ד״ר מאַקסין שאַקמאַן, געהילף־דירעקטאָר, און נתן טינאַנאָף, גרינדער און דירעקטאָר פֿונעם |
אין אַ רײַזע־אַרטיקל aאין "פֿאָרווערטס" האָב איך אַנומלט באַשריבן ווי גייענדיק אין סעוּל, דרום־קאָרעע, האָב איך געהערט ייִדישע קלעזמער־מוזיק און דערנאָך ייִדישע לידער פֿון הילכערס אויף דער גאַס. די זינגערין איז מיר נישט געווען באַקאַנט, אָבער איך האָב דערקענט דורכן אַקצענט, אַז שטאַמען שטאַמט זי פֿון אייראָפּע. איינס פֿון די געשפּילטע לידער איז געווען איציק מאַנגערס "איינזאַם" ("קיינער ווייסט נישט ווער איך בין"). האָב איך לעצטנס זיך דערמאָנט אין יענעם מאָמענט, און באַשלאָסן אויסצוגעפֿינען, ווער זשע האָט עס אין סעוּל געזונגען.
קודם־כּל, האָב איך געזוכט בײַ ראָבערט און מאַלי פֿרידמאַנס אינפֿאָרמאַציע־באַזע פֿאַר ייִדישע לידער (http://sceti.library.upenn.edu/freedman/) דאָס ליד "איינזאַם", ניצנדיק די ייִוואָ־טראַנסקריפּציע פֿון ייִדיש אויף ענגליש (eynzam). לויט זייער וועבזײַטל, וואָס איז געוואַלדיק גרויס אָבער, פֿאָרט, נעמט עס נישט אַרײַן אַלע ייִדישע רעקאָרדירונגען, האָבן 17 זינגערס דאָס ליד רעקאָרדירט. פֿון די אַלע, האָב איך צוויי דרײַ נישט געקענט און געקומען צום אויספֿיר, אַז די זינגערין, וואָס איך האָב געהערט אין קאָרעע הייסט ראָלינהאַ קראָס פֿון האָלאַנד, און די רעקאָרדירונג, "ציגײַנער קלעזמער" איז אַרויס אין יאָר 2000.
צו זײַן זיכער אין דער אינפֿאָרמאַציע האָב איך געזוכט די זינגערין אויף "יו־טוב" (www.youtube.com) און געזען אַ ווידעאָ־פילם פֿון אַ פֿאָרשטעלונג, אין וועלכער זי זינגט "מײַן ייִדישע מאַמע". בין איך איצט אויף 80% זיכער, אַז דאָס איז טאַקע זי, ראָלינהאַ קראָס, אָבער אויף די איבעריקע 20% זיכערקייט וועל איך מוזן צוּוואַרטן.
ס׳איז שוין צײַט איך זאָל אויך אַרויסברענגען אַן אָנערקענונג דעם "פֿרידמאַן־אַרכיוו" פֿאַר זײַן הילף בײַם צונויפֿשטעלן מײַן וועכנטלעכע ראַדיאָ־נאָטיץ פֿאַר דער "פֿאָרווערטס"־שעה, וואָס מע קען הערן אין דער אינטערנעץ —
https://yiddish2.forward.com/last-radio-program/ נישט נאָר קען מען אינעם "פֿרידמאַן־אַרכיוו" געפֿינען ווער ס׳האָט וואָס געזונגען, נאָר אויך אָפּזוכן לידער אויף אַ געוויסער טעמע. מײַן ראַדיאָ־נאָטיץ דערציילט, פֿון צײַט צו צײַט, וועגן זומער־לידער, אָדער פּסח־לידער, אָדער "דעם פּאַסטעך אינעם ייִדישן ליד" — קען מען אויפֿן סמך פֿון דער זאַמלונג צונויפֿשטעלן די מעגלעכע לידער פֿאַר אַזאַ פּראָגראַם. דערנאָך, פֿאַרשטייט זיך, דאַרף מען ערשט געפֿינען די רעקאָרדירונגען, און פֿאַרמאָגן די קאָמפּאַקטלעך, קאַסעטן, פּלאַטעס, אָדער אויך האָבן מזל און די לידער געפֿינען אין אינטערנעץ. לערערס און אָנפֿירערס פֿון ייִדיש־קלובן און "ווינקלעך" וואָלטן אויך געדאַרפֿט זיך באַניצן מיט דעם פֿײַנעם רעסורס בײַם צוגרייטן לעקציעס, טעמעס פֿאַר קלאַסן אאַ״וו.
דעם 6סטן אַפּריל, 2009, האָט דער פּענסילווייניער אוניווערסיטעט אין פֿילאַדעלפֿיע געפּראַוועט 50 יאָר פֿונעם "ראָבערט און מאַלי פֿרידמאַן־ייִדישן קלאַנג־אַרכיוו" (די דאַטע האָט אויך געשטימט מיט זייער 50סטן חתונה־יובֿל — אַפּנים, האָט דאָס פּאָרל שוין אָנגעהויבן זאַמלען לידער אונטער דער חופּה).
אין דער רעדאַקציע באַקומען מיר אָפֿט טעלעפֿאָן־קלונגען וועגן כּלערליי ענינים, וועלכע זײַנען פֿאַרבונדן מיט ייִדיש: ווי זאָגט מען אויף ייִדיש? ווי שרײַבט מען אַזאַ־און־אַזאַ וואָרט? האָט מען געלייענט אין אַ בוך אַ וואָרט וואָס מע פֿאַרשטייט נישט, קלינגט מען באַלד אָן. אויך וועגן לידער, קלינגט מען כּסדר: "וווּ קען מען באַקומען לעבעדיעווס רעקאָרדירונגען?", "וואָס איז די ערשטע סטראָפֿע פֿון דעם ליד?" — קשיות, וואָס חנה מלאָטעק באַקומט שוין יאָרן לאַנג, ווי מע לייענט אין איר "פֿאָרווערטס"־רובריק "פּערל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע", באַקומען מיר אויך פֿון דער גאַנצער וועלט.
ווען מיר ווייסן נישט קיין ענטפֿער פֿאַרבינדן מיר דעם פֿרעגער, טאַקע, מיט חנה מלאָטעק, וועלכע האָט אַן אײַזערנעם זכּרון פֿאַר לידער, ווערטער, מחברים און קאָמפּאָזיטאָרן. אָבער די אינטערנעץ האָט לײַכטער געמאַכט דאָס ענטפֿערן אויף די אָנפֿרעגן, בפֿרט, ווען מע וויל הערן אַ רעקאָרדירונג. אין דרום־פֿלאָרידע, בײַם "פֿלאָרידע־אַטלאַנטיק־אוניווערסיטעט" האָט נתן טינאַנאָף געשאַפֿן אַן אַרכיוו פֿון אַלטע רעקאָרדירונגען. אין פֿרילינג, 2002, ווען דער פּראָיעקט האָט זיך אָנגעהויבן, האָט עס געהייסן "דער יודאַיִקע־מוזיק־ראַטיר־פּראָיעקט"; הײַנט איז עס בעסער באַקאַנט ווי דער "יודאַיִקע־קלאַנג־אַרכיוו" Judaica Sound Archives. אויף דעם וועבזײַטל קען מען שוין הערן מער ווי 100,000 לידער און רעציטאַציעס אויף ייִדיש, חזנישע שטיקלעך און קלעזמערישע מעלאָדיעס. ממש אַן אוצר!
אין יאַנואַר 2003 האָט טינאַנאָף זיך געטראָפֿן מיט אַהרן לאַנסקי, דעם דירעקטאָר פֿונעם "נאַציאָנאַלן ייִדישן ביכער־צענטער" אין אַמהערסט און צוריקגעפֿאָרן קיין פֿלאָרידע מיט 4,000 אַלטע פּלאַטעס פֿונעם "צענטער". במשך פֿון די יאָרן האָט דער "יודאַיִקע קלאַנג־אַרכיוו" (http://faujsa.fau.edu/jsa/home.php) אַקטיוו געזאַמלט און באַקומען רשות אַפֿילו בײַ לעבעדיקע אַרטיסטן אַרויפֿצוגעבן זייערע לידער אויפֿן וועבזײַטל, וווּ די גאַנצע וועלט קען זיי הערן אומזיסט. ער האָט מיטן "פֿרידמאַן־אַרכיוו" מיטגעאַרבעט, כּדי מע זאָל קענען געפֿינען דאָס ליד בײַ די פֿרידמאַנס, און געבן אַ קוועטש, און באַלד הערן די רעקאָרדירונג.
לויט דער סטאַטיסטיק פֿונעם "יודאַיִקע־קלאַנג־אַרכיוו" פֿאַרנעמען די אַמעריקאַנער רעקאָרדירונגען 75% פֿון דער זאַמלונג; מער ווי 45% פֿון דער זאַמלונג איז אויף ייִדיש. נאָך אַ 30% באַשטייט פֿון חזנים אָדער אַנדערע ייִדישע רעליגיעזע מוזיק. פֿאַר אונדז זענען די טײַערסטע זאַכן די אַלטע 78 פּלאַטעס, וואָס מע האָט פּראָדוצירט צווישן 1901 און די אָנהייב 1950ער יאָרן. איך האָב אַמאָל אַליין פֿאַרמאָגט אַ גרויסע זאַמלונג פֿון די ברעכעוודיקע רעקאָרדירונגען, אָבער יעדעס מאָל, ווען איך האָב זיך אַריבערגעצויגן פֿון איין דירה צו אַ צווייטער, האָבן זיך צעבראָכן עטלעכע. האָב איך באַשלאָסן, גענוג, און אַוועקגעגעבן מײַן גאַנצע קאָלעקציע דעם ייִוואָ אין ניו־יאָרק.
איצט האָב איך אַ געלעגנהייט צו הערן די אַלטע לידער נאָך אַ מאָל. פֿאַר מײַן פֿאָרש־אַרבעט זענען די אַלטע לידער ספּעציעל וויכטיק, אָבער די נײַערע רעקאָרדירונגען פֿון די 1950ער יאָרן ביז הײַנט קען מען אויך הערן. לעצטנס, האָט מען צוגעגעבן די רעקאָרדירונגען פֿון פֿיליס בערק, דער "ייִדישער קאָפּ־קלעזמער־גרופּע" פֿון קליוולאַנד, און דעם אוניקאַלן בראָנקסער רעציטאַטאָר פֿון שלום־עליכמס ווערק, יצחק (צוניע) רײַמער. רײַמערס צוויי פּלאַטעס פֿון שלום־עלכימס מאָנאָלאָגן איז הײַנט גאָר שווער צו געפֿינען, האָט דער "קלאַנג־אַרכיוו" געטאָן אַ גרויסע מיצווה דאָס צו פֿאַרשפּרייטן פֿאַר יעדן איינעם.
וועט מען מיט רעכט דאָך פֿרעגן — און ווי אַזוי וועלן די זינגערס און מוזיקער פֿאַרדינען, אַז אַלץ קען מען אומזיסט באַקומען אין דער אינטערנעץ? ס׳וועט טאַקע ווערן אַלץ שווערער און שווערער. הײַנט קען איינער קויפֿן אַ רעקאָרדירונג, און אין אַ פּאָר מינוט דאָס איבערמאַכן דיגיטאַליש אינעם קאָמפּיוטער און צעשיקן צו צענדליקער, הונדערטער, טויזנטער אַנדערע מענטשן דורך דער בליץ־פּאָסט, בחינם! האָליוווּד און גרויסע רעקאָרדיר־פֿירמעס פֿאַרשטייען שוין די וויכטיקייט פֿון אײַנצאַמען די דיגיטאַלישע טעכנאָלאָגיע און די סכּנה פֿון "גנבֿענען" דורך דער טעכנאָלאָגיע זייערע סחורות. האָבן זיי אָנגעקלאָגט אין געריכט סײַ קליינע, סײַ גרויסע גנבֿים, כּדי דאָס אָפּצושטעלן. צי דאָס וועט העלפֿן, איז נישט קלאָר און עס אַנטוויקלט זיך שוין אַזאַ באַציִונג בײַם יונגן דור, אַז אַלץ דאַרף מען באַקומען בחינם, אַז סע קומט זיי. וואָס הייסט אויסצוגעבן געלט אויף אַ זינגער אָדער אַ מוזיקאַלישער גרופּע? נאָר נאַראָנים טוען דאָס!
פֿון דער פּערספּעקטיוו פֿון אַ קריטיקער, פֿאָרשער און אַרויסגעבער פֿון ייִדישער מוזיק האָט די דיגיטאַלישע רעוואָלוציע טאַקע משפּיע געווען אויף מײַן צוגאַנג. למשל — עס ליגן אין אַרכיוון איבער דער וועלט טויזנטער פֿעלד־ אָדער היים־רעקאָרדירונגען פֿון ייִדישע פֿאָלקס־זינגער וואָס פֿאָלקלאָריסטן האָבן פֿאַרשריבן און קיינער ווייסט נישט פֿון זיי; און אָנצוקומען צו זיי איז אָפֿט זייער שווער. ווי סחורה צו פֿאַרקויפֿן טויגן זיי נישט, ווײַל דער מאַרק פֿאַר אַזאַ סחורה איז צו קליין (צום באַדויערן!) צו פֿאַרדינען אַ רווח, נאָך דעם ווי מע גייט אין סטודיאָ און מע גרייט צו אַ באַגלייט־ביכל מיט ווערטער צו די לידער איז כּמעט אוממעגלעך. אין אַזאַ פֿאַל, ווען דער ציל איז צו דערגרייכן וואָס מער מענטשן, און נישט צו פֿאַרדינען וועט די דיגיטאַלישע רעוואָלוציע זייער צוניץ קומען.
אינעם קומענדיקן אַרטיקל, וועל איך דערציילן וועגן די מוזיק־רעסורסן אין דער אינטערנעץ אין אייראָפּע און רוסלאַנד.