פּובליציסטיק
דער זאַמלער פֿון די פּאָסטקאַרטלעך, דזשיימס גאַרפֿינקל, קוקט דורך די עקספּאָנאַטן פֿאַר דער אויסשטעלונג, פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק
דער זאַמלער פֿון די פּאָסטקאַרטלעך, דזשיימס גאַרפֿינקל, קוקט דורך די עקספּאָנאַטן פֿאַר דער אויסשטעלונג, פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק

צווישן די ערשטע ערטער, וואָס אַלע טוריסטן באַזוכן הײַנט אין ירושלים איז דער כּותל־מערבֿי, און אָפֿט מאָל דערציילן זיי שפּעטער, אַז דאָס איז געווען דער הויכפּונקט פֿון זייער נסיעה; אַ געוואַלדיקע איבערלעבונג. אַפֿילו די נישט־ייִדן לייגן אין די שפּאַלטן פֿונעם כּותל אַרײַן אַ קוויטל מיט זייערע פּריוואַטע בקשות צום אייבערשטן, און דריקן אויס זייער וווּנדער און דרך־ארץ פֿאַר דעם הייליקן אָרט בײַ ייִדן.

אָבער לויט אַן אינטערעסאַנטער אויסשטעלונג פֿון היסטאָרישע פּאָסטקאַרטלעך און פֿאָטאָגראַפֿיעס אין אַ בראָנקסער שיל דעם פֿאַרגאַנגענעם מאָנטיק, האָט דער כּותל נישט תּמיד אַרויסגערופֿן אַזאַ באַוווּנדערונג בײַ די גויים. פֿאַרקערט — געוויסע טוריסטן האָבן זיך אַפֿילו באַצויגן צו דעם מיט ביטול.

די אויסשטעלונג, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין דער "יאָנג־איזראַעל אוהבֿ־צדק", אין ריווערדייל, איז באַשטאַנען פֿון כּמעט הונדערט פּאָסטקאַרטלעך און בילדער פֿונעם כּותל־מערבֿי, אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן, צווישן די יאָרן 1895 און 1945, און איז געקומען פֿון דער פּריוואַטער זאַמלונג פֿון דזשיימס גאַרפֿינקל, דער פֿאַרוואַלטער פֿון אַ ניו־יאָרקער פֿינאַנץ־פֿירמע, "אַבאָט סאָלושאָנס". גאַרפֿינקל האָט אָנגעהויבן זאַמלען די חפֿצים פֿונעם כּותל און פֿון אַלט־ירושלים מיט פֿינעף יאָר צוריק.

אַ סך פֿון די פּאָסטקאַרטלעך אויף דער אויסשטעלונג האָבן געהאַט דאָס זעלבע באַקאַנטע בילד: אַ גרופּע ייִדישע פֿרויען, וועלכע דאַווענען בײַם כּותל, אײַנגעהילט אין פֿיל־פֿאַרביקע שאַלן (בערך פֿון 1905—1910). הגם בײַ די ייִדן איז דאָס באַוויינען דעם חורבן בית־המקדש אַ באַקאַנטע זאַך, האָט עס מסתּמא אויסגעזען משונהדיק בײַ די נישט־ייִדישע טוריסטן. אויף איין פּאָסטקאַרטל, למשל, האָט אַן אַמעריקאַנער פֿרוי, בעלאַ, געשריבן צו אַ מאַן, אָען ווינסלאָו, אין מאַסאַטשוסעטס, דעם 11טן מאַרץ, 1927: "ליבער אָען... נו, מיר זענען שוין אין ירושלים — דאָס איז אַ בילד ווי זיי קומען אַהער צו וויינען. ס׳איז אַזוי קאָמיש."

הגם ס׳איז קלאָר, אַז בעלאַ שפּעט אָפּ פֿונעם כּותל, און במילא פֿון "זיי", די ייִדן, וועלכע קומען אַהין, איז שווער צו וויסן, צי איר קאָמענטאַר איז טאַקע אַ סימן פֿון אַנטיסעמיטיזם. אָבער אין אַ צווייט קאַרטל, מיטן זעלבן בילד, איז דער אַנטיסעמיטיזם אַ סך מער בולט: איינער שרײַבט (קיין נאָמען איז נישטאָ) צו אַ פֿרוי אָדער מיידל מיטן נאָמען אַנאַ טרעקער, אין 1925: "Jew-Rusalem... דאָס איז דאָס אָרט פֿון וואַנען זיי אַלע קומען."

די נעגאַטיווע קאָמענטאַרן פֿאַרחידושן אַ ביסל, ווײַל די אָפֿיציעלע ליניע פֿון די אַמעריקאַנער קריסטן איז דווקא געווען אַ פּאָזיטיווע, האָט גאַרפֿינקל געזאָגט. "בײַ דער וועלט־אויסשטעלונג אין סיינט־לויִ, אין יאָר 1904, למשל, האָט מען אַפֿילו אויפֿגעשטעלט אַ רעפּליקע פֿונעם כּותל־מערבֿי, פֿון נאַטירלעכער גרייס, און אַ סך מענטשן זענען געקומען עס זען. זינט דער גרינדונג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָבן די אַמעריקאַנער קריסטן זיך אָפּגעשפּיגלט אינעם אימאַזש פֿון ארץ־ישׂראל. ווי די בני־ישׂראל, זענען זיי אויך געקומען אין אַ ׳צוגעזאָגטן לאַנד׳, כּדי צו ווערן אַ ליכט פֿאַר די אַנדערע פֿעלקער."

ס׳איז אָבער מסתּמא געווען פֿרוסטרירנדיק פֿאַר די קריסטן, וואָס די ייִדן ווילן נישט אָננעמען יעזוסן, און אפֿשר אין דעם שטעקט די בפֿירושע אומסימפּאַטיע פֿון די צוויי טוריסטן.

אַ פּאָפּולער פּאָסטקאַרטל, געדרוקט בערך 1905־1910 (אויבן); צוויי פּאָסטקאַרטלעך וואָס מע האָט אָפּגעדרוקט לטובֿת דעם ציוניסטישן קאָנגרעס אין באַזעל, 1897
אַ פּאָפּולער פּאָסטקאַרטל, געדרוקט בערך 1905־1910 (אויבן); צוויי פּאָסטקאַרטלעך וואָס מע האָט אָפּגעדרוקט לטובֿת דעם ציוניסטישן קאָנגרעס אין באַזעל, 1897

ס׳רובֿ פֿון די פּאָסטקאַרטלעך אין דער זאַמלונג האָבן אָבער אָנגעשריבן ייִדן. איין קאַרטל, אָנגעשריבן אויף לשון־קודש מיט אַ שיינער האַנטשריפֿט, איז אַרויסגעשיקט געוואָרן פֿונעם "כּולל חב״ד" אין ירושלים, יאָר 1918, צו הרבֿ אַ. כאַנאָוויץ, אין ניו־יאָרק. דער חב״דניק באַדאַנקט דעם רבֿ פֿאַר די $42, וואָס דער רבֿ האָט אַרײַנגעשיקט פֿאַר די אָרעמע לײַט אין ירושלים, און דער חב״דניק גיט צו: "זיי וועלן צוליב דעם שוין דאַווענען הלל זיבן מאָל אַ טאָג."

אין אַ צווייט קאַרטל, דאַטירט תּשעה־באבֿ, דעם 9טן אויגוסט, 1927, שרײַבט דער מחבר צו אַ מיסעס אַראָנאָווסקי, אין שײַנכײַ: "כ׳בין געגאַנגען צום כּותל־מערבֿי צו בעטן, אַז אונדזער בית־המקדש זאָל אויפֿגעריכט ווערן, און אַז מע זאָל אונדז אומקערן דעם אַמאָליקן גלאַנץ. עס זענען דאָ געווען צענדליקער טויזנטער מענטשן, אָבער אַ סך פֿון זיי, ווי איך, האָבן באַוויזן זיך דורכצושטופּן. כ׳האָף אַז איר זענט אַלע געזונט."

הגם נישט אַלע קאַרטלעך אויף דער אויסשטעלונג קומען פֿון ירושלים, האָבן זיי אַלע אַ שײַכות מיטן כּותל: בײַ אַ לשנה־טובֿה געדרוקט אין בערלין (נישט־דאַטירט), זעט מען ווי די ייִדן זיצן אויף דר׳ערד בײַם כּותל מיט אַן אָנגעצונדן ליכטל — אַ פּנים איז עס תּשעה־באבֿ — און אונטערן בילד, אויף דײַטש, שטייט: בײַם קלאָג־מויער אין ירושלים. אויף דער צווייטער זײַט איז אַ בריוועלע אין העברעיִש: "מיר ווינטשן אײַך אַ גוט און מזלדיק יאָר... אַבאַ און אמא." אין ווינקל פֿונעם קאַרטל שטייט: "די הכנסה פֿאַר דעם קאַרטל גייט פֿאַרן ׳קרן־קימת׳."

און עס געפֿינט זיך דאָ אויך אַן אמתע יקר־המציאות: אַ פּאָסטקאַרטל אָנגעשריבן, אויף דײַטש, צו אַ מיידל, אַנאַ, אַרויסגעשיקט פֿונעם ציוניסטישן קאָנגרעס אין באַזעל, דאַטירט דעם 2טן נאָוועמבער 1897!

גאַרפֿינקל, דער זאַמלער פֿון די פּאָסטקאַרטלעך, זאָגט, אַז ער איז שוין אַן אַלטער זאַמלער פֿון פּאָסטקאַרטלעך און מאַרקעס פֿון דער אַלטער שטאָט, אָבער מיט 5 יאָר צוריק האָט ער זיך ספּעציעל פֿאַראינטערעסירט מיט זאַמלען חפֿצים פֿונעם כּותל. "ס׳איז אַ פּאָליטישע זאַך בײַ מיר," האָט ער באַמערקט. "די אַראַבער טענהן, אַז דאָס אָרט פֿונעם כּותל־מערבֿי איז בײַ זיי הייליק. אָבער וואָס מער איך האָב געזאַמלט די קאַרטלעך פֿון ארץ־ישׂראל, אַלץ מער האָב איך אײַנגעזען, אַז אַלע נאַציאָנאַליטעטן — די רוסן, די פֿראַנצויזן, די דײַטשן און אַפֿילו די אַראַבער, האָבן עס אַלע גערופֿן דאָס אָרט פֿון שלמה המלכס טעמפּל."

הגם לכתּחילה האָט ער געזאַמלט די קאַרטלעך צוליב פּאָליטישע סיבות, האָט ער אײַנגעזען, אַז דער אינהאַלט אַליין פֿון די בריוו איז פֿאַרכאַפּנדיק. "די בריוון־שרײַבער, בפֿרט די גוייִשע, האָבן דאָך נישט געוווּסט, אַז פֿרעמדע לײַט וועלן די בריוו אַ מאָל לייענען, האָבן זיי געשריבן ווי זיי פֿילן טאַקע. עס גיט אונדז אַ בליק, ווי אַזוי זיי האָבן באַטראַכט די ייִדן און דעם כּותל־מערבֿי."

אינטערעסאַנט איז, אַז אויך די ייִדן, בפֿרט די סעקולערע, האָבן אין יענע יאָרן נישט שטאַרק געהאַלטן פֿונעם כּותל. "די ציוניסטישע באַוועגונג איז געווען גאַנץ גלײַכגילטיק," האָט גאַרפֿינקל דערקלערט. אַ צײַטשריפֿט פֿון דער "קרן־קימת" אין די 1930ער יאָרן, באַשרײַבט אַלע פּרעכטיקע זאַכן אין ירושלים: די אויפֿטוען פֿון דער קרן־קימת, די "באַוהאַוס"־אַרכיטעקטור, אָבער נישט קיין וואָרט וועגן דעם כּותל. "ערשט אין 1967, נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, איז עס געוואָרן אַזאַ שטאַרקער סימבאָל אויך בײַ די נישט־פֿרומע ייִדן."

וווּ האָט גאַרפֿינקל געפֿונען די אַלע פּאָסטקאַרטלעך? "בײַ ליציטאַציעס, בײַ הענדלער, אויף e-bay... די הענדלער פֿון ייִדישע פּאָסטקאַרטלעך ווייסן שוין אַלע, אַז איך בין גרייט צו קויפֿן פּאָסטקאַרטלעך פֿון אַלט ארץ־ישׂראל, דאַרף איך זיי שוין מער נישט קלינגען. זיי קלינגען מיר."