פּאָליטיק

אַ זשורנאַליסט, ווי אויסטערליש דאָס זאָל נישט קלינגען, איז פֿון אַ סך שטאַנדפּונקטן געגליכן צו אַ דאָקטער: וואָס זײַן פּערזענלעכער וועלט־באַנעם זאָל נישט זײַן, איז ער פֿריִער פֿון אַלץ פֿאַרפֿליכטעט צום אמת. אַזוי ווי אַ דאָקטער, וואָס איז געבונדן צו זײַן אַזוי־גערופֿענער היפּאָקראַטעס־שבֿועה, וועלכע פֿאַרפֿליכטעט אים צו באַהאַנדלען אויפֿן זעלבן אופֿן יעדן קראַנקן אָדער פֿאַרוווּנדעטן, אומאָפּהענגיק פֿון זײַן פּערזענלעכן שײַכות צו אים — אַזוי איז אויך דער זשורנאַליסט פֿאַרפֿליכטעט לגבי די פֿאַקטן, אויף וועלכע ער פֿאַררופֿט זיך, און צו דעם "אָביעקטיוון אמת", אויף וועלכן ער באַזירט זײַן באַשרײַבונג.

צי איז אָבער פֿאַראַן אַן "אָביעקטיווער אמת"?

אויף אָט דער פֿראַגע ענטפֿערט דער באַגריף "ראַשומאָן’’, וואָס איז שוין אַרײַן אין דער געשיכטע און אין דער פֿילאָזאָפֿיע אויפֿן נאָמען פֿון אַ פֿילם, רעזשיסירט פֿון דעם יאַפּאַנישן פֿילם־רעזשיסער קוראָסאַוואַ. אין דעם פֿילם, וועלכער ברענגט אַרויס פֿיר פֿאַרשיידענע ווערסיעס, פֿיר שילדערונגען, לרובֿ קעגנזעצלעכע, פֿון פֿיר עדות פֿון אַ ברוטאַלן פֿאַרגוואַלדיקונגס־אַקט. יעדע עדות־שילדערונג, יעדע אַנדערש איינע פֿון די אַנדערע, זעט אויס צו זײַן באַגלויבט — איז וועמען פֿון זיי זאָל מען גלייבן?

איך ווייס נישט, צי איז דאָס נאָר אַ בלויזער צופֿאַל, אָדער האָט עס גאָר אַ וועלכן עס איז לאָגישן, אָדער גיכער אַ פּאַראַדאָקסאַלן צוזאַמענהאַנג — וואָס דער נאָבעלער נאָמען פֿון דעם אַלט־גריכישן דאָקטער היפּאָקראַטעס, דער פֿאָטער פֿון דער ראַציאָנעלער מעדיצין, וואָס פֿאַרפֿליכטעט דעם מענטש צו ערלעכקייט און איבערגעגעבנקייט — איז סעמאַנטיש אַזוי נאָענט און ענלעך, כּמעט קרובֿיש, יעדנפֿאַלס אין קלאַנג, צו דעם פֿולשטענדיק פֿאַרקערטן באַגריף, צום וואָרט היפּאָקריט, אָדער היפּאָקריזיע, וואָס מיינט גאָר צוויי־פּנימדיקייט, פֿאַלשקייט", דעמאַגאָגיע און צבֿיעות (Hippokrates קעגנאיבער hypocrisy).

און, וואָס שײַך דעם "אָביעקטיוון אמת", האָט ער דאָך אויך, ווי מיר ווייסן, אַ סך פּנימער.

אַ שווערע אַנטשיידונג פֿאַר דעם ריכטער. און אַ נישט ווייניקער שווערע דילעמע פֿאַר דעם פּשוטן בשׂר־ודם, ווען ער דאַרף אָננעמען אַ שטעלונג אין אַזאַ אָדער אַנדערער סוגיא, און דער עיקר, בנוגע די סאָציאַלע און פּאָליטישע קאָנפֿליקטן און געזעלשאַפֿטלעכע חילוקי־דעות. אָפֿטמאָל ווײַזט זיך אויס, אַז ווען צוויי שלאָגן זיך, זײַנען ביידע גערעכט, אָדער ביידע זײַנען נישט גערעכט; זיי וואָלטן דאָס געקענט פֿאַרמײַדן אויב זיי וואָלטן זיך בעסער געקענט.

דאָס איז אויך — און אפֿשר דער עיקר — די טבֿע פֿון מלחמות.

מיר אַליין איז אויסגעקומען זיך צו באַציִען צו אָט דער דערשײַנונג, וועלכע איך האָב (אין דעם אַרײַנפֿיר צום ערשטן באַנד פֿון מײַן בוך "אין געיעג נאָך מאָמענטן") פֿאָרמולירט מיט דער דעפֿיניציע, לויט וועלכער "די ווירקלעכקייט איז למעשׂה אַ פּראָדוקט פֿון אַ מולטיפֿאָקאַלער אָבסערוואַציע".

איך דערמאָן זיך מײַן ערשטע באַגעגעניש מיט אַ יונגער מצרישער זשורנאַליסטין אין קאַיִר מיט 32 יאָר צוריק. כ׳בין געקומען אַהין אין דעצעמבער 1977 ווי דער פֿאָרשטייער פֿון די "לעצטע נײַעס" און פֿון דער אַזוי־גערופֿענער "פֿרעמד־שפּראַכיקער פּרעסע" אין ישׂראל מיט דער ערשטער גרופּע ישׂראלדיקע זשורנאַליסטן גלײַך נאָך דעם "שלום־דעסאַנט" פֿון פּרעזידענט סאַדאַט אין ירושלים. דאָס זײַנען געווען די טעג פֿון דער העכסטער אופֿאָריע סײַ אין ישׂראל און סײַ אין מצרים. אין ביידע לענדער האָבן דאַן געקלונגען די גלאָקן פֿון משיחס צײַטן. אָט קומט ער, דער שלום.

אין דעם צימער נומער 242 פֿון דעם פּרעסע־צענטער אין קאַיִר האָבן מיר זיך צוזאַמענגעטראָפֿן — צום ערשטן מאָל — אין אַ פֿרײַען באַקענונגס־שמועס מיט אונדזערע עגיפּטישע קאָלעגן, און בעת דעם פֿרײַנדשאַפֿטלעכן וויכּוח, וואָס האָט זיך צווישן אונדז אַנטוויקלט — און איך האָב דאָך זיכער נישט געהערט צו דעם פּראָפּאַגאַנדע־אַפּאַראַט פֿון דעם ציוניסטישן עסטאַבלישמענט — איז די יונגע מצרישע זשורנאַליסטין, איר נאָמען איז געווען לײַלאַ, אַרויס מיט דער טענה, אַז דאָס האָט דאָך ישׂראל למעשׂה געעפֿנט אין 1948 די מלחמה קעגן די אַראַבישע לענדער וואָס אַרום איר... אַזוי האָט זי געלערנט פֿון דער געשיכטע.

נו, גיי זאָג דער יונגער מצרישער זשורנאַליסטין, וואָס אין דעם שמועס האָט זי זיך אַרויסגעוויזן ווי אַן אינטעליגענט מיידל, אַז זי ווייסט נישט דעם אמת... איך האָב זי מער, פֿון דעמאָלט אָן, נישט געזען, נישט באַגעגנט, און איך ווייס נישט, צי זי שעפּט נאָך אַלץ פֿון די זעלבע קוואַלן פֿון אינפֿאָרמאַציע, פֿון וועלכע זי האָט דעמאָלט געלערנט די געשיכטע פֿון דעם ישׂראל־אַראַבישן קאָנפֿליקט.

אויף איר טענה, אַז דאָס איז ישׂראל באַפֿאַלן די אַראַבישע מדינות און נישט פֿאַרקערט, האָב איך איר דעמאָלט געענטפֿערט, אַז אומוויסן איז דער מקור פֿון דער קאָלעקטיווער שׂינאה... עס איז קיין סוד נישט, אַז אויך אונדזערע קינדער לײַדן פֿון דעם זעלבן פֿעלער, פֿון דעם זעלבן אומוויסן בנוגע אונדזערע אָדער זייערע (די קינדערס) קעגנער. פֿון דאַנען אויך די קעגנזײַטיקע קאָלעקטיווע שׂינאה צווישן "אייגענע" און "פֿרעמדע", צווישן פֿעלקער און לענדער, צווישן נאָענטע און ווײַטע, און אויך צווישן שכנים.

עס איז פֿאַראַן דער זייער פֿאַרשפּרייטער און שטאַרק אײַנגעוואָרצלטער אינסטינקט פֿון אויטאָמאַטישער סאָלידאַריטעט צו כּלערליי "אייגענע" אין יעטוועדן פֿאַרמעסט קעגן "פֿרעמדע" אָדער "אַנדערע". וואָס העכער עס איז דער קולטורעלער ניוואָ פֿון דעם געגעבענעם קאָלעקטיוו, אַלץ גרעסער און שטאַרקער איז די מאָס פֿון זײַן טאָלעראַנץ לגבי יענעם אַנדערן צד. די קאָלעקטיווע שׂינאה איז, אין רעזולטאַט פֿון איר אַגרעסיוון כאַראַקטער, לרובֿ שטאַרקער ווי די קאָלעקטיווע טאָלעראַנץ. מ׳קען דאָס זען, למשל, אויף דער גאַס אין צוזאַמענשטויסן צווישן גרופּעס, וווּ יעדער צופֿעליקער פֿאַרבײַגייער שליסט זיך אָן אויטאָמאַטיש צו "זײַן" צד אין דעם קאָנפֿליקט און שענקט גלײַך גערעכט דעם אייגענעם צד, געפֿינענדיק גיך די געהעריקע מאָטיוון אים צו באַרעכטיקן קעגן דעם אַנדערן. דאָס איז אין רעזולטאַט פֿון דער אויבן דערמאָנטער קאָלעקטיווער אויטאָמאַטישער סאָלידאַריטעט פֿון דעם אָנגעהעריקייט־סעקטאָר.

און אָט בין איך גראָד די טעג אַרײַנגעצויגן געוואָרן אין אַ פֿרײַנדלעכן שמועס, וואָס האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַן אויסטערלישן וויכּוח מיט אַ יונגן ישׂראלדיקן אַראַבער, אַ פּאַלעסטינער, ווי ער באַצייכנט זיך, אַן אַרבעטער אין אַ תּל־אָבֿיבֿער אויטאָ־גאַראַזש. איך בין געקומען אַהין פֿאַרריכטן אַ קאַליע געוואָרענעם חלק אין מײַן אַלטן אויטאָ, און בשעת־מעשׂה האָט זיך אַנטוויקלט אָט דער באַנאַלער און צום סוף דערשטוינענדיקער שמועס ווען ער האָט מיך, צוליב עפּעס אַן אומשולדיק אַרויסגעזאָגט ווערטל, אַ פֿרעג געטאָן — וווּ בין איך געווען אין דער צײַט פֿון דער "גרויסער מלחמה"?

"אין רוסלאַנד" — האָב איך אים געענטפֿערט — געוואָגלט זיך פֿון די וואָרקוטאַ־לאַגערן אויפֿן ווײַטן צפֿון, אין צפֿון־אוראַל, איבער די קאָלכאָזן ביז צו דער גרענעץ פֿון אַפֿגאַניסטאַן אין דרום־מיטל־אַזיע.

— ווי אַזוי ביסטו געקומען אַהין, וואָס האָסטו דאָרט געטאָן? — איז ער ווײַטער צוגעשטאַנען, געוואָלט וויסן פֿאַרוואָס איך בין אַוועק פֿון מײַן וואַרשעווער היים.

— וואָס הייסט פֿאַרוואָס? — האָב איך זיך געוווּנדערט אויף זײַן פֿראַגע. — כ׳בין געווען אַ פּליט, כ׳בין אַנטלאָפֿן פֿון די דײַטשן... אַזוי ווי אַ סך אַנדערע ייִדישע מלחמה-פּליטים. איך בין אַנטרונען פֿון די קרעמאַטאָריעס און גאַז־קאַמערן, פֿון וועלכע מײַן פֿאָלק, מײַן משפּחה, מײַנע נאָענטע, מײַנע לײַבלעכע זעקס מיליאָן האָבן נישט געקענט אַנטרינען.

— אַ, דו זעסט? איך בין נישט אַנטלאָפֿן פֿון מײַן דאָרף! און איך וועל פֿון דאַנען קיינמאָל נישט אַנטלויפֿן. איך בין דאָ געבוירן געוואָרן און דאָ וועל איך שטאַרבן און פֿאַרלאַנגען מײַנע רעכט. און איר דאָרט, איר זאָגט, אַז זעקס מיליאָן זענען אומגעקומען. ווער קען דאָס גלייבן? זעקס מיליאָן האָבן נישט געקענט שטעלן קיין ווידערשטאַנד? גיב אַ קוק ווי זיי דאָ אין עזה האָבן געקעמפֿט!

איך בין געבליבן געפּלעפֿט. עס איז מיר שווער געווען צו געפֿינען פֿאַר אים אַ וועלכן עס איז לאָגישן ענטפֿער. אַפֿילו צו זאָגן: "ווי קענסטו פֿאַרגלײַכן?"

און מײַן יונגער אַראַבישער מיטשמועסער, וועלכער האָט שוין פֿון פֿריִערדיקע שמועסן געקענט מײַן קריטישע שטעלונג צו דער פּאָליטיק פֿון דער רעגירונג, לאָזט נישט אָפּ און פֿרעגט ווײַטער:

— דײַנע קינדער האָבן געדינט אין דער אַרמיי? און דו האָסט זיי געשיקט דינען? איך, זאָגט ער, האָב מײַנע קינדער נישט געשיקט דינען אין דער אַרמיי ווײַל איך בין קעגן מלחמה.

— זעסטו, איך אַליין האָב אויך געדינט אין דער אַרמיי, ווי נאָר איך בין געקומען אין לאַנד. יעדער בירגער דאַרף דינען, דאָס איז אַ געזעץ. און אויב דו און דײַנע קינדער דינען נישט, איז דאָס ווײַל נאָר אַ דעמאָקראַטישע מדינה קען דיר דערמעגלעכן צו געניסן פֿון דער פּריווילעגיע נישט צו דינען אין דער אַרמיי, כּדי דו און דײַנע קינדער זאָלן נישט דאַרפֿן קעמפֿן קעגן דײַנע קרובֿים, צומאָל אַפֿילו ברידער פֿון יענער זײַט גרענעץ...

— אַ שיינעם דאַנק, — האָט ער אַ זאָג געטאָן מיט אַן איראָנישן שמייכל. איך בין אײַך מוחל די דאָזיקע "פּריווילעגיעס". איך וואָלט בעסער געוואָלט, אַז איך און מײַנע קינדער זאָלן נישט דאַרפֿן אָנקומען צו אַזעלכע פּריווילעגיעס און זאָלן מיר בעסער פֿילן די מאָטיוואַציע און די נויטווענדיקייט צו דינען דער מדינה, און זאָלן מיר געניסן פֿון די זעלבע רעכט צוגלײַך מיט די ייִדן, וואָס קומען אַהער פֿון דער פֿרעמד. איך בין דאָ אַ תּושבֿ שוין מער ווי פֿון צען דורות, אָבער מײַנע קינדער וואָס לערנען אין אַ פֿאַרנאַכלעסיקטן בנין פֿון אַ מיטלשול אין מײַן ייִשובֿ, וועלן נישט קענען אָנקומען אויף קיין מלוכישן פּאָסטן. און ווען איך קום אַהיים פֿון דער אַרבעט, וואָס איך האָב געהאַט דאָס מזל צו באַקומען ווי אַ געניטער מעכאַניקער בײַ אַ ייִדישן באַלעבאָס, באַגעגנט מיך אין מײַן ייִשובֿ דער שטינקענדיקער ריח פֿון דעם אָנגעלייגטן מיסט, ווײַל די מוניציפּאַלע אַרבעטער שטרײַקן שוין דרײַ חדשים און רייניקן נישט אָפּ דאָס מיסט, זיי האָבן שוין מער ווי אַ יאָר נישט באַקומען זייער געהאַלט. איבער 50 פּראָצענט פֿון די אײַנוווינער זײַנען אַרבעטלאָז. די אַראַבישע מוניציפּאַליטעטן קריגן פֿון דער רעגירונג נאָר אַ פֿינפֿטל צו דעקן זייערע מוניציפּאַלע הוצאָות, אין פֿאַרגלײַך מיט די ייִדישע אאַז״וו., און נאָכן רעקוויזירן די לאַנדווירטשאַפֿטלעכע באָדנס פֿון די אײַנוווינער דערלויבט נישט די רעגירונג צו בויען פֿאַר די קינדער קיין וווינונגען אין דער וואַקסנדיקער ענגשאַפֿט פֿון דעם ייִשובֿ....

זײַנע טענות האָבן זיך גענומען שיטן אָן אַן אויפֿהער ווי קערנער פֿון אַ געלעכערטן זאַק. ער האָט שוין נישט געוואַרט אויף מײַנע ענטפֿערס, וואָס איך האָב במילא נישט געפֿונען צווישן מײַנע באַרעכטיקונגס־מאָטיוון. איך האָב אָבער דערפֿילט אין זײַנע רייד אַ געוויסן אויסטערלישן מיטגעפֿיל פֿאַר מײַן אומבאַהאָלפֿנקייט קעגנאיבער זײַנע באַשולדיקונגען.

דער שמועס איז געוואָרן איבערגעריסן ווען ער האָט פֿאַרענדיקט די אַרבעט. די זון האָט זיך אַראָפּגעלאָזט, עס איז געוואָרן טונקל און מיר האָבן זיך געזעגנט, זיך געלאָזט אין וועג אַרײַן, יעדער אין זײַן ריכטונג, יעדער צו זײַן סבֿיבֿה. איך האָב זיך דערפֿילט פֿון איין זײַט, ווי אַ שותּף צו דער זעלבער אומבאַהאָלפֿנקייט, פֿון וועלכער עס לײַדן ביידע צדדים, וועלכע זעען נישט פֿאַר זיך קיין ליכטיקע האָריזאָנטן פֿאַר דער צוקונפֿט — הגם איך קען זײַן מצבֿ ווײַט נישט פֿאַרגלײַכן צו מײַנעם. אונדזער גורל — מײַנער ווי זײַנער — ליגט נישט אין אונדזערע הענט, נאָר אין די הענט פֿון מנהיגים, וואָס זייערע אַמביציעס שטײַגן ווײַט אַריבער זייערע כּוונות און מעגלעכקייטן. אָבער אין מײַנע אויערן און אין מוח האָבן געעקבערט די אויסטערלישע רייד — די פֿראַגעס און זײַנע אייגענע ענטפֿערס אויף די פֿראַגעס — פֿאַרוואָס איך בין פֿאַרוואַלגערט געוואָרן ווי אַ פּליט אין די לאַגערן און רחבֿותן פֿון רוסלאַנד, פֿאַרוואָס און פֿאַרוואָס, און פֿאַרוואָס...

און עס האָט מיך געעקבערט די שאלה, פֿאַרוואָס געפֿינען נישט די מענטשן און די פֿעלקער קיין פֿאַרשטענדעניש, וואָס זאָל זיי פֿאַרהיטן פֿון אומרעכט און מלחמה.

אויך פֿאַר אים האָב איך געהאַט דעם זעלבן ענטפֿער ווי פֿאַר יענער מצרישער זשורנאַליסטין אין קאַיִר, אַז איגנאָראַנץ, אומוויסן און גײַסטיקע פֿינצטערניש איז דער עיקרדיקער מקור פֿון שׂינאה.

תּל־אָבֿיבֿ, דעם 21סטן יולי, 2009