- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
איך האָב געהערט, אַז עמעצער, דאַכט זיך אין דײַטשלאַנד, שרײַבט שוין יאָרנלאַנג אַ דאָקטאָר-אַרבעט אויף דער טעמע פֿון טראַקטאָריסטן און טראַקטאָריסטקעס אין דער ייִדישער ליטעראַטור. געהערט האָב איך עס מיט אַ יאָר זעקס, צי זיבן, צוריק. אָבער קיין פֿאַרטיקער פּראָדוקט איז, אויף וויפֿל איך ווייס, פֿון אָט דער אידעע דערווײַל ניט אַרויס. אַ שאָד. די טעמע איז אַן אינטערעסאַנטע און אַ רײַכע. דער עיקר, אַ סאָוועטישע, פֿאַרשטייט זיך. (הײַנטיקע קלעזמאָרים האָבן ליב אַזעלכע "עקזאָטישע" זאַכן — ניט צופֿעליק האָט זיך פֿאַראַיאָרן באַוויזן אַ קאָמפּאַקטל מיטן נאָמען "טראַקטאָריסט".) אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, אין ייִדישע קאָלכאָזן, האָבן הונדערטער יונגע לײַט באַהערשט די קונסט פֿון פֿירן אַ טראַקטאָר. אַ סבֿרא, אַז די ווערטער "טראַקטאָריסט" און "טראַקטאָריסטקע" שטאַמען פֿון יענע מקומות. כאַראַקטעריסטיש, אַז אין אוריאל ווײַנרײַכס ווערטערבוך זײַנען זיי אַפֿילו ניט אַרײַן. אַגבֿ, תּחילת האָט מען געשריבן, בדרך-כּלל, "טראַקטער", ווי אין דעם באַוווּסטן ליד "דזשאַנקוי":
ענטפֿערט, ייִדן, אויף דער קשיא,
זייער אַ ממשותדיקע ראָלע האָט אין דער גאַנצער סאָוועטישער טראַקטאָר-געשיכטע געשפּילט דער אַמעריקאַנער "דזשוינט"; בפֿרט, זײַן פֿאָרשטייער אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, יוסף ראָזען. וועגן דעם ענין דערציילט זייער אַן אינטערעסאַנטער אַרטיקל The Origin of the Machine Tractor Station in the USSR פֿון דער יאַפּאַנישער היסטאָריקערין טשיזוקאָ טאַקאַאָ אין דעם זשורנאַל Acta Slavica Iaponica, באַנד 19, יאָר 2002 (מע קען עס לייענען אויך אין אינטערנעץ). זי ווײַזט אָן, אַז דער "דזשוינט" האָט פֿאַקטיש פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿאַר מאַשין-טראַקטאָר-סטאַנציעס, וואָס איז געווען אַ וויכטיקער פֿענאָמען אין סאָוועטישן לעבן. בכלל, דער אַמעריקאַנער שפּור אין דער סאָוועטישער טראַקטאָר-סאַגע איז זייער אַ טיפֿער. אין צענטער שטייט די פֿיגור פֿון אַלבערט קאַהן (1869—1942), וואָס איז געווען איינער פֿון די פֿעיִקסטע אידוסטריעלע אַרכיטעקטן פֿון דעם 20סטן יאָרהונדערט. דער דאָזיקער אַמעריקאַניזירטער דײַטשישער ייִד איז געווען גוט באַקאַנט, באַזונדערס צוליב זײַנע פּראָיעקטן פֿון כּמעט אַלע "פֿאָרד"-פֿאַבריקן. מיט 80 יאָר צוריק, אין אַפּריל 1929, האָט זײַן דעטרויטער פֿירמע, געשאַפֿן אין 1895 (זי עקזיסטירט אויך הײַנט — זען www.albertkahn.com), באַקומען אַ נײַע אַרבעט — צוגרייטן אַ פּראָיעקט פֿאַר דער סטאַלינגראַדער טראַקטאָר-פֿאַבריק. קיין דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען זײַנען צווישן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד דעמאָלט נאָך ניט געווען, און די אונטערהאַנדלונגען האָט געפֿירט "אַמטאָרג" — אַ ניו-יאָרקער סאָוועטישע פֿירמע, וואָס האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ געמיש פֿון אַ מין האַנדלס-פֿאָרשטייערשאַפֿט און אַ שפּיאָנאַזש-צענטער. ס׳איז געווען קלאָר, אַז די פֿאַבריק האָט געהאַט מער אַ מיליטערישע, איידער אַ לאַנדווירטשאַפֿטלעכע פֿונקציע. דאָרט וווּ מע מאַכט טראַקטאָרן, קען מען זייער גרינג אויסאַרבעטן אויך טאַנקען. און טאַנקען זײַנען דאָך געווען וויכטיקער פֿון טראַקטאָרן. בסך-הכּל, האָט אַלבערט קאַהן און זײַן פֿירמע אין די יאָרן 1929—1932 פּראָיעקטירט מער ווי 500 אינדוסטריעלע אָביעקטן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, אַרײַנגערעכנט פֿיר טראַקטאָר-טאַנקען-פֿאַבריקן — אין סטאַלינגראַד, טשעליאַבינסק, כאַרקאָוו און טאָמסק. דער דיכטער לייב קוויטקאָ האָט אַ צײַט געאַרבעט אין דער כאַרקאָווער פֿאַבריק און אָנגעשריבן אַ ביכל — "אין טראַקטער-צעך", 1931. די דאָזיקע אָביעקטן האָבן פֿאַרלייגט דעם פֿונדאַמענט פֿאַר דער גאַנצער סאָוועטישער מיליטער-אינדוסטריע. די פֿירמע האָט פֿאַרדינט ביליאָנען דאָלאַרן, וואָס איז תּמיד געווען גוט, אָבער באַזונדערס גוט אין דעם קלימאַט פֿון עקאָנאָמישן קריזיס. אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד זײַנען עס געווען יאָרן, ווען מיליאָנען מענטשן זײַנען אַוועק פֿון דער וועלט צוליב דעם שרעקלעכן הונגער, מחמת ברויט האָט מען בײַ די דערפֿער-תּושבֿים אומברחמנותדיק צוגענומען און מע האָט עס פֿאַרקויפֿט אין אויסלאַנד, כּדי זיך צו באַרעכענען מיט די קאַהנס און ענלעכע אויסלענדישע פֿירמעס, אָן וועלכע די אינדוסטריאַליזאַציע און מיליטאַריזאַציע וואָלט געווען אוממעגלעך. צאָלן האָט מען אויך געדאַרפֿט די טויזנטער דערפֿאַרענע אויסלענדישע אינזשענירן, וועלכע האָבן דעמאָלט געאַרבעט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אין מאָסקווע האָט די קאַהן-פֿירמע געעפֿנט אַ ביוראָ, בראָש מיט מאָריץ קאַהן — ער און אַלבערט קאַהן זײַנען געווען ברידער. אַלבערט קאַהן איז אַליין קיין מאָל ניט געווען אין רוסלאַנד. אין דעם ביוראָ האָבן געאַרבעט בערך 25 אַמעריקאַנער אינזשענירן, וועלכע האָבן קאָאָרדינירט די טעטיקייט פֿון אַרום 2.5 טויזנט סאָוועטישע אינזשענירן, טעכניקער וכ׳. אין יענע יאָרן איז עס געווען דער גרעסטער פּראָיעקטיר-צענטער אין דער גאָרער וועלט. אַ חוץ די אונטערנעמונגען גופֿא, האָט מען פּראָיעקטירט אויך הײַזער, ווי אויך די ענערגעטישע און טראַנספּאָרט-אינפֿראַסטרוקטור. דאָס איז געוואָרן אַן אמתע קוזניע פֿון די קאַדרען פֿאַר דער סאָוועטישער אינדוסטריע. אין 1932 האָט מען ניט פֿאַרלענגערט די קאָנטראַקטן מיט קאַהנס פֿירמע. די רעגירונג האָט באַשלאָסן, אַז אין אייראָפּע, בפֿרט אין דײַטשלאַנד, האָט מען געקענט געפֿינען ביליקערע שותּפֿים. אין 1935 האָבן אין דער סאָוועטישער אינדוסטריע געאַרבעט 1,719 דײַטשן, 871 עסטרײַכער און בלויז 308 אַמעריקאַנער. אָפּשאַצונגען פֿון אָט דער געשיכטע זײַנען פֿאַרשיידענע. אייניקע טענהן, למשל, אַז אָן אַ מעכטיקער אינדוסטריע וואָלט דער סאָוועטישער רעזשים זיך אויפֿגעפֿירט אַנדערש, און די געשיכטע פֿון 20סטן יאָרהונדערט וואָלט געהאַט אַן אַנדער פּנים. אפֿשר. |