רעליגיעזער פֿאַנאַטיזם, ווי אַן אויסדרוק זיך קעגנצושטעלן די אַלגעמיינע נאָרמען פֿון אויפֿפֿיר אין אַ סעקולערער געזעלשאַפֿט, האָט באמת איין פּנים און פּוצט זיך אין די זעלבע בגדים — צי זאָלן דאָס זײַן פֿאַנאַטיקער צווישן די חרדים, אָדער קריסטן פֿון אַלע מינים, אָדער איסלאַמיסטן אונטער די גרינע פֿאָנען פֿון "טויט די פֿרעמדע!"
מיר האָבן שוין נישט איין מאָל געשריבן וועגן די ווילדע חרדישע אויפֿברויזן אין ישׂראל בכלל און אין ירושלים בפֿרט. דער לעצטער פּאָגראָם אויף די גאַסן פֿון מאה־שערים און גאולה האָבן ווידער דערמאָנט, אַז די סכּנה דראָט דעם ייִדישן לאַנד נישט נאָר פֿון דרויסן, נאָר אויך פֿון אינעווייניק, פֿון אייגענע עם־ישׂראל.
וואָס האָט איצט אָפּגעריסן די "גאָטס־דינערס" פֿון זייער טאָג־טעגלעכער הייליקער עבֿודה און זיי אַרויסגעוואָרפֿן אויף די גאַסן אונטערצינדן מיסט־קאַסטנס, שטערן דער באַוועגונג אויף די שאָסייען, אָנפֿאַלן אויף מענטשן און זיך כאַפּן צו שלאָגן די פּאָליציאַנטן, וואָס זײַנען געקומען אײַנצושטעלן די אָרדענונג? דער אַרעסט און אויספֿאָרשונג פֿון אַ פֿרומער פֿרוי, וואָס לײַדט פֿון אַ פּסיכישער קראַנקייט און האָט דערפֿירט איר קינד צו אַזאַ שווערן געזונט־מצבֿ, אַז ס‘האָט שוין געהאַלטן בײַ דער גסיסה, נעבעך.
קעגן וואָס האָבן זיך צעבונטעוועט די פֿאַנאַטיקער? קעגן די דאָקטוירים, וואָס האָבן דערוויזן, אַז די מסוכּנע אויסגעמאָגערטקייט בײַם קינד נעמט זיך, ווי אַ פּועל־יוצא פֿון דער מוטערס מעשׂים; קעגן די געזעץ־אינסטאַנצן, וואָס האָבן אַרעסטירט די פֿרוי? ניין — קעגן דער גאַנצער מלוכה!
אין ישׂראל איז פֿאַרשפּרייט אַ וויץ, אַז אויב דער שאָפֿער פֿירט שלעכט דעם אויטאָבוס, איז אין דעם שולדיק די מלוכה. ווי אין יעדן וויץ, שטעקט אויך אין דעם וויץ אַ געוויסער אמת. בײַ די חרדים, באַזונדערס בײַ דער גרופּע פֿון "נטורי־קרתּא", איז די מלוכה שולדיק קודם־כּל דערפֿאַר, ווײַל זי עקזיסטירט. ווײַל לויט זייער באַנעמונג קאָן אַ ייִדישע מלוכה מקוים ווערן נאָר דעמאָלט, ווען ס‘וועט קומען משיח. האָבן די ציוניסטן נישט געוואָלט וואַרטן ביז משיח וועט זיך מטריח זײַן און פּראָקלאַמירט אַ ייִדישע מדינה.
לאָזן איצט די חרדים אויס זייער כּעס צו דער ייִדישער מדינה. די חסידים פֿון "נטורי־קרתּא", למשל, פֿאַרברענען די ישׂראל־פֿאָן אינעם טאָג פֿון ישׂראלס אומאָפּהענגיקייט; בעת די מיליטערישע אַקציעס קעגן די פּאַלעסטינער טעראָריסטן, מאַכן זיי פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציעס אין ניו־יאָרק און לאָנדאָן; דריקן אויס זייער געטרײַשאַפֿט און איבערגעגעבנקייט די שׂונאים פֿון דער מדינה, אַזעלכע ווי דער איראַנישער פּרעזידענט אַכמאַדינעדזשאַד, אָדער די פֿירער פֿון "כעזבאָלאַ" און "כאַמאַס"; און בכלל, וווּ ס‘איז דאָ אַ שׂונא פֿון דער ייִדישער מדינה, דאָרט נעמען זיך מיט אים אַרום די חבֿרה פֿון "נטורי־קרתּא".
צוריק גערעדט, האָבן זיי זיך ביז הײַנט, אין משך פֿון די איבער 60 יאָר וואָס די מדינה עקזיסטירט, נישט אָפּגעזאָגט פֿון די סאָציאַלע פּריווילעגיעס, וואָס די ציוניסטישע רעגירונג צאָלט אויס זיי און זייערע משפּחות. זיי נוצן אויס די דעמאָקראַטישע געזעצן פֿון מדינת־ישׂראל פֿאַר זייערע אַנטי־דעמאָקראַטישע צוועקן און פּראָוואָקאַטיווע שריט.
מע קאָן די נטורי־קרתּאניקעס אַוודאי פֿאַרגלײַכן מיט פּאַיאַצן און לצים, זיי אָפּרײַבן, ווי בייזע פֿליגן; מע טאָר אָבער נישט פֿאַרמאַכן די אויגן אויף דעם פֿאַקט, אַז די פֿינצטערע רביים, וואָס שיקן זייערע חסידים אויף די גאַסן צו "באַלאַגאַנעווען", זײַנען נישט ווייניקער געפֿערלעך, ווי יענע אַראַבישע פֿירער, וואָס נוצן אויס זייערע הויכע פּאָזיציעס אין דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט אויפֿצוטרעטן קעגן דער ייִדישער מדינה, וועמענס בירגער זיי זײַנען.
דאָס מיינט אַוודאי נישט, אַז אַלע חרדים, בירגער פֿון ישׂראל, זײַנען אויף איין פּנים. צווישן זיי זײַנען דאָ נישט ווייניק ייִדן, וואָס באַציִען זיך צו דער מאַכט לאָיאַל און האַלטן זיך אין די ראַמען פֿון דער געזעלשאַפֿטלעכער מאָראַל. עס זײַנען דאָ אויך אַזעלכע, וואָס שטיצן אויפֿריכטיק די אידעאָלאָגיע פֿון ציוניזם. פֿונדעסטוועגן, האָט קיין איין חרדישע אויטאָריטעט זיך נישט אויפֿגעהויבן צו זאָגן: עד־כּאַן!
צי איז דאָ אַן אויסוועג פּטור צו ווערן פֿון אַזאַ "חרדישער פֿינפֿטער קאָלאָנע"? די מערבֿ־וועלט קוקט אַרויס אויף אַ נײַער פּאַלעסטינער מלוכה, בשכנות מיט ישׂראל. איז אפֿשר וואָלט געווען אַ פּלאַן, אַז די חסידים פֿון "נטורי־קרתּא", בראָש מיט זייערע רביים, זאָלן זיך אַריבערציִען אַהין. זאָלן זיי זיצן אויף קעסט בײַ זייערע פֿרײַנד און עסן דאָרט זייערע טעג, ביז עס וועלן קומען משיחס צײַטן.