייליקן אַ פּראָסט און פּשוטן בשׂר־ודם, ווי דער וואַטיקאַן טוט עס שוין דורות־לאַנג, און פּונקט ווי אַנדערע רעליגיעס פֿאַרגעטערן לעבעדיקע און טויטע. אײַ קינדער, דערוועגט זיך נישט זיי צושטעלן צום ווענטל מיט אַ מה־יתּכן? ווי קומט עס? ס׳לייגט זיך דאָך נישט אויפֿן שׂכל. ווי קען מען דינען אַ שטיינערנער, אָדער האָלצערנער, אָדער ליימענער סטאַטוע אַ גאַנץ לעבן. און צום סוף כאַפּט מען זיך ערשט, אַז ס׳איז בלויז אַן אָפּבילד, נישט מער ווי פֿון אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון אַן אַמאָליקער געליבטער. קלאַראַ נאָוואַק האָט זיך אונטערגעגעבן איר גורל. אויב שוין יאָ אַזוי, אויב זי איז אַ ייִדישע טאָכטער, וועט זי אײַנקאַסירן די געלטער וואָס מענטשן האָבן זיך מנדבֿ געווען פֿערציק יאָר צײַט, און זיך לאָזן וווילגיין. זי וועט קאָכן לאָקשן מיט יויך, עסן מצה און עסן געפֿילטע פֿיש. דאָס דאַרף זײַן דער אויספֿיר פֿון אַלע אײַנגערעדטע קרענק. וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, ליבע פֿרײַנד. שוין לאַנג נישט הנאה געהאַט פֿון אַ פֿאָרשטעלונג, וואָס איז נישט נאָר ערשטקלאַסיק אויפֿגעשטעלט, פּרעכטיק רעזשיסירט און פֿאַרכאַפּנדיק געשפּילט, נאָר דאָס מאָל איז עס אויך געלונגען. און איצט, אַז דאָס וועטער איז צוגעלאָזן, מאַכט אַ וויטשעטשקע (אויספֿלוג) אַהין. זייער אינטענעץ־אַדרעס איז:
www.penguinrep.org
|