- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
רעליגיעזער פֿאַנאַטיזם, ווי אַן אויסדרוק זיך קעגנצושטעלן די אַלגעמיינע נאָרמען פֿון אויפֿפֿיר אין אַ סעקולערער געזעלשאַפֿט, האָט באמת איין פּנים און פּוצט זיך אין די זעלבע בגדים — צי זאָלן דאָס זײַן פֿאַנאַטיקער צווישן די חרדים, אָדער קריסטן פֿון אַלע מינים, אָדער איסלאַמיסטן אונטער די גרינע פֿאָנען פֿון "טויט די פֿרעמדע!" צווישן די ערשטע ערטער, וואָס אַלע טוריסטן באַזוכן הײַנט אין ירושלים איז דער כּותל־מערבֿי, און אָפֿט מאָל דערציילן זיי שפּעטער, אַז דאָס איז געווען דער הויכפּונקט פֿון זייער נסיעה; אַ געוואַלדיקע איבערלעבונג. אַפֿילו די נישט־ייִדן לייגן אין די שפּאַלטן פֿונעם כּותל אַרײַן אַ קוויטל מיט זייערע פּריוואַטע בקשות צום אייבערשטן, און דריקן אויס זייער וווּנדער און דרך־ארץ פֿאַר דעם הייליקן אָרט בײַ ייִדן. Felix Lembersky, 1913—1970. Paintings and Drawings. Moscow: Galart, 2009 די נײַע פּובליקאַציע פֿונעם מאָסקווער קונסט־פֿאַרלאַג "גאַלאַרט" באַקענט דעם ברייטערן עולם מיט דער שאַפֿונג פֿון אַ קינסטלער, וואָס האָט איבערגעלאָזט אַ טיפֿן, אָבער ניט זייער בולטן שפּור אין דער געשיכטע פֿון דער סאָוועטישער קונסט. געבוירן אין לובלין אין 1913, האָט לעמבערסקי פֿאַרבראַכט זײַנע קינדער־יאָרן אין בערדיטשעוו. אין תּל־אָבֿיבֿ שפּילט "בית־בסרביה", דער וועלט־צענטער פֿון די בעסאַראַבער ייִדן, נישט קיין קליינע ראָלע אינעם ייִדישן קולטור־לעבן פֿונעם לאַנד. דער איצטיקער פּרעזידענט, דני קאָרן, דער זון פֿונעם פּאָליטיקער, שרײַבער און גרינדער פֿונעם "וועלט־ראַט פֿאַר ייִדיש", יצחק קאָרן ז״ל, איז געקומען צו גאַסט אין דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע און מיר האָבן אים אויסגעפֿרעגט וועגן דער אינסטיטוציע, איר געשיכטע, אויפֿטוען און פּלענער. אַ זשורנאַליסט, ווי אויסטערליש דאָס זאָל נישט קלינגען, איז פֿון אַ סך שטאַנדפּונקטן געגליכן צו אַ דאָקטער: וואָס זײַן פּערזענלעכער וועלט־באַנעם זאָל נישט זײַן, איז ער פֿריִער פֿון אַלץ פֿאַרפֿליכטעט צום אמת. אַזוי ווי אַ דאָקטער, וואָס איז געבונדן צו זײַן אַזוי־גערופֿענער היפּאָקראַטעס־שבֿועה, וועלכע פֿאַרפֿליכטעט אים צו באַהאַנדלען אויפֿן זעלבן אופֿן יעדן קראַנקן אָדער פֿאַרוווּנדעטן, אומאָפּהענגיק פֿון זײַן פּערזענלעכן שײַכות צו אים — אַזוי איז אויך דער זשורנאַליסט פֿאַרפֿליכטעט לגבי די פֿאַקטן, אויף וועלכע ער פֿאַררופֿט זיך, און צו דעם "אָביעקטיוון אמת", אויף וועלכן ער באַזירט זײַן באַשרײַבונג. פֿון דער הײַנטיקער וואָך ביזן סוף יאָר לייענען מיר דעם לעצטן טייל פֿונעם חומש, "דבֿרים", וואָס ווערט אויך אָנגערופֿן "משנה תּורה" — "איבערחזרונג פֿון דער תּורה". ווען משה רבינוס לעבן איז צוגעקומען צו דעם סוף, אין די לעצטע וואָכן פֿאַר זײַן פּטירה, האָט דער אייבערשטער אים געהייסן איבערצוחזרן די תּורה מיט די ייִדן און צו טאַדלען זיי פֿאַר זייערע עבֿירות, און וואָרענען, זיי זאָלן נישט זינדיקן נאָכן טויט פֿון זייער מנהיג. דער גורל האָט געגעבן רוסלאַנד אַ שיין ביסל מינעראַל-רעסורסן. דאָס העלפֿט גוואַלדיק דער מלוכה אָנצוהאַלטן איר שווער-זשיפּענדיקע עקאָנאָמיע אין אַ מצבֿ, ווען זייער אַ קליינער טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג לעבט אַ טאָג, און די איבעריקע באַקומען אויך קרישקעס פֿון דעם פֿעטן פּיראָג, וואָס ווערט אויסגעבאַקן פֿון אַזעלכע אינגרעדיענטן ווי נאַפֿט און גאַז. איז, דאַכט זיך, גוט! אַלע ווייסן פֿון וואָס עס באַשטייט אַ ביבליאָגראַפֿיע — אַ פּרטימדיקע רשימה פֿון ביכער, געוויינטלעך, אויף אַ געוויסער טעמע. פֿאַר ס‘רובֿ פֿאָרש־אָרבעטן דאַרף מען זיך באַניצן מיט ביכער, אַרטיקלען און אַרכיוו־דאָקומענטן, און די ביבליאָגראַפֿיעס קענען דעם פֿאָרשער פֿאַרשפּאָרן אַ סך צײַט און מי, און פֿאַרזיכערן, צווישן אַנדערע זאַכן, אַז מע פֿאָרשט נישט די זעלבע טעמע וואָס אַ צווייטער האָט שוין געמאַכט (דאָס הייסט, אויב מע וויל נישט). אַפֿילו וווינענדיק אין ארץ־ישׂראל בין איך נישט געקומען אַזוי נאָענט צו אַן אַקט פֿון טעראָר ווי דאָ, אין ריווערדייל. אויף דער דערבײַיִקער גאַס געפֿינען זיך די ביידע שילן, וווּ די היימיש געמאַכטע טעראָריסטן האָבן געהאַט בדעה אויפֿצורײַסן ביידע ייִדישע אינסטיטוציעס. שכנים, גוטע־פֿרײַנד און באַקאַנטע זײַנען מיטאַמאָל דערשיטערט געוואָרן. ווי קען דאָס זײַן? ממש אויף אונדזער שוועל? זיי האָבן זיך ביז אַהער געפֿילט געזיכערט פֿונעם איסלאַמיש־ראַדיקאַלן טעראָר. מיטאַמאָל האָט זיי אַ טיאָכקע געטאָן אונטערן לעפֿעלע. איך האָב געהערט, אַז עמעצער, דאַכט זיך אין דײַטשלאַנד, שרײַבט שוין יאָרנלאַנג אַ דאָקטאָר-אַרבעט אויף דער טעמע פֿון טראַקטאָריסטן און טראַקטאָריסטקעס אין דער ייִדישער ליטעראַטור. געהערט האָב איך עס מיט אַ יאָר זעקס, צי זיבן, צוריק. אָבער קיין פֿאַרטיקער פּראָדוקט איז, אויף וויפֿל איך ווייס, פֿון אָט דער אידעע דערווײַל ניט אַרויס. אַ שאָד. די טעמע איז אַן אינטערעסאַנטע און אַ רײַכע. דער עיקר, אַ סאָוועטישע, פֿאַרשטייט זיך. (הײַנטיקע קלעזמאָרים האָבן ליב אַזעלכע "עקזאָטישע" זאַכן — ניט צופֿעליק האָט זיך פֿאַראַיאָרן באַוויזן אַ קאָמפּאַקטל מיטן נאָמען "טראַקטאָריסט".) צו זײַן 45סטן יאָרצײַט אַז מע וועט פֿרעגן געוויסע מענטשן צו דערמאָנען אַ ייִדישן פֿירער וואָס האָט געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף זייערע לעבנס, וועלן עטלעכע טויזנטער ענטפֿערן אַז דאָס איז געווען לייבוש לעהרער, דער פֿאַרטראַכטער און גײַסט פֿונעם זומערקעמפּ "בויבעריק". וויפֿל גײַסטיקע שפּײַז מענטשן ווי איך און מײַן פֿאַמיליע, למשל, האָבן גענאָסן פֿון לייבוש לעהרערס "בויבעריק" — איך און מײַן שוועסטער מלכּה גאָטליב, ווי אויך מײַן שוואָגער בנימין "בינג" זײַנען געווען קעמפּערס — מלכּה איז געווען אַקאָמפּאָניסטקע ווען זי איז אויפֿגעוואַקסן, "בינג" — פֿאָרזיצער פֿון קעמפּ־קאָמיטעט, און איך — געזאַנג־לערערין. |