- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
רעליגיעזער פֿאַנאַטיזם, ווי אַן אויסדרוק זיך קעגנצושטעלן די אַלגעמיינע נאָרמען פֿון אויפֿפֿיר אין אַ סעקולערער געזעלשאַפֿט, האָט באמת איין פּנים און פּוצט זיך אין די זעלבע בגדים — צי זאָלן דאָס זײַן פֿאַנאַטיקער צווישן די חרדים, אָדער קריסטן פֿון אַלע מינים, אָדער איסלאַמיסטן אונטער די גרינע פֿאָנען פֿון "טויט די פֿרעמדע!" מיר האָבן שוין נישט איין מאָל געשריבן וועגן די ווילדע חרדישע אויפֿברויזן אין ישׂראל בכלל און אין ירושלים בפֿרט. דער לעצטער פּאָגראָם אויף די גאַסן פֿון מאה־שערים און גאולה האָבן ווידער דערמאָנט, אַז די סכּנה דראָט דעם ייִדישן לאַנד נישט נאָר פֿון דרויסן, נאָר אויך פֿון אינעווייניק, פֿון אייגענע עם־ישׂראל. וואָס האָט איצט אָפּגעריסן די "גאָטס־דינערס" פֿון זייער טאָג־טעגלעכער הייליקער עבֿודה און זיי אַרויסגעוואָרפֿן אויף די גאַסן אונטערצינדן מיסט־קאַסטנס, שטערן דער באַוועגונג אויף די שאָסייען, אָנפֿאַלן אויף מענטשן און זיך כאַפּן צו שלאָגן די פּאָליציאַנטן, וואָס זײַנען געקומען אײַנצושטעלן די אָרדענונג? דער אַרעסט און אויספֿאָרשונג פֿון אַ פֿרומער פֿרוי, וואָס לײַדט פֿון אַ פּסיכישער קראַנקייט און האָט דערפֿירט איר קינד צו אַזאַ שווערן געזונט־מצבֿ, אַז ס‘האָט שוין געהאַלטן בײַ דער גסיסה, נעבעך. קעגן וואָס האָבן זיך צעבונטעוועט די פֿאַנאַטיקער? קעגן די דאָקטוירים, וואָס האָבן דערוויזן, אַז די מסוכּנע אויסגעמאָגערטקייט בײַם קינד נעמט זיך, ווי אַ פּועל־יוצא פֿון דער מוטערס מעשׂים; קעגן די געזעץ־אינסטאַנצן, וואָס האָבן אַרעסטירט די פֿרוי? ניין — קעגן דער גאַנצער מלוכה! אין ישׂראל איז פֿאַרשפּרייט אַ וויץ, אַז אויב דער שאָפֿער פֿירט שלעכט דעם אויטאָבוס, איז אין דעם שולדיק די מלוכה. ווי אין יעדן וויץ, שטעקט אויך אין דעם וויץ אַ געוויסער אמת. בײַ די חרדים, באַזונדערס בײַ דער גרופּע פֿון "נטורי־קרתּא", איז די מלוכה שולדיק קודם־כּל דערפֿאַר, ווײַל זי עקזיסטירט. ווײַל לויט זייער באַנעמונג קאָן אַ ייִדישע מלוכה מקוים ווערן נאָר דעמאָלט, ווען ס‘וועט קומען משיח. האָבן די ציוניסטן נישט געוואָלט וואַרטן ביז משיח וועט זיך מטריח זײַן און פּראָקלאַמירט אַ ייִדישע מדינה. לאָזן איצט די חרדים אויס זייער כּעס צו דער ייִדישער מדינה. די חסידים פֿון "נטורי־קרתּא", למשל, פֿאַרברענען די ישׂראל־פֿאָן אינעם טאָג פֿון ישׂראלס אומאָפּהענגיקייט; בעת די מיליטערישע אַקציעס קעגן די פּאַלעסטינער טעראָריסטן, מאַכן זיי פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציעס אין ניו־יאָרק און לאָנדאָן; דריקן אויס זייער געטרײַשאַפֿט און איבערגעגעבנקייט די שׂונאים פֿון דער מדינה, אַזעלכע ווי דער איראַנישער פּרעזידענט אַכמאַדינעדזשאַד, אָדער די פֿירער פֿון "כעזבאָלאַ" און "כאַמאַס"; און בכלל, וווּ ס‘איז דאָ אַ שׂונא פֿון דער ייִדישער מדינה, דאָרט נעמען זיך מיט אים אַרום די חבֿרה פֿון "נטורי־קרתּא". צוריק גערעדט, האָבן זיי זיך ביז הײַנט, אין משך פֿון די איבער 60 יאָר וואָס די מדינה עקזיסטירט, נישט אָפּגעזאָגט פֿון די סאָציאַלע פּריווילעגיעס, וואָס די ציוניסטישע רעגירונג צאָלט אויס זיי און זייערע משפּחות. זיי נוצן אויס די דעמאָקראַטישע געזעצן פֿון מדינת־ישׂראל פֿאַר זייערע אַנטי־דעמאָקראַטישע צוועקן און פּראָוואָקאַטיווע שריט. מע קאָן די נטורי־קרתּאניקעס אַוודאי פֿאַרגלײַכן מיט פּאַיאַצן און לצים, זיי אָפּרײַבן, ווי בייזע פֿליגן; מע טאָר אָבער נישט פֿאַרמאַכן די אויגן אויף דעם פֿאַקט, אַז די פֿינצטערע רביים, וואָס שיקן זייערע חסידים אויף די גאַסן צו "באַלאַגאַנעווען", זײַנען נישט ווייניקער געפֿערלעך, ווי יענע אַראַבישע פֿירער, וואָס נוצן אויס זייערע הויכע פּאָזיציעס אין דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט אויפֿצוטרעטן קעגן דער ייִדישער מדינה, וועמענס בירגער זיי זײַנען. דאָס מיינט אַוודאי נישט, אַז אַלע חרדים, בירגער פֿון ישׂראל, זײַנען אויף איין פּנים. צווישן זיי זײַנען דאָ נישט ווייניק ייִדן, וואָס באַציִען זיך צו דער מאַכט לאָיאַל און האַלטן זיך אין די ראַמען פֿון דער געזעלשאַפֿטלעכער מאָראַל. עס זײַנען דאָ אויך אַזעלכע, וואָס שטיצן אויפֿריכטיק די אידעאָלאָגיע פֿון ציוניזם. פֿונדעסטוועגן, האָט קיין איין חרדישע אויטאָריטעט זיך נישט אויפֿגעהויבן צו זאָגן: עד־כּאַן! צי איז דאָ אַן אויסוועג פּטור צו ווערן פֿון אַזאַ "חרדישער פֿינפֿטער קאָלאָנע"? די מערבֿ־וועלט קוקט אַרויס אויף אַ נײַער פּאַלעסטינער מלוכה, בשכנות מיט ישׂראל. איז אפֿשר וואָלט געווען אַ פּלאַן, אַז די חסידים פֿון "נטורי־קרתּא", בראָש מיט זייערע רביים, זאָלן זיך אַריבערציִען אַהין. זאָלן זיי זיצן אויף קעסט בײַ זייערע פֿרײַנד און עסן דאָרט זייערע טעג, ביז עס וועלן קומען משיחס צײַטן. Neturei Karta zainen greise helden nor in IsroelSubmitted by Srulik on Sat, 2009-07-25 15:38.
Es iz merkvirdik az di Hasidim in New York zitzen zeer shtil un organizirn nisht kein shlachten mit di politzisten vail zei hobn moire far di goyim. Ober in Isroel dos iz a gantz andere zach - di Neturei Karta huliganer veisen zeer gut az di idishe politzisten velen zei nisht zeer harb bahandlen un zei "krichen oifn kop" - varfen shteiner un ontzinden mist. Zeiere elter foters hobn gezolt zain azoi dreist kegen di goim ven zei hobn gelebt in Ukraine onshtot loifn avek fun zei, oy vei! דערSubmitted by sandler on Sun, 2009-07-26 06:14.
דער הונדערט־צוואַנציק יאָריקער פֿאָרווערטס הייבט ווידער אָן די אַלטע שטיק: "וואָס האָט איצט אָפּגעריסן די "גאָטס־דינערס" פֿון זייער טאָג־טעגלעכער הייליקער עבֿודה און זיי אַרויסגעוואָרפֿן אויף די גאַסן אונטערצינדן מיסט־קאַסטנס? דער אַרעסט און אויספֿאָרשונג פֿון אַ פֿרומער פֿרוי, וואָס לײַדט פֿון אַ פּסיכישער קראַנקייט און האָט דערפֿירט איר קינד צו אַזאַ שווערן געזונט־מצבֿ, אַז ס‘האָט שוין געהאַלטן בײַ דער גסיסה, נעבעך .... די פֿינצטערע רביים, וואָס שיקן זייערע חסידים אויף די גאַסן צו 'באַלאַגאַנעווען', זײַנען נישט ווייניקער געפֿערלעך, ווי יענע אַראַבישע פֿירער..." האָט דער רעדאַקטאָר, וואָס רעדט אַזוי שאַרף וועגן און קעגן די "פֿינצטערע רביים", אויך געהאַט די מינימאַלע אחריות איבערצוגעבן די לייענער, אַז דער פּסיכיאַטאָר וועמען די פּראָקוראָרן האָבן אויסגעקליבן, האָט דווקא אָפּגעוואָנדן די טעאָריע "פֿון אַ פֿרומער פֿרוי, וואָס לײַדט פֿון אַ פּסיכישער קראַנקייט" און איז געקומען, נאָך אַ פּסיכאָלאָגישן אַנאַליז פֿון דער פֿרוי, צו פּראָפֿעסיאָנעלע באַשלוסן וואָס האָבן ממש אַרונטערגעצויגן די פֿאַלשע מאַסקע פֿון די פֿינצטערע דאָקטוירים? נאָר וואָס? דער רעדאַקטאָר האָט געפֿונען אַ מציאה און ער וועט דאָס נישט אַרויסלאָזן פֿון די הענט — "די פֿינצטערע רביים!". וואָס דער אמת ("עמעס", אין דער אַלטער היים) איז, האָט גאָר קיין שײַכות נישט צו דער זאַך. |