אַלע ווייסן פֿון וואָס עס באַשטייט אַ ביבליאָגראַפֿיע — אַ פּרטימדיקע רשימה פֿון ביכער, געוויינטלעך, אויף אַ געוויסער טעמע. פֿאַר ס‘רובֿ פֿאָרש־אָרבעטן דאַרף מען זיך באַניצן מיט ביכער, אַרטיקלען און אַרכיוו־דאָקומענטן, און די ביבליאָגראַפֿיעס קענען דעם פֿאָרשער פֿאַרשפּאָרן אַ סך צײַט און מי, און פֿאַרזיכערן, צווישן אַנדערע זאַכן, אַז מע פֿאָרשט נישט די זעלבע טעמע וואָס אַ צווייטער האָט שוין געמאַכט (דאָס הייסט, אויב מע וויל נישט).
ווען מע פֿאָרשט אָבער מוזיק, בפֿרט מוזיק נאָכן אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, דאַרף מען זיך צוהערן צו די רעקאָרדירונגען. וואָס שייך פֿאָלקסלידער, קען מען אָפֿט געפֿינען נאָר די לידער, וואָס מע זוכט אויף היימישע רעקאָרדירונגען. מסתּמא פֿאַרמאָגט חנה מלאָטעק, אַ דאַנק איר לאַנג־יאָריקער רובריק פֿון "לייענער דעמאָנען זיך לידער", איינע פֿון די גרעסטע זאַמלונגען פֿון אַזוינע היימישע קלאַנגען, ווײַל הונדערטער לייענער האָבן איר אַרײַנגעשיקט לידער אויף קאַסעטן במשך פֿון די יאָרן. די אַנדערע מוזיק־זשאַנערן ווי די עלטערע קלעזמער־מוזיק, אָדער טעאַטער־לידער קען מען גיכער הערן אויף פּלאַטעס.
טויזנטער, טויזנטער פּלאַטעס פֿון ייִדישע לידער, חזנות, קלעזמער־מוזיק האָט מען אַרויסגעלאָזט אין אַ סך לענדער, אָבער קיין צענטראַלע אינפֿאָרמאַציע־באַזע עקזיסטירט נישט. צום גליק, האָט מען יאָ אַן אַרומנעמיק ווערק פֿאַר די אַמעריקאַנער פּלאַטעס, וועלכע זענען אַרויס ביז 1942. אינעם דריטן באַנד פֿון ריטשאַרד ספּאָטסוווּדס זעקס־בענדיקן "עטנישע מוזיק אויף פּלאַטעס", האָט דער דיסקאָגראַף אויסגערעכנט אַן ערך 11,000 דיסקן פֿון ייִדישער מוזיק!
די פּלאַטעס פֿון מיזרח־אייראָפּע, רוסלאַנד און אייראָפּע פֿון פֿאַר דער מלחמה זענען, פֿאַרשטייט זיך צוליב דער מלחמה, מער זעלטן ווי די אַמעריקאַנער רעקאָרדירונגען. פֿאָרשער פֿון דער "דײַטשער נאַציאָנאַלער דיסקאָגראַפֿיע" האָבן אין 2006 אַרײַנגענומען ייִדישע רעקאָרדירונגען פֿאַרשריבן אין דײַטש־רעדנדיקע לענדער אינעם ערשטן באַנד, סעריע 6.
נישט אַלע פּלאַטעס אין די דיסקאָגראַפֿן האָט מען אין דער האַנט. מע ווייסט פֿון אַמאָליקע פּירסום־קאַטאַלאָגן און צײַטונג־אַנאָנסן, אַז מע האָט זיי רעקאָרדירט, אָבער אַמאָל ווייסט קיינער נישט, וווּ זיי ליגן, אָדער צי מע קען זיי נאָך געפֿינען ערגעץ אין אַן אַרכיוו, צי אין אַ פּריוואַטער קאָלעקציע.
אין פֿריִערדיקע אַרטיקלען האָבן מיר באַשריבן די אויפֿטוען פֿון באָב און מאַלי פֿרידמאַן, דער "יודאַיִקע־קלאַנג־אַרכיוו" אין פֿלאָרידע, און דער זאַמלער מרדכי (מאַרטין שוואַרץ) אין בערקלי. הונדערטער שעהען האָבן זיי אַרײַנגעלייגט אין זייערע פּראָיעקטן, כּדי אַ ברייטערער עולם זאָל קענען געניסן פֿון די ייִדישע פּלאַטעס פֿון אַמאָל. עס זענען נאָך פֿאַראַן אַנדערע "העלדן" פֿון דער ייִדישער דיסקאָגראַפֿיע, וואָס טוען תּוכיקע פֿאָרש־אַרבעט אויסצוגעפֿינען די באַהאַלטענע ייִדישע מוזיקאַלישע אוצרות פֿון אַמאָל.
איינעם, אַ ניו־יאָרקער, קענען מיר פּערזענלעך: דער פֿאָרשער און פֿידלער איציק־לייב וואָלאָך. זײַנע עסייען וועגן דעם רומענישן בעלף־אָרקעסטער און די סאָוועטישע קלעזמער־רעקאָרדירונגען פֿון 1937—1938 (ראַבינאָוויטשעס קאַפּעליע) גראָבן אויס אינטערעסאַנטע פֿאַקטן און קאָנטעקסטן וועגן דער מוזיק. די בעלף־רעקאָרדירונגען האַלט מען פֿאַר גאָר וויכטיקע, ווײַל זיי זענען די ערשטע מוסטערן פֿון אַ קאַפּעליע, וואָס שפּילט אַלטע קלעזמער־שטיקלעך; נישט קיין טעאַטער־לידער, נישט קיין חזנות. דעריבער האַלט מען, אַז אינעם אָרקעסטערס סטיל, אָדער צוגאַנג צום שפּילן די קלעזמער־מוזיק, האָט מען אַ פֿענצטערל צו עלטערע קלאַנגען. די סאָוועטישע רעקאָרדירונגען זענען וויכטיק, ווײַל זיי זענען אויך געבליבן געטרײַ דעם עלטערן סטיל, כאָטש מיט אַ גרעסערער גרופּע. דער אָרקעסטער האָט רעקאָרדירט אַ באַקאַנטע בדחנות־פֿאָרשטעלונג, וואָס איז מערקווערדיק, ווײַל כּמעט אַלע אַנדערע בדחנות־רעקאָרדירונגען פּאַראָדירן דעם בדחן און מאַכן חוזק פֿון זײַן באַוויינען די כּלה. אָבער ראַבינאָוויטשעס סאָוועטישער אָרקעסטער האָט פֿאַרשריבן די "אמתע סחורה" — אַ פֿאָרשטעלונג פֿון אַ בדחן און קאַפּעליע מיט אַלע עכטע פּיטשעווקעס.
אויפֿן וועבזײַטל — "דער ייִדישער גראַמאָפֿאָן" (www.yidisher-gramofon.org) קען מען זיך באַקענען מיט דער פֿאָרש־אַרבעט פֿון מײַקל אײַלוואַרד פֿון ענגלאַנד. ווען מע קוקט אָן וויפֿל ער האָט שוין אויפֿגעטאָן, ווערט מען דערשטוינט. אין אַ נומער פֿונעם זשורנאַל "פּה־לין" (2003) האָט ער אָפּגעדרוקט זײַן ערשטע פֿאָרשונג וועגן די ערשטע אייראָפּעיִשע רעקאָרדירונגען פֿון ייִדישער מוזיק. דעמאָלט, מיט זעקס יאָר צוריק, האָט ער דאָקומענטירט כּמעט 2,000 איינסן. הײַנט, שרײַבט ער, האָט ער באַווײַזן פֿון 14,000 רעקאָרדירונגען, אַרויסגעגעבן פֿון 113 פֿאַרשיידענע פּלאַטע־פֿירמעס אין אייראָפּע! אײַלוואַרד האָט שוין אויסגעפֿאָרשט די שטעט לאָנדאָן, פּאַריז, אַמסטערדאַם, בערלין, ווין, בודאַפּעסט, בוקאַרעשט, יאַס, טשערנאָוויץ, לעמבערג, וואַרשע, ווילנע, פּעטערבורג, מאָסקווע און אָדעס, און די פּלאַטעס וואָס מע האָט דאָרטן רעקאָרדירט.
נאָך אַן אינטערעסאַנטער פּראָיעקט פֿון אײַלוואַרדן פֿאָרשט דעם ייִדישן ראַדיאָ אין אייראָפּע פֿאַר דער מלחמה. אויף זײַן וועבזײַטל דרוקט ער אָפּ עטלעכע מוסטערן פֿון ייִדישע ראַדיאָ־טראַנסמיסיעס, וואָס ער האָט דערווײַל געפֿונען אין די צײַטונגען. למשל, אין ענגלאַנד אין 1925 האָט מען געזונגען גאָלדפֿאַדענס לידער און פֿאָלקסלידער ווי "יאָשקע, יאָשקע". אויף אַ סטאַנציע אין ווילנע האָט מען געהאַט אַ פּראָגראַם פֿון "ייִדישער גראַמאָפֿאָן־מוזיק"; אין האָלאַנד האָט דער האָלענדער ייִדישער זינגער לעאָ פֿולד געזונגען אויפֿן ראַדיאָ. אין פֿראַנקרײַך, און אַפֿילו נאָרוועגיע האָט מען אויך געקענט הערן ייִדישע לידער אויפֿן ראַדיאָ.
נאָך געניטע דיסקאָגראַפֿן זענען גערדאַ און פֿראַנז לעכלײַטנער פֿון ווין. דורך זייער אָרגאַניזאַציע "די געזעלשאַפֿט פֿאַר היסטאָרישע טאָנטרעגער" (www.phonomuseum.at) האָבן זיי אָנגעזאַמלט אַ פֿײַנע קאָלעקציע זעלטענע ייִדישע רעקאָרדירונגען פֿון לעמבערג, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. מע קען דאָרטן הערן די לעמבערגער רעקאָרדירונגען פֿון ה. ווייץ — "אַז גאָט וויל, שיסט אַ בעזעם אויך" און "אײַדל דודו דו"; לידער געזונגען פֿון לעאָן קאַליש, פּעפּי ליטמאַן און אַנדערע. כּמעט אַלע זינגער האָבן געהאַט אַ שײַכות מיט "גימפּלס טעאַטער". אויך מײַקל אײַלוווּד שרײַבט איצט וועגן "גימפּלס טעאַטער" און פֿאַר וואָס מע האָט אַזאַ אינטערעס אין דער מוזיק פֿון דער תּקופֿה איז לײַכט צו פֿאַרשטיין — עס איז משׂכּיליש און פֿאָלקיש. די נאָסטאַלגיע, דעם "שמאַלץ", וואָס מע הערט אין ייִדישע טעאַטער־לידער איז אַרײַן אין רעפּערטואַר ערשט שפּעטער, נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה. דאָ הערט מען אַ כּמעט פּרימיטיוון חוזק, וואָס איז אָבער עכט ייִדישלעך. דער הײַנטיקער עולם וואָלט אפֿשר נישט אָנגענומען די לידער, אָבער מע קען נישט אָפּלייקענען זייער אויטענטישקייט.
לאַנג לעבן זאָלן די דיסקאָגראַפֿן! ווען נישט זיי, וואָלט מען דען געקענט אַפֿילו קלערן וועגן אַזוינע ענינים? מיט אומגעדולד וואַרטן מיר אויף ווײַטערדיקע פֿאָרשונגען.