|
קול־שאַריף, דער הויפּט־מעטשעט אין קאַזאַן |
|
אַפֿילו וווינענדיק אין ארץ־ישׂראל בין איך נישט געקומען אַזוי נאָענט צו אַן אַקט פֿון טעראָר ווי דאָ, אין ריווערדייל. אויף דער דערבײַיִקער גאַס געפֿינען זיך די ביידע שילן, וווּ די היימיש געמאַכטע טעראָריסטן האָבן געהאַט בדעה אויפֿצורײַסן ביידע ייִדישע אינסטיטוציעס. שכנים, גוטע־פֿרײַנד און באַקאַנטע זײַנען מיטאַמאָל דערשיטערט געוואָרן. ווי קען דאָס זײַן? ממש אויף אונדזער שוועל? זיי האָבן זיך ביז אַהער געפֿילט געזיכערט פֿונעם איסלאַמיש־ראַדיקאַלן טעראָר. מיטאַמאָל האָט זיי אַ טיאָכקע געטאָן אונטערן לעפֿעלע.
נעמלעך: מיר זײַנען אין ערגעץ נישט זיכער און אויסגעהיט פֿון דער פֿאַרדאָרבענער שׂינאה צו ייִדן. זי איז זייער טיף אײַנגעוואָרצלט אין די הונדערטער דורות פֿון די אומות־העולם — פֿון דעם נײַעם טעסטאַמענט ביז מוכאַמעדס תּורת־קאָראַן. און די געטער פֿון די אַלע ביבליעס און טעסטאַמענטן, אַרײַנגערעכנט די קאָראַן־נאָכפֿאָלגער, האַלטן זיך אין איין שלאָגן צווישן זיך. און אויב נישט די געטער, איז מאַכט; און אויב ס׳איז נישט די מאַכט איז עס יענעמס.
איך דערמאָן זיך, אַז איך האָב מיט אַ פּאָר יאָר צוריק געלייענט אַ בליץ־פּאָסט וואָס עמעצער האָט מיר צוגעשיקט. ס׳איז געווען אַן אַרטיקעלע פֿון אַ שפּאַנישן שרײַבער, וועלכער האָט באַוויינט די דאָליע פֿון שפּאַניע און איר ברוטאַלע פֿאַרגאַנגענהייט סײַ מיט דער אינקוויזיציע לגבי דער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון מיטל־עלטער, סײַ מיט די מוסולמענער און אָפּטריניקע. פֿאַרוואָס האָט דער שפּאַנישער שרײַבער נישט בלויז באַדויערט די ביטערע דאָליע פֿון דער הײַנטיקער שפּאַניע, נאָר געריסן פּאַסן פֿון זיך און געקומען צום אויספֿיר, אַז די פֿרידלעכע ייִדן, וואָס האָבן באַרײַכערט אויף אַזוי פֿיל געביטן אין אַמאָליקן שפּאַניע, האָט מען פֿאַרטריבן — אָפּגעשניטן זייערע קולטור־שעפֿערישע זאַפֿטן, פֿאַרברענט אויף די שײַטער־הויפֿנס — בלויז צוליב דעם, ווײַל זיי זײַנען געווען ייִדן. הײַנט זײַנען זיי באַלאָדן מיטן פֿאָלק פֿון איסלאַמישן גלויבן, וואָס אַ טייל פֿון זיי ברענגען אַרײַן אומרו, זאָרג און אַ סך מאָל צעשטערונג אין לאַנד, און ער פֿאַרענדיקט — און איך פּאַראַפֿראַזיר — "שפּאַניע האָט אויסגעביטן גוטס אויף שרעק".
פֿון דער "ניו־יאָרק טײַמס", פֿונעם 3טן יוני הײַיאָר, דערוויס איך זיך, אַז אין רוסלאַנד געפֿינען זיך הײַנט צווישן פֿופֿצן און צוואַנציק מיליאָן מוסולמענער, צווישן אַ באַפֿעלקערונג פֿון 140 מיליאָן נפֿשות. דאָ רעדט זיך וועגן קאַזאַן, די הויפּטשטאָט פֿון טאַטאַרסטאַן, וואָס געפֿינט זיך אויף דעם וואָלגאַ־טײַך, אַרום 500 קילאָמעטער פֿון מאָסקווע. דאָרט געפֿינט זיך די טאָטערישע געגנט אין רוסלאַנד וווּ עס ווערן הײַנט געמישפּט עלף יונגע טאָטערן מיט פֿריילעכע פּנימער, וואָס געהערן צו אַ באַוועגונג, וואָס רופֿט זיך "היזבוט טאַהריר". זייער אַרעסט האָט אויפֿגעשוידערט די אָנוועזנדיקע אין געריכט. עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז זיי געהערן צו אַן איסלאַמיש־ראַדיקאַלן פֿליגל, וואָס האָט זיך אײַנגעקנוילט אין אַ פּאָליטישער פּאַרטיי, וואָס איר ציל איז צוריקצוברענגען אַן איסלאַמישן לעבנס־שטייגער און אַן איסלאַמישן קאַליפֿאַט.
איינער פֿון די אַרעסטאַנטן, וואָס הייסט אַלמאָז כאַסאַנאָוו, איז אַ זעלבסט־פּראָקלאַמירטער איסלאַמיש־ראַדיקאַלער רעוואָלוציאָנער. ער זאָגט עדות, אַז ער איז גרייט אַנטקעגן שטעלן זיך די אײַנגעפֿונדעוועטע נאָרמעס פֿון מאָדערנעם לעבנס־שטייגער פֿון קאַזאַן, און צוריקברענגען די פֿאַרצײַטיקע איסלאַמישע רעליגיע. ער טענהט, אַז ווען די איסלאַמישע טאָטערן האָבן געלעבט דאָ אונטער מאָסקוועס ממשלה זינט "איוואַן דעם גרויזאַמער", וועלכער האָט פֿאַרטריבן די מאָנגאָלן פֿון טאָטערן־לאַנד אין 16טן יאָרהונדערט, און ווען דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט זיך צעקרישלט פֿון אינעווייניק, האָבן זיי ערשט אויפֿגעלעבט. די אַרעסטאַנטן, אַלע יונגע טאָטערן, זײַנען ס׳רובֿ סטודענטן און פֿאַרטיידיקן זיך מיטן אויסרייד, אַז מען האָט זיי גערודפֿט פֿאַרן אָפּגעבן זיך מיטן איסלאַם און זײַן אַרײַנגעטאָן אין מיסיאָנערישער אַרבעט לגבי דעם איסלאַם; נישט בלויז אין די מאָסקן, נאָר אויסער די מאָסקן און אויסער די איסלאַמישע אַנשטאַלטן. דאָ רעדט זיך וועגן יונגע, אוניווערסיטעט־דיפּלאָמירטע מענטשן; אַגבֿ, אין קאָנטראַסט צו די פּרימיטיווע, אָפּגעשטאַנענע באַנדיטן, וואָס האָבן בדעה געהאַט אויפֿצורײַסן די שילן אין ריווערדייל.
די טאָטערן טענהן, אַז זייער אינטערעס ליגט ס׳רובֿ אין דער פֿילאָסאָפֿיע פֿון איסלאַם, און נישט אַלע רעליגיעזע פֿירער קענען זיי אויסטײַטשן ווי ס׳געהערט צו זײַן. אַ חוץ דעם, האָבן זיי טענות צו זייערע רעליגיעזע פֿאַרזאָרגער, וועלכע האָבן נישט געשטיצט די אינטערעסן פֿון דער איסלאַמישער יוגנט. די חבֿרה טאָטערן האָט מען טאַקע אַרעסטירט, נישט צוליב זייערע ראַדיקאַלע נטיעות, נאָר דווקא צוליב זייערע נײַע געדאַנקען און אידעען.
ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, שפּיגלט אָפּ דער מישפּט רוסלאַנדס סתּירותדיקע באַציִונגען צו דער איסלאַמישער באַפֿעלקערונג. נישט געקוקט אויף דעם אַלעם, האָט מאָסקווע גוטגעהייסן דעם אויפֿבוי פֿון צענדליקער מאָסקן און מעדרעסעס. דער פּרעמיער־מיניסטער, וולאַדימיר פּוטין, בעת ער איז געווען פּרעזידענט, האָט זיך געוואָנדן צו סאַודיע מען זאָל דערלויבן די טאָטערישע מוסולמענער אָנטיילנעמען אינעם יערעלכן "האַדזש" קיין מעקאַ און מעדינאַ. אָבער אין דער זעלבער צײַט, האָט מאָסקווע זיך אַרײַנגעלאָזט אין אַ קאַמפּאַניע פֿון רודפֿן די פֿרײַדענקערישע מוסולמענער, וועלכע וואַרפֿן זיך נישט אונטער די מענטשן־רעכט געזעצן.
דער אײַנוווינער פֿון קאַזאַן מיטן נאָמען דימיטרי אַפֿאַנאָסאָוו, אַ רוס, וועלכער איז אַריבער צום איסלאַם, האָט זיך שטאַרק באַפֿרײַנדעט מיט די טאָטערישע אַרעסטאַנטן. ער האָט דערציילט ווי די פּאָליציי איז אים באַפֿאַלן אין גאַס, גוט צעשלאָגן ביז ער האָט אָנגעוווירן דאָס באַוווּסטזײַן. מען האָט אים געפּײַניקט און געצוווּנגען אויסצוגעבן נעמען פֿון זײַנע פֿרײַנד, מודה זײַן זיך, אַז זיי האָבן פּלאַנירט טעראָר־אַקציעס. ערשט דעמאָלט האָט מען אים באַפֿרײַט. ער גיט צו, אַז רוסלאַנד פֿירט אַ קאַמפּאַניע וואָס גייט שוין אָן צענדליקער יאָרן קעגן די צפֿון־קאַווקאַזישע סעפּאַראַטיסטן, דער עיקר די, וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין דער מלחמה אין טשעטשניע.
רעליגיעזע רדיפֿות זײַנען אומגעהערט אין טאַטאַרסטאַן, טענהט דער מעכטיקער פּרעזידענט, מינטימער שאַמיִעוו, וועלכער האָט באַוויזן אָפּצורײַסן זיך פֿון מאָסקווע און אײַנשטעלן אַן אויטאָנאָמיע. ער האָט צוגעזאָגט צו האַלטן אַן אויג אויף די סעפּאַראַטיסטן. זינט דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז געפֿאַלן, האָט מען אין משך פֿון אַ פּאָר יאָר באַוויזן אויפֿצושטעלן אין טאַטאַרסטאַן איבער פֿופֿציק מאָסקן, מעדרעסעס און האַלאַל ("כּשר" לויטן איסלאַמישן דין) פֿלייש־געשעפֿטן. פֿרויען, און דער עיקר — יונגע פֿרויען — שפּאַצירן שוין הײַנט אַרום אויף די גאַסן מיט פֿאַרבונדענע קעפּ; ס׳רובֿ, מיט קאָלירטע פֿאַטשיילעס.
דער רוסישער וויסנשאַפֿטלער, רוסלאַן קורבאַנאָוו, וועלכער פֿאַרנעמט אַ בכּבֿודיקע שטעלע אין דער רוסישער אַקאַדעמיע פֿון וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט פֿאַר אָריענטאַלישע שטודיעס, באַשולדיקט די אויטאָריטעטן אין וועלן שטום מאַכן אַ נײַעם דור מוסולמענישע דענקער, וועלכע האָבן אין זינען צו באַנײַען די אַלטע רעליגיע. אָנלייגן זיך אויף דער רעליגיעזער באַנײַונג, טענהט ער, וועט בלויז דערפֿירן מער מאַכמעדאַנער צו עקסטרעמיזם. בלויז אין אָננעמען די נײַע געדאַנקען און דערלויבן פּלוראַליזם פֿון מיינונגען קען דער וואַקסנדיקער דרוק אויף די אָפֿיציעלע רעליגיעזע אינסטיטוציעס העלפֿן פּטור צו ווערן פֿון דעם רעליגיעזן איסלאַמישן עקסטרעמיזם.
מיט 75 יאָר צוריק, האָט מאָסקווע ליקווידירט אַלע רעליגיעס, כּמעט אַלע רעליגיעזע אַנשטאַלטן, צעברעקלט אַלע קולטורן, אָפּגעווישט זייערע שפּראַכן און טראַדיציעס. אָבער, ווי עס זעט אויס, הונגערט די באַפֿעלקערונג נאָך גײַסטיקער יום־טובֿדיקייט, נאָך ריטואַלן און מינהגים, נאָך די קופּאָלן מיט די קירכן־גלאָקן, נאָכן באַטיושקאַ ניקאָלײַ און בשׂמים־פּושקעלע מיט ווײַרוך. דאָס אַלץ איז אַ באַווײַז, אַז מ׳קען נישט אויסרייניקן אַ פֿאָלק פֿון אַלע קולטור־ווערטן, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס נישט איין מאָל קאָן עס פֿירן צו רדיפֿות און מאָרד.
דאָס איינציקע פֿרידלעכע פֿאָלק צווישן זיי זײַנען געווען די ייִדן; די קולטורעלע, קולטיווירטע, הויך דערצויגענע — נישט צו פֿאַרגעסן די פֿרומע ייִדישע געזעלשאַפֿט צווישן זיי — דאָס האָט דער גרוזינער פּסיכאָפּאַט דזשוגאַשווילי (סטאַלין) נישט געקאָנט פֿאַרטראָגן. ער האָט בכלל נישט טאָלערירט קיינעמס קולטור, ווײַל ער אַליין איז געווען קולטורלאָז. דעריבער האָט ער קודם אײַנגעטיילט זײַן לאַנד אין רעפּובליקן, וועלכע עס האָבן באַוווינט אַלערליי פֿעלקער, אַרײַנגעברענגט די רוסיפֿיקאַציע.
אָבער ווי אַזוי די וועלט וועט זיך ספּראַווען מיטן איסלאַם, דאָס איז אַ האַרבע סוגיא. אונדזער פּרעזידענט אָבאַמאַ טאַנצט באַלעט אויף אייער־שאָלעכץ; וויל אָראַטאָריש באַפֿרידיקן די גאַנצע וועלט, דער עיקר, די אַראַבער. ער רעדט צו זיי זאַכלעך, לאָגיש און מיט זײַדענע הענטשקעלעך; חס־וחלילה, נישט אָנצוטרעטן אויף זייערע הינעראויגן. דאָס, וואָס ער איז קאָשקעלעך גדולה מיט די סאַודיס — אַ לאַנד, וואָס באַשטייט פֿון זעלבסט־געקרוינטע כּלומרשטע קעניגן, פּרינצן און האַרעמס מיט קעפּסווײַבער; בײַ זיי וויל אָבאַמאַ דווקא אויסקעמפֿן די רעכט פֿאַר פֿרויען, מען זאָל זיי דערלויבן צו פֿירן אַן אויטאָ און ווערן דערצויגן? — אַ נעכטיקער יום־טובֿ. ס׳איז רעד צו דער וואַנט.
און איראַן, מיטן אויבערדעקל קאָמיסאַר אַכמאַדינעדזשאַד, וועלכער ווייסט נישט אויף וואָס פֿאַראַ וועלט ער געפֿינט זיך, און אין קאָפּ דרייט זיך בײַ אים אַרום אַ מאַנקאָליע פֿון אָפּלייקענען דעם חורבן, פֿון אויסמעקן ישׂראל פֿון דער מאַפּע, פֿון אַטאָמישן געווער און ווער ווייסט וואָס פֿאַר אַ שוואַרץ יאָר — מיט אים וויל מען גיין צום טיש? אָדער בעסער געזאָגט, אונטערן טיש? איין בלאָז און ער איז נישטאָ. וואָלט רוזוועלט פֿאַרהאַנדלט מיט היטלערן? כאָטש רוזוועלט און טשערטשיל האָבן פֿאַרהאַנדלט מיט סטאַלינען, וויסנדיק גאַנץ גענוי, אַז זײַן וואָרט איז פּאָרעך, און אַז ער באַגייט מאָרד קעגן דעם אייגענע פֿאָלק. מיט אים האָט מען געקאָנט פֿאַרהאַנדלען? אַ שאָד נאָר וואָס מען מוז וואַרטן ביז די דעספּאָטן פּגרן אַוועק, און מען דאַרף בעטן גאָט אַז קיין ערגערער זאָל נישט פֿאַרנעמען זייערע גאָלדענע בענקלעך.
אין אַזאַ וועלט געפֿינען מיר זיך, און מיר זײַנען אין אַ שטײַג. אויף אַמעריקע קוקט מען מיט הונגעריקע אויגן: "דאַווײַ, טאַטעלע!" ס׳געפֿעלט אײַך נישט ווי מען פֿירט פּאַקיסטאַן, גיב אַהער די "מאָני". אַפֿגאַניסטאַן? דזשעקעלע, שיק אונדז אַ טשעקעלע... איראַק? — אַ סך פֿון זיי ווערן דערהרגעט, אַ סך פֿון זיי לעקן אָפּ פֿון די אַמעריקאַנער ביליאָנען, און אַ סך פֿון זיי אַנטלויפֿן קיין... "פּאַלעסטײַן?" דערווײַל, דערלאַנג "די מאָני". בויען אַן אינפֿראַסטרוקטור אין עזה און ראַמאַלאַ, בויען וועגן, אינסטיטוציעס, שולן, שפּיטעלער; צו וואָס? אַראַפֿאַט האָט צעגזלט די אַכט הונדערט מיליאָן, אָדער מער, פֿון די אַמעריקאַנער דאָלאַרן. און די פּאַלעסטינער לויפֿן אַרום מיט פּלאַקאַטן פֿון אַראַפֿאַטס פּאָרטרעט, וואָס איז ענלעך צו אַ פֿיש. דאָס איז זייער העלד. זיי ווילן האָבן אַן אייגענע מדינה, זיי זאָלן קענען אַרײַנפֿירן נאָך מער אַמוניציע און געווער, וואָס איראַן שטעלט זיי צו אויף צו שיקן ראַקעטעס קיין באר־שבֿע. וועגן לבֿנון און סיריע רעד איך שוין נישט. דער עיקר, אַמעריקע מאַכט אויף דעם בײַטל און שטעלט זיי אַלע צו דעם אויסגעהאָרעוועטן דאָלאַר פֿונעם אומשולדיקן אַמעריקאַנער אַרבעטער. און אַזוי דרייט זיך דאָס רעדעלע, מסתּמא — ביז די אַחרית־הימים. שפּעטער, זאָל זיך גאָט זאָרגן.