|
פֿעליקס לעמבערסקי, 1940ער יאָרן |
|
Felix Lembersky, 1913—1970.
Paintings and Drawings.
Moscow: Galart, 2009
די נײַע פּובליקאַציע פֿונעם מאָסקווער קונסט־פֿאַרלאַג "גאַלאַרט" באַקענט דעם ברייטערן עולם מיט דער שאַפֿונג פֿון אַ קינסטלער, וואָס האָט איבערגעלאָזט אַ טיפֿן, אָבער ניט זייער בולטן שפּור אין דער געשיכטע פֿון דער סאָוועטישער קונסט. געבוירן אין לובלין אין 1913, האָט לעמבערסקי פֿאַרבראַכט זײַנע קינדער־יאָרן אין בערדיטשעוו. ער האָט אָנגעהויבן שטודירן מאָלערײַ אינעם קיִעווער קונסט־אינסטיטוט, און אין 1935 איז ער אַריבער קיין לענינגראַד און האָט ממשיך געווען זײַן בילדונג אין דער קונסט־אַקאַדעמיע בײַ די באַרימטע מײַסטער פֿונעם סאָוועטישן רעאַליזם, אַזעלכע ווי איסאַק בראָדסקי און באָריס יאָהאַנסאָן. דרײַ מלחמה־יאָרן, 1942—1944, האָט ער פֿאַרבראַכט אין דער שטאָט ניזשני טאַגיל אין די אוראַלער בערג, און זינט 1944 ביזן סוף פֿון זײַן לעבן האָט ער געלעבט אין לענינגראַד.
צום באַדויערן, האָבן זיך לעמבערסקיס פֿריִערע ווערק ניט פֿאַרהיטן, און מען ווייסט זייער ווייניק וועגן דער אוקראַיִנישער תּקופֿה פֿון זײַן לעבן, ווען ער איז געווען פֿאַרבונדן מיט דער מאָדערנער ייִדישער קונסט. מען קאָן נאָר פּרוּוון אויסגעפינען מעגלעכע שפּורן פֿון זײַן באַקאַנטשאַפֿט מיט דער "קולטור־ליגע" אין זײַנע שפּעטערע ווערק. לעמבערסקיס שאַפֿונג איז דורכגעזאַפּט מיט כּלערליי השפּעות, פֿון דעם איטאַליענישן רענעסאַנס ביז די פֿראַנצויזישע פּאָסט־אימפּרעסיאָניסטן. אין זײַנע מאָלערישע און גראַפֿישע ווערק פֿירט ער כּסדר אַ לעבעדיקן שמועס מיט זײַנע פֿאָרגייער און מיטצײַטלער.
|
לענין און אַ גרופּע קינדער |
|
אין זײַנע שפּעטערע ווערק ווערט דער דאָזיקער שמועס אַלץ מער אָנגעשפּאַנט, און דווקא דאָ קאָן מען געפֿינען מעגלעכע אָפּקלאַנגען פֿונעם ייִדישן אַוואַנגאַרד פֿון די 1920ער יאָרן.
אין די 1940ער און 1950ער יאָרן האָט זיך לעמבערסקי קונה-שם געווען מיט זײַנע רעאַליסטישע לײַוונטן אויף די "כּשרע" טעמעס פֿון אינדוסטריאַליזאַציע און רעוואָלוציע. ווען מען באַטראַכט זײַנע ווערק אויפֿמערקזאַם, באַמערקט מען, אַז זייער סטיל און קאָמפּאָזיציע וואַקסן אַרויס פֿון די קלאַסישע מוסטערן פֿון דער מערבֿ־אייראָפּעיִשער קונסט. למשל, דאָס בילד "די ערשטע בשׂורה. רעוואָלוציע" — איז אַ קלאָרער אָפּקלאַנג פֿונעם קריסטלעכן מאָטיוו פֿון "בשׂורה־טובֿה", ווען אַ מלאך איז געקומען צו דער בתולה מרים, כּדי איר מודיע צו זײַן, אַז זי וועט האָבן אַ קינד — אַ משיח. בײַ לעמבערסקי באַווײַזט זיך אַ געשטאַלט מיט אַ מלאכישער צורה פֿאַר אַ גרופּע פֿון זעלנער און פּויערים ערגעץ אויף אַ מאַרק אין אַן אוקראַיִניש שטעטל, און עס דאַכט זיך אַפֿילו, אַז מען קאָן דערקענען די ווענט פֿון אַן אַלטער געמויערטער שיל אינעם הינטערגרונט.
|
קאַטיע, די הויף־קערערין. לענינגראַד 1959 |
|
להיפּוך צו די גדולים פֿונעם "סאָציאַליסטישן רעאַליזם", האָט לעמבערסקי ניט געשאַפֿן קיין "פּאַראַדנע" בילדער. אַפֿילו ווען זײַן טעמע איז געווען גלאַט־כּשר פֿונעם אידעאָלאָגישן שטאַנדפּונקט, איז זײַן אויפֿגאַבע פֿאַרבליבן אַ קינסטלערישע, ניט אידעאָלאָגישע. ער איז תּמיד געווען אויסן צו שאַפֿן אַ סימבאָלישן אימאַזש פֿון דער ווירקלעכקייט. די לעצטע צען יאָר פֿון זײַן לעבן האָט לעמבערסקי פֿאַרבראַכט אינעם אינערלעכן "גלות", ווײַט פֿונעם אָפֿיציעלן הויפּטשטראָם פֿון דער סאָוועטישער קונסט. עס קאָן אויסזען ווי אַ פּאַראַדאָקס, אַז זײַנע חילוקי־דעות מיט דער אָפֿיציעלער סאָוועטישער קונסט־אידעאָלאָגיע זײַנען געוואָרן שאַרפֿער דווקא אין דער צײַט פֿון כרושטשאָווס "אָדליגע". די קאָנסערוואַטיווע פֿירערשאַפֿט פֿון דער סאָוועטישער קונסט־אַקאַדעמיע האָט אים דעמאָלט צוגערעכנט צו די שעדלעכע "דעקאַדענטן", און מען האָט אים שיִער ניט אַרויסגעטריבן פֿונעם לענינגראַדער קינסטלער־פֿאַראיין. די דאָזיקע צײַט קאָן מען באַהאַנדלען ווי אַ נײַער שעפֿערישער אָנהייב פֿאַרן קינסטלער, הגם די פֿאָרשער פֿון זײַן שאַפֿונג באַשטייען אויף דער המשכדיקייט פֿון זײַן שעפֿערישקייט. אין דער דאָזיקער צײַט האָט ער מער ניט קיין אינטערעס אין אָפּהיטן דעם אידעאָלאָגישן "כּשרות" און ווענדעט זיך צו אַזעלכע "טריפֿענע" טעמעס, ווי רעליגיע און פֿאַרגאַנגענהייט. זײַן סטיל ווערט מער "פֿאָרמאַליסטיש", אָבער בלײַבט, אין עצם, רעאַליסטיש. אַזוי ווי פֿריִער, שעפּט ער זײַנע טעמעס פֿון דער אַרומיקער ווירקלעכקייט, נאָר אַנשטאָט אינדוסטריע און רעוואָלוציע, ווערט זײַן אויפֿמערק צוגעצויגן צו די שפּורן פֿון אַמאָל אינעם הײַנט. אָבער זײַן באַציִונג צו דעם עבֿר איז ווײַט ניט נאָסטאַלגיש אָדער סענטימענטאַל. ער פּראָבירט אָנצוטאַפּן דעם "עיקר" פֿון די זאַכן, זייער גײַסטלעכן קערן, וואָס ווערט אָפּגעהיט אין זכּרון און דמיון.
|
יום־טובֿ, לענינגראַד 1953—1956 |
|
אין אַ רעדע אויף דער פֿאַרזאַמלונג פֿון די לענינגראַדער קינסטלער אין 1956 האָט לעמבערסקי געזאָגט: "דער אמתדיקער קינסטלער דאַרף זיך אָפּזאָגן פֿון פֿאַרפֿיקסירן קליינלעכע און ניט־וויכטיקע פֿאַקטן; מען דאַרף שאַפֿן ווערק, וועלכע אַנטפּלעקן די אינערלעכע ספּרוזשינעס." די דאָזיקע פּראָגראַם קלינגט זייער ענלעך צו דעם ליטעראַרישן אַני־מאמין פֿון י. ל. פּרץ אין דער הקדמה צו זײַנע זכרונות, אָבער עס איז ניט קלאָר ווי ווײַט לעמבערסקי איז געווען באַקאַנט מיט די ווערק פֿון זײַן באַרימטן לאַנדסמאַן. אַזוי ווי פּרץ, האָט לעמבערסקי כּסדר געזוכט נאָך נײַע פֿאָרמעלע און סטיליסטישע מיטלען פֿאַרן אויסדריקן דאָס שטיקל רוחניות, וואָס שטעקט אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן.
די ייִדישע טעמאַטיק איז ניט זייער בולט אין לעמבערסקיס שאַפֿונג. איינע פֿון די שטאַרקסטע ווערק זײַנע הייסט "באַבי יאַר". אין דער קאָמפּאָזיציע פֿילט זיך די השפּעה פֿון זײַן לערער יאָהאַנסאָן, דעם אָנערקענטן מײַסטער פֿון דער סאָוועטישער "אָפּטימיסטישער טראַגעדיע". אָבער אין תּוך גענומען, האָט לעמבערסקיס בילד גאָר ניט צו טאָן מיטן אָפֿיציעלן סאָציאַליסטישן אָפּטימיזם. די געהויבענע טראַגיק פֿונעם בילד ווערט נאָך קלאָרער, ווען מען האַלט אין זינען זײַן דאַטע — 1952 — דער סאַמע ברען פֿון דער סטאַליניסטישער אַנטיסעמיטישער קאַמפּאַניע. אין די שפּעטערע יאָרן באַווײַזן זיך לעמבערסקיס בילדער אויף די זײַטן פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד". דאָס איז די איינציקע סאָוועטישע פּובליקאַציע וואָס האָט געדרוקט זײַנע ווערק אין די 1960ער און 1970ער יאָרן.
|
ניזשני טאַגיל, 1958 |
|
לעמבערסקיס "ייִדישקייט" איז אײַנגעוואָרצלט אין די נאָוואַטאָרישע עקספּערימענטן פֿון דער סבֿיבֿה אַרום דער "קולטור־ליגע", מיט זייערע זוכענישן פֿון אַ נײַעם ייִדישן סטיל אין גראַפֿיק און מאָלערײַ. די דאָזיקע פֿאַרבינדונג ווערט קלאָר אין זײַנע ווערק פֿון די 1960ער יאָרן. אין די פּאָרטרעטן און לאַנדשאַפֿטן דערקענט מען מאָטיוון פֿון די פֿריִערע ווערק פֿון מאַרק שאַגאַל, יוסף טשײַקאָוו און נתן אַלטמאַן. אַזוי ווי אַנדערע סאָוועטישע ייִדישע קינסטלער נאָך דער מלחמה, ווי למשל תּנחום קאַפּלאַן אָדער מאיר אַקסעלראָד, שאַפֿט לעמבערסקי זײַן אייגענע וועלט, וואָס ווערט באַוווינט מיט די געשטאַלטן פֿון דעם אַמאָל. די ווירקלעכקייט ווערט באַפֿרײַט פֿון צופֿעליקע, זײַטיקע עלעמענטן, וואָס שטערן צו דערקענען דעם גײַסטלעכן עצם אין די מענטשן און דער נאַטור. אין זײַנע נאָטיצן קערט זיך דער קינסטלער צוריק צו די דעבאַטן פֿון די 1920ער יאָרן וועגן דער ראָלע פֿון דער פֿאָרעם אין דער קונסט׃ "די פֿאָרעם איז אַקטיוו, זי איז בכּוח חרובֿ צו מאַכן אַ געדאַנק, אָבער זי קאָן אויך באַזינגען, אויב זי איז אין הסכּם מיט דער תּקופֿה און דעם געדאַנק".