פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער גורל האָט געגעבן רוסלאַנד אַ שיין ביסל מינעראַל-רעסורסן. דאָס העלפֿט גוואַלדיק דער מלוכה אָנצוהאַלטן איר שווער-זשיפּענדיקע עקאָנאָמיע אין אַ מצבֿ, ווען זייער אַ קליינער טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג לעבט אַ טאָג, און די איבעריקע באַקומען אויך קרישקעס פֿון דעם פֿעטן פּיראָג, וואָס ווערט אויסגעבאַקן פֿון אַזעלכע אינגרעדיענטן ווי נאַפֿט און גאַז. איז, דאַכט זיך, גוט! אָבער רוסלאַנד איז ניט די מדינה, וואָס זוכט עקאָנאָמיש-באַרעכטיקטע וועגן. רוסלאַנד וויל אויסנוצן די מינעראַלן ניט נאָר ווי אַ סטראַטעגיש-וויכטיקע סחורה, אָבער אויך ווי אַ געווער. גאַז איז געוואָרן אַ מיטל פֿון קוועטשן אויף אוקראַיִנע און, בכלל, אויף גאַנץ אייראָפּע. און אַפֿילו מחוץ אייראָפּע. אין דעם מאָסקווער קרעמל האָט מען, אַ פּנים, פֿאַרגעסן, אַז אַ געווער קען זיך אויפֿפֿירן ווי אַ בומעראַנג.

אין אייראָפּע, וווּ יעדן זומער חזרט זיך איבער אַ גאַז-קריזיס, איז מען ניט געזעסן מיט פֿאַרלייגטע הענט. קודם-כּל האָט מען דיווערסיפֿיצירט דעם גאַז-מאַרק. ווי אַ פּועל-יוצא, האָט רוסלאַנד עד-היום פֿאַרלוירן שוין אַ דריטל פֿון דעם אייראָפּעיִשן מאַרק. מערבֿ-אייראָפּעיִשע לענדער גרייטן זיך צו צו דעם קומענדיקן ווינטער און פֿילן אָן זייערע רעזערוווּאַרן מיט גאַז פֿון נאָרוועגיע, קאַטאַר און טרינידאַד. בפֿרט נאָך, אַז דער אַלגעמיינער עקאָנאָמישער מצבֿ איז איצט אַזאַ, אַז די אונטערנעמונגען נייטיקן זיך אַ סך ווייניקער אין גאַז.

שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס אַלע מערבֿ-אייראָפּעיִשע לענדער קערן איבער די וועלט, אַבי מאַכן אַלץ ממשותדיקער דעם חלק פֿון באַנײַענדיקע קוואַלן פֿון ענערגיע. מע קוועטשט אויס קילאָוואַטן ענערגיע פֿון ווינט, פֿון צו- און אָפּ-פֿלייץ אין ימען, וכ׳. ס׳איז קלאָר, אַז — אַ חוץ ריין-עקאָלאָגישע סיבות — וויל אייראָפּע אויך אָפּשוואַכן איר אָפּהענגיקייט פֿון אַזעלכע לענדער-כוליגאַנען ווי רוסלאַנד.

נאָך וויכטיקער איז דער פּראָיעקט "נאַבוקאָ". די דאָזיקע געשיכטע איז ניט קיין נײַע. נאָך מיט זיבן יאָר צוריק האָבן זיך אין ווין צונויפֿגעזאַמלט פֿאָרשטייער פֿון פֿינף גאַז-קאָמפּאַניעס: פֿון עסטרײַך, אונגאַרן, בולגאַריע, רומעניע און טערקײַ. מע האָט דעמאָלט זיך צונויפֿגערעדט צו בויען אַ נייעם וועג פֿאַרן גאַז, וואָס וועט גיין קיין אייראָפּע פֿון צענטראַל-אַזיע דורך קאַווקאַז, טערקײַ און די באַלקאַנען. מיט אַנדערע ווערטער, האָט מען שוין דעמאָלט באַשלאָסן צו מאַכן שבת פֿאַר זיך, אָן רוסלאַנד.

דער נאָמען "נאַבוקאָ" האָט זיך גענומען פֿון דזשוזעפּע ווערדיס אָפּערע, וואָס די פֿינף שותּפֿים זײַנען אַוועק הערן אין ווין נאָכן אונטערשרײַבן די פּאַפּירן. דער מאָטיוו פֿון פֿרײַהייט איז אין דער אָפּערע זייער אַן אויסגעשפּראָכענער; ווערדי האָט אין יענער צײַט געמיינט די פֿרײַהייט פֿון איטאַליע, כאָטש דער סיפּור-המעשׂה איז אַ תּנ״כישער און, אין אַ געוויסן זין, אַפֿילו אַ פּורים-שפּילנדיקער — "נאַבוקאָ" מיינט דאָך נבֿוכדנאצר. אַ סבֿרא, אַז הײַנטיקע צײַטן מיינט עס באַפֿרײַונג פֿון דעם רוסישן גאַז.

אין משך פֿון זיבן יאָר האָט מען געפֿירט אונטערהאַנדלונגען מיט פֿאַרשיידענע צדדים. רוסלאַנד האָט, פֿאַרשטייט זיך, געשטערט, ווי און וווּ דאָס איז נאָר געווען מעגלעך צו טאָן. אָבער דער סוף איז פֿונדעסטוועגן געווען אַ גליקלעכער. הײַיאָר, דעם 13טן יולי, האָט מען אין דער טערקישער הויפּטשטאָט, אַנקאַראַ, אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך וועגן בויען אַ רערן-ליניע, וואָס וועט קענען אַריבערטראָגן יעדן יאָר אַרום 30 ביליאָן קובישע מעטער גאַז.

קיין פֿולע באַפֿרײַונג איז עס ניט, מחמת אייראָפּע באַקומט איצט פֿון רוסלאַנד פֿינף מאָל מער גאַז. דערצו וועט די נײַע ליניע אָנהייבן אַרבעטן ניט פֿריִער ווי אין יאָר 2015. ס׳איז אויך ניט אין גאַנצן קלאָר, פֿון וואַנען דער גאַז וועט זיך נעמען פֿאַר אָט דער אַלטערנאַטיווער ליניע. אַזערבײַדזשאַן אַליין קען עס ניט אָנפֿילן. איראַן קען בײַשטײַערן, אָבער פּאָליטיש איז עס נאָך ערגער פֿון רוסלאַנד. אַזוי אַז די האָפֿענונגען זײַנען פֿאַרבונדן מיט גאַז פֿון די קורדישע געגנטן פֿון איראַק, ווי אויך פֿון טורקמעניסטאַן. דער טורקמענישער פּרעזידענט גורבאַנדולי בערדימוכאַמעדאָוו האָט שוין אַ ביסל אויסגערייניקט זײַן לאַנד פֿון די ווילדע איבערבלײַבענישן פֿון דעם פֿריִערדיקן דיקטאַטאָר, טורקמענבאַשי. אָבער די צרה איז ניט אַזוי אין דער דיקטאַטור (אין אַזערבײַדזשאַן שמעקט דאָך אויך ווייניק מיט דעמאָקראַטיע), ווי מיטן טראַנזיט פֿון טורקמעניסטאַן: צו קריגן פֿון דאָרטן גאַז מוז מען דורכלייגן אַ רערן-ליניע אינעם קאַספּישן ים, וואָס ווערט, אין אַ היפּשער מאָס, קאָנטראָלירט דורך רוסלאַנד און איראַן.

דערווײַל זוכט מען אין אייראָפּע אויך אַנדערע, ניט-רוסישע וועגן פֿאַר גאַז. באַזונדערס וויכטיק בלײַבט אַזערבײַדזשאַן, וואָס נישט בלויז האָט עס אַ סך רעסורסן נאָר עס איז אויך אַ לאַנד מיט אַ באַקוועמער געאָגראַפֿיע. למשל, דורך טערקײַ און גריכנלאַנד פֿירט מען איצט אַ ליניע קיין איטאַליע און בולגאַריע. מע פּלאַנירט אויך צו אַנטוויקלען אַ נעץ פֿון רערן-ליניעס אין אייראָפּע, מע זאָל קענען זײַן בייגעוודיק אין איבערוואַרפֿן גאַז אין די גרענעצן פֿונעם קאָנטינענט.

אויך רוסלאַנד זוכט נײַע וועגן. לעצטנס האָט מען אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך מיט ניגעריע. דער רוסישער גאַז-גיגאַנט "גאַזפּראָם" וועט בויען אין דער אַפֿריקאַנער מדינה אַן אינפֿראַסטרוקטור פֿאַר טראַנספּאָרטירן דעם היגן גאַז, בפֿרט קיין אייראָפּע.