|
דני קאָרן |
|
אין תּל־אָבֿיבֿ שפּילט "בית־בסרביה", דער וועלט־צענטער פֿון די בעסאַראַבער ייִדן, נישט קיין קליינע ראָלע אינעם ייִדישן קולטור־לעבן פֿונעם לאַנד. דער איצטיקער פּרעזידענט, דני קאָרן, דער זון פֿונעם פּאָליטיקער, שרײַבער און גרינדער פֿונעם "וועלט־ראַט פֿאַר ייִדיש", יצחק קאָרן ז״ל, איז געקומען צו גאַסט אין דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע און מיר האָבן אים אויסגעפֿרעגט וועגן דער אינסטיטוציע, איר געשיכטע, אויפֿטוען און פּלענער.
בײַם אָנהייב פֿון אונדזער שמועס, האָט דני, קודם־כּל, דערציילט וועגן דער וויכטיקער פּאָזיציע פֿון די בעסאַראַבער ייִדן אין דער געשיכטע פֿון מדינת־ישׂראל. דאָס יאָר, למשל, פּראַוועט מען הונדערט יאָר זינט דער גרינדונג פֿון דער שטאָט תּל־אָבֿיבֿ, און דער ייִד וואָס שטייט אין שפּיץ פֿון דעם יום־טובֿ, מאיר דיזענגאָף, שטאַמט פֿון אַ דאָרף לעבן אוריִעוו, אַ שטעטל אין בעסאַראַביע. אַפֿילו צו דער געשיכטע פֿונעם מיליטער אין ישׂראל האָבן בײַגעשטײַערט די בעסאַראַבער; נאָך דעם קעשענעווער פּאָגראָם, אין 1903, האָט ישׂראל גלעדי, אַ בעסאַראַבער, וואָס האָט אָנטייל גענומען אינעם שאַפֿן די זעלבסט־פֿאַרטיידיקונג־גרופּעס נאָך דער טראַגעדיע, זיך באַזעצט אין ארץ־ישׂראל און דאָרט געשאַפֿן אַן ענלעכע גרופּע צו פֿאַרטיידיקן די ייִדן פֿון די אַראַבישע אַטאַקעס — "השומר" — וואָס איז שפּעטער מגולגל געוואָרן אין דער "הגנה", דעם פֿאָרגייער פֿון דער ישׂראל־אַרמיי.
נאָך אַ באַקאַנטע בעסאַראַבער פּערזענלעכקייט אין ישׂראל איז געווען דער שרײַבער מאיר קאָטיק, וועלכער האָט לאַנגע יאָרן אָנגעפֿירט מיט דער "וועלט־פֿעדעראַציע פֿון בעסאַראַבער ייִדן" און געשריבן פּאָפּולערע ביכער וועגן ייִדישע משפּטים, ווי דער מענדל בייליס־ און לעאָ פֿראַנק־פּראָצעסן.
אין 1941 איז אויפֿגעקומען "די וועלט־פֿעדעראַציע פֿון בעסאַראַבער ייִדן" צו העלפֿן די בעסאַראַבער, וואָס זענען פֿאַרשיקט געוואָרן קיין טראַנסניסטריע. דרײַ פֿערטל פֿונעם פֿאַרשיקטן פֿערטל מיליאָן רומענישע ייִדן זענען דאָרט אומגעקומען. די בעסאַראַבער, זעט אויס, זענען נישט צופֿרידן, וואָס "יד־ושם" שטעלט נישט אויס מער מאַטעריאַלן וועגן דעם גורל פֿון די בעסאַראַבער ייִדן בעתן חורבן, און אַנטוויקלט נישט דעם קאַפּיטל פֿונעם חורבן אינעם מוזיי. אין אַ געוויסן זינען קומט אויס לײַכטער פֿאַר אַ מוזיי צו באַשרײַבן אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער, ווי די שרעקלעכע הפֿקר־וועלט פֿון טראַנסניסטריע, וווּ צענדליקער טויזנטער רומענישע ייִדן זענען אומגעקומען אָדער אויפֿן לאַנגן וועג פֿון געיעג, אָדער געשטאָרבן פֿון הונגער צי פֿון טיפֿוס, אָדער דערשאָסן און דערטרונקען געוואָרן דורך די רומענער און דײַטשן.
הזכּרות און אָנדענק־צערעמאָניעס פֿירט מען דורך יעדעס יאָר אין "בית־בסרביה". הײַיאָר, דעם 21סטן אַפּריל, אינעם טאָג פֿון "יום־השואה" אין ישׂראל, האָט אַ יונגע גרופּע פֿונעם שטעטל אַטאַקי צוגעגרייט די יערלעכע הזכּרה נאָך די בעסאַראַבער ייִדן. אין 2003, צו די 100 יאָר פֿונעם קעשענעווער פּאָגראָם, האָט "בית־בסרביה" געווירקט אויף דער מדינה אַרויסצוגעבן אַ פּאָסטמאַרקע לזיכּרון דעם פּאָגראָם. דער פּאָגראָם אין קעשענעוו, די קרוינשטאָט פֿון בעסאַראַביע, האָט ביזן חורבן געדינט פֿאַר אַלע ייִדן ווי אַ סימבאָל פֿונעם לויערנדיקן אַנטיסעמיטיזם אינעם 20סטן יאָרהונדערט.
נאָך דער מלחמה האָט די "פֿעדעראציע" ווײַטער געאַרבעט לטובֿת זייערע לאַנדסלײַט איבער דער וועלט. זי האָט נישט נאָר געהאָלפֿן מיט אימיגראַציע און סאָציאַלע ענינים, נאָר אויך מיט קולטורעלער שטיצע און געהאָלפֿן אַרויסגעבן ייִדישע ביכער. פּונקט ווי מע האָט געהאָלפֿן די פּליטים נאָכן חורבן, העלפֿט די "בעסאַראַבער פֿעדעראַציע" הײַנט די נײַע עולים פֿון בעסאַראַביע אין דער נאָך־סאָוועטישער תּקופֿה. גראַדואַנטן פֿונעם קעשענעווער "אַגריקולטור־קאָלעדזש", למשל, ווי אַבֿיגדור ליבערמאַן, טרעפֿן זיך אין איין צימער, און לאַנדסלײַט פֿון אַנדערע שטעט און שטעטלעך, ווי סאָראָקע און בעלץ, טרעפֿן זיך נישט ווײַט אין אַנדערע צימערן. קלענערע שטעטלעך פֿון איין ראַיאָן קומען זיך צוזאַמען. נחום גוטמאַן, דער "מאָלער פֿון תּל־אָבֿיבֿ", איז אַ טעלענעשטער — נאָך אַ שטעטל וועמענס לאַנדסלײַט טרעפֿן זיך אינעם בנין.
וואָס שייך דער שטיצע אַרויסצוגעבן ביכער, שטעלט מען דעם טראָפּ אויף די בענד וועגן די קהילות, וועגן זייערע געשיכטעס, אַנטוויקלונג און בײַשטײַער צו די ייִדן. איצט רעדט מען, דערציילט קאָרן, צי מע זאָל אויך שטיצן דאָס אַרויסגעבן ביכער אויף רוסיש, אָדער נאָר אויף עבֿרית. "מײַן טאַטע, יצחק קאָרן, האָט זיך באַמיט צו שטיצן אַ סך מחברים אויף ייִדיש, אָבער פֿאַר דער צוקונפֿט, פֿאַר די קומענדיקע דורות, איז העברעיִש אַוודאי מער פּאַסיק", האַלט דער זון. טויזנטער ייִדישע ביכער ליגן נאָך אין "בית־בסרביה" און מע דאַרף טראַכטן ווי אַזוי זיי צו פֿאַרשפּרייטן.
"בית־בסרביה" טיילט אויס דעם חשובֿן "פֿיכמאַן־פּרײַז" פֿאַר ליטעראַטור. דער שרײַבער יעקבֿ פֿיכמאַן איז געבוירן געוואָרן אין בעלץ אין 1881, עולה געווען אין 1925 און געשטאָרבן אין ישׂראל אין 1958. ער איז געווען אַ באַקאַנטער פּאָעט אויף העברעיִש, אָבער האָט געשריבן לידער, עסייען און דערציילונגען אויך אויף ייִדיש, און דעם "פֿיכמאַן־פּרײַז" טיילט מען אויס צו שרײַבער אויף העברעיִש, ייִדיש און פֿאַר כּלל־טוערײַ. דער פֿריִער דערמאָנטער מאיר קאָטיק האָט געוווּנען דעם פּרײַז, ווי אויך באָריס סאַנדלער, דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקטאָר.
צווישן אַנדערע אַקטיוויטעטן פֿונעם "בית־בסרביה" שטיצט מען קינסטלער פֿון בעסאַראַביע, ווי פּיטער גלוזער, פֿון יעדינעץ, וועלכער שטעלט אויס זײַנע בילדער פֿון תּל־אָבֿיבֿ אין דיזענגאָפֿס געוועזענער היים. אינעם בנין אַליין, קומען תּל־אָבֿיבֿער צו ניצן דעם ספּאָרט־זאַל, און טעאַטערס, ווי "ייִדישפּיל" טרעטן אויף אינעם פֿאָרשטעלונג־זאַל. רומענישע גרופּעס, נישט נאָר בעסאַראַבער, טרעפֿן זיך אינעם בנין שוין לאַנגע יאָרן. דער "וועלט־ראַט" האָט אויך זײַן ביוראָ געהאַט אין "בית־בסרביה."
אין צען יאָר אַרום וועט דער אָפּמאַך פֿון "בית־בסרביה" מיט דער תּל־אָבֿיבֿער מוניציפּאַליטעט קומען צו אַ סוף און די צוקונפֿט פֿונעם בנין נאָך דעם איז נישט קיין זיכערע. דני קאָרן פֿרעגט זיך, צי ס׳וועט נאָך זײַן דעמאָלט אַן אָרגאַניזירטע בעסאַראַבער קהילה וואָס וועט דאַרפֿן אַזאַ אינסטיטוציע? דערווײַל, אָבער העלפֿן פֿאָרשטייער פֿון דער "בעסאַראַביע־פֿעדעראַציע" אין 20 שטעט, מיט עצות פֿאַר די נײַע עולים אין לאַנד, און קאָרן "איז נאָך ענטוזיאַסטיש" וועגן דער וויכטיקער אַרבעט וואָס ער, און די אָרגאַניזאַציע, טוען. וועגן דער ייִדישער קולטור אין לאַנד, האָפֿט ער, אַז די אַלע ייִדישע קולטור־אָרגאַניזאַציעס זאָלן זיך צוזאַמעננעמען אין לאַנד און אַרויסווײַזן מער אַחדות אין זייער אַרבעט. "די פֿריִערדיקע דורות" האָט דני קאָרן צוגעגעבן, "ווי די גרינדער פֿון ‘בית־בסרביה’, האָבן טאַקע דורכגעטראַכט אַ פּלאַן און אים דורכגעפֿירט; און טאַקע אויפֿגעטאָן. זיי האָבן געזאַמלט דאָס געלט און זייער חלום איז מקוים געוואָרן. אינעם איצטיקן דור פֿון דער ייִדיש־וועלט דאַרפֿן מיר אויך טראַכטן, ווי מע קען ניצן אונדזערע קלענערע רעסורסן צום בעסטן".